בלאט 1 פון 1
ווער איז גערעכט, דאס מיידל אדער דער שופט?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 1:07 am
דורך היימישער ליטוואק
מיליאנען מענטשן האבן שוין גוואטשט
דעם ווידעא, וואו א שטרענגער שופט פאראורטיילט א צוווילדעוועטע מיידל אויף 30 טאג טורמע פאר דאס וואס זי האט פארשוועכט דעם כבוד פון דעם דזאדש/קאורט.
איך בין זייער נייגעריג צו הערן אייערע מיינונגען איבער דעם. דער נושא איז זיך מסתעף צו די גרויסע אומקאנטראלירטע כוח וואס א שופט האט אין אמעריקא (ע"ע טענת העו"ד פארקאש במשפט נ.וו.), דער פאקט אז ער איז א דיין יחיד, משפט'ן איינעם וואס איז אונטער די אינפלוענס פון דראגס, אאז"וו.
לדעתי, איז דער שופט א חיה רעה, ער פראוואקירט דאס מיידל און באגייט זיך מיט איהר כאילו זי וואלט געווען א שטיקל גארבעדזש.
מה דעתכם?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 1:14 am
דורך אוי טאטי
עס איז נישט ממש ווי דו זאגסט, עס קען טאקע זיין אז ער וואלט זיך נישט געדארפט באגיין מיט איר אזוי שטרענג, אבער פטור בלא כלום אי אפשר, און ער איז נישט אזא חי׳, נאך אלעם האט ער איר געדארפט ווייזן אז דאס איז נישט קיין קינדער שפיל, און מען קען נישט זיין אזא אויבער חכם.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 1:19 am
דורך היימישער ליטוואק
האו עבאוט, א ווארענונג?
האו עבאוט 2 טאג אין טורמע?
און בכלל פירט ער זיך אויף זייער בעיבי'יש א גאנצן צייט, און פלוצלינג וויל ער אז זי זאל איהם רעספעקטירן!
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 1:27 am
דורך אוי טאטי
פארדעם האב איך געשריבן, אז עס קען זיין אז ער איז געגאנגען אביסל צו שטרענג, אבער דאס איז זיכער אז עס קומט איר א שטראף.
און בנוגע אז פלוצלינג ווערט ער ערענסט, איז נישט קיין טענה, ווייל זי איז געווען צו א גרויסן אויבער חכם, ער האט איר געגעבן תפיסה הערשט נאכן צוריקרופן דאס צווייטע מאל.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 1:29 am
דורך sefish
in which county/state was this?
The judge has an accent
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 2:18 am
דורך איך זאג דיר
איך פארשטיי נישט איר ווייסט נאכנישט אין וועלכע מדינה מיר לעבן היינט צוטאגס? סטאלין וחביריו העטן זיך געקאנט קומען לערנען ביי די היינטיגע אמעריקע וויאזוי מ'באגייט זיך מיט די בירגער פון די אזויגערופענע פרייע מדינה, אך און וויי פאר אזא פרייהייט
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 2:35 am
דורך איך זאג דיר
אין א געוויסן זין איז דא נאך ערגער ווי ביי סטאלין און אידי אמין און טשאוטשעסקאו ווייל דארט האט יעדער געוואוסט אז דאס איז דער סיסטעם די רעגירונג קען טון מיט אירע בירגער ככל העולה על רוחה הארגונים הענגען איינזעצן פאר גארנישט און פאר נישט און להאט געוואוסט אז דאס איז עס און פארטיג, מה שאין כן, דא אין די מיינט יעדער אז ס'איז דרך א פרייה מדינה. איך האב דאך מיר מיינע רעכטן ממילא לעבט מען אין אילוזיעס און וווען מ'פאלט אריין ערשט דעמאלט כאפט מען זיך ביים קאפ אז די גאנצע פרייהייט איז וואס מ'האט מכאט איז געווען נישט מער ווי א זיסער חלום, דערפאר טייערע אידן כאפט הענט און פוס, און נעמטס אייך מיט די זיבן טשוועטשקן און "אנטלויפטס בעוד מועד"
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 7:19 am
דורך ידען
ווער איז טשאטשעסקא?
אידי אמין איז געווען אין אוגאנדא?
דו ווייסט שוין אז אמעריקע איז נישט פריי, איז עס שוין נישט ערגער ווי רוסלאנד.

ווי זאל מען לויפען?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 9:42 am
דורך היימישער ליטוואק
דער דזאדש איז אין פלארידע.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 9:51 am
דורך אברעמעל
שוין
דא געברענגט די קליפ
כ'האב שוין דארט געשריבן, מ'זעהט ווי יעדער געט גערעכט פארן שופט נאר ווען ס'קומט אים אויס גוט.
אגב איז נישט די געזעץ אנדער ווען איינער טוט עפעס בשעת מ'איז אינטער די אינפלוענס פון דראגס?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 10:05 am
דורך געוואלד געשריגן
היימישער ליטוואק האט געשריבן:דער דזאדש איז אין פלארידע.
A fully paid vacation? lol
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 10:23 am
דורך דענקער
איך זע נישט אויפן קליפ וואס זי האט געטון אזוי צו אויפרעגן דעם ריכטער.
אבער אויף די קאמענטארן זאגן זיי אז זי האט געוויזן דעם ריכטער די מיטעלסטע פינגער... איך פארשטיי נישט די טענות. וואס דען איז קאנטעמט אוו קאורט אויב נישט דאס? מיר קענען זיך דינגען, 10 טאג, 20 טאג, אבער עס קומט איר זיכער א שטראף.
בפרט אז דער ריכטער איז יא געווען ריזאנעיבל מיט איר ביז אהין.
בד"וו זי האט זיך
דא אנטשולדיגט אין דער ריכטער האט אראפגענומען די שטראף.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:05 am
דורך איחוד פעלד
דער שופט איז הונדרעט פראצענט גערעכט.
טאמער ווערט א הפקר וועלט, וועלען מיר אלע נישט האבען קיין זיכערהייט אין ערגעץ נישט.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:50 am
דורך טעפל
דענקער האט געשריבן:איך זע נישט אויפן קליפ וואס זי האט געטון אזוי צו אויפרעגן דעם ריכטער.
אבער אויף די קאמענטארן זאגן זיי אז זי האט געוויזן דעם ריכטער די מיטעלסטע פינגער... איך פארשטיי נישט די טענות. וואס דען איז קאנטעמט אוו קאורט אויב נישט דאס? מיר קענען זיך דינגען, 10 טאג, 20 טאג, אבער עס קומט איר זיכער א שטראף.
בפרט אז דער ריכטער איז יא געווען ריזאנעיבל מיט איר ביז אהין.
בד"וו זי האט זיך
דא אנטשולדיגט אין דער ריכטער האט אראפגענומען די שטראף.
שוין אויב אזוי זענען יעצט ביידע גערעכט..
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 4:59 pm
דורך kliger
Penelope Soto, the woman who flipped off Judge Jorge Rodriguez-Chomat in court Tuesday, delivers a public apology for her actions February 8th, 2013. As a result, the judge lifted her contention and she will no longer have to serve time.
http://www.youtube.com/watch?v=VEcvPhP4 ... e=youtu.be
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 7:56 pm
דורך sefish
יאנקל האט געשריבן:דא האב איך איבער א וואך צוריק געשריבן ווי פאלגנד:
יאנקל האט געשריבן:אין אן
אנדערן אשכול האט ידידינו ר' ידען געלינקט צו א באריכט אז א ריכטער האט
געגעבן פאר א מיידל 30 טעג תפיסה ווייל זי האט זיך נישט אויפגעפירט מיט דרך-ארץ פאר אים.
פאלגנד איז דער קליפ פון געריכט:
CLIP
אן וויסן סיי וואס איבער דעם ריכטער קענען מיר גרינג אננעמען אז ער געהערט צו דער רעכטער זייט פון דעם פאליטישן ספעקטרום. אונזערע אידעלעך וואס שטימען פאר די רעפובליקאנער דארפן וויסן אז זיי שטימען פאר אראגאנטער [אומ]יוסטיץ, פאר שופטים וואס מיינען אז זיי האבן רעכט צו טון מיט די באשולדיגטע וואס זיי ווילן, כחומר ביד היוצר.
It looks like you did not watch the clip
the judge was overly patient with her
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 7:59 pm
דורך [NAMELESS]
אויף דעם איז פאסיג געזאגט געווארן, זיי נישט גערעכט, זיי קלוג.
מיין טאטע האט מיר אמאל אלס קינד געזעהן ווי איך גיי אריבער דאס גאס ווען עס איז געווען מיר גרין, טראץ וואס איך האב געזעהן א קאר אדורך פארן אין רויט. פרעגט ער ממי טייערער זעהסט נישט ווי יענע קאר קומט? זאג איך אים; זעהסט נישט אבער אז איך בין גערעכט? פרעגט ער מיר? ווילסט אז אויף דיין מציבה זאל שטיין פ״נ ה׳גערעכטער?...
נשלח: פרייטאג פעברואר 15, 2013 9:55 am
דורך קרעקער
צו יעדעם רעדט זיין שפראך
סקיקט אויס ווי דע שפראך פארשטייט דע מיידעל יא
והא ראיה זי האט פיין איינגעמאכט
נשלח: פרייטאג פעברואר 15, 2013 10:53 am
דורך [NAMELESS]
איך שטיץ דעם ריכטער!! מ׳זעהט אויף די מיידעל אז זי איז א ספוילד ברעט. סיי מיט אירע טייערע זשאלערי און סיי מיט איר חוצפהדיגע אויפירונג. איינער האט איר געמוזט געבן א געזינטען שאקעל אז זי זאל זיך אויפוועקען פון איר שלאף און אנפאנגען ווערן נארמאל און וויסן אז נישט אלעס איז א זשאוק!! איך האלט אז אויב זי גייט זיך צוריקכאפן און ווערן א נארמאלע מענטש גייט זי איין טאג שיקן א בריוו צו דעם זשאזש און אים דאנקען פאר וואס ער האט איר געטוהן , ווייל ס׳האט איר געהאלפען זיך כאפן אז לא זו הדרך
נשלח: מוצ"ש פעברואר 16, 2013 11:23 pm
דורך petergrifin
איך זאג דיר האט געשריבן:אין א געוויסן זין איז דא נאך ערגער ווי ביי סטאלין און אידי אמין און טשאוטשעסקאו ווייל דארט האט יעדער געוואוסט אז דאס איז דער סיסטעם די רעגירונג קען טון מיט אירע בירגער ככל העולה על רוחה הארגונים הענגען איינזעצן פאר גארנישט און פאר נישט און להאט געוואוסט אז דאס איז עס און פארטיג, מה שאין כן, דא אין די מיינט יעדער אז ס'איז דרך א פרייה מדינה. איך האב דאך מיר מיינע רעכטן ממילא לעבט מען אין אילוזיעס און וווען מ'פאלט אריין ערשט דעמאלט כאפט מען זיך ביים קאפ אז די גאנצע פרייהייט איז וואס מ'האט מכאט איז געווען נישט מער ווי א זיסער חלום, דערפאר טייערע אידן כאפט הענט און פוס, און נעמטס אייך מיט די זיבן טשוועטשקן און "אנטלויפטס בעוד מועד"
אנטלויפטס בעוד מועד??????
װאו פונקטליך זאל מען זיך פאקן די פעק צו קענען לעבן רוהיג?
נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 1:48 pm
דורך אויס מענטש
וואס איז ? די מיידל זאגט פאר א ספאנישן ריכטער עדיוס?!, וואס מיינט ביי ביי, אויך מיר אן עוולה,
דאס אז זי איז צופארן און לאכט אסאך, מיינט נאך נישט אז מען דארף איר מסדר זיין עד תומה, זאג אירע עלעטרן אדער גיב איר א פארציע, אבער נוצן דעם געזעץ לפי רצונו? וואס איז דאס? סדום.
נידער פארן ריכטער! אז מען רירט אן זיין כבוד איז עק וועלט! יעדער נארמאלע מענטש, דארף ווערן אויפגעציטערט פון זיין עגאיסטישקייט, און מיר דארפן זיך איינ'חזר'ן גוט,
דעם ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם! ולא לפני דייני עכו"ם.
פעך