בלאט 1 פון 4

"רובאשקין" פרשה

נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 11:10 am
דורך מרדכי הצדיק
לעצטנס הערט מען גארנישט וועגן רובאשקין, ווייסט איינער וואס איז געווארן מיטען סופרים קארט צי זיי האבן יא אדער נישט אנגענומען די קעיס ?

Re: "רובאשקין" פרשה,

נשלח: מאנטאג אפריל 02, 2012 11:19 am
דורך שמואל הלוי
היינט מאנטאג גייט מען אריינגעבן די פאפירן אין סופרים קאורט.

Re: "רובאשקין" פרשה,

נשלח: מאנטאג אפריל 02, 2012 11:19 am
דורך שמואל הלוי
ווער עס קען זאל זאגן די פאלגענדע קאפיטל תהלים:

קמב [א] מַשְׂכִּיל לְדָוִד בִּהְיוֹתוֹ בַמְּעָרָה תְפִלָּה. [ב] קוֹלִי אֶל יְהוָה אֶזְעָק קוֹלִי אֶל יְהוָה אֶתְחַנָּן. [ג] אֶשְׁפֹּךְ לְפָנָיו שִׂיחִי צָרָתִי לְפָנָיו אַגִּיד. [ד] בְּהִתְעַטֵּף עָלַי רוּחִי וְאַתָּה יָדַעְתָּ נְתִיבָתִי בְּאֹרַח זוּ אֲהַלֵּךְ טָמְנוּ פַח לִי. [ה] הַבֵּיט יָמִין וּרְאֵה וְאֵין לִי מַכִּיר אָבַד מָנוֹס מִמֶּנִּי אֵין דּוֹרֵשׁ לְנַפְשִׁי. [ו] זָעַקְתִּי אֵלֶיךָ יְהוָה אָמַרְתִּי אַתָּה מַחְסִי חֶלְקִי בְּאֶרֶץ הַחַיִּים. [ז] הַקְשִׁיבָה אֶל רִנָּתִי כִּי דַלּוֹתִי מְאֹד הַצִּילֵנִי מֵרֹדְפַי כִּי אָמְצוּ מִמֶּנִּי. [ח] הוֹצִיאָה מִמַּסְגֵּר נַפְשִׁי לְהוֹדוֹת אֶת שְׁמֶךָ בִּי יַכְתִּרוּ צַדִּיקִים כִּי תִגְמֹל עָלָי.

Re: "רובאשקין" פרשה,

נשלח: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:03 pm
דורך וויליאמסבורגער
פארשטיי איך גוט אז דאס איז די לעצטע סטעפ? אז אויב די סופרים קארט נעמט נישט אן די קעיס איז עס דערנאך?

Re: "רובאשקין" פרשה,

נשלח: מאנטאג אפריל 02, 2012 5:56 pm
דורך לאדיך אפ
וויליאמסבורגער האט געשריבן:פארשטיי איך גוט אז דאס איז די לעצטע סטעפ? אז אויב די סופרים קארט נעמט נישט אן די קעיס איז עס דערנאך?

יו גאט איט.

RUBASKIN

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 8:30 pm
דורך gehlungen
Did anybody hear any news on the rubashkin case if you did can you please let us chavairim now what's the good news !

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 9:30 pm
דורך זר זהב
לאדיך אפ האט געשריבן:
וויליאמסבורגער האט געשריבן:פארשטיי איך גוט אז דאס איז די לעצטע סטעפ? אז אויב די סופרים קארט נעמט נישט אן די קעיס איז עס דערנאך?

יו גאט איט.

אויב נעמסטע אן אז משיח וועט נישט קומען אין די קומענדיגע 27 יאר.

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 9:35 pm
דורך שמעקעדיג
אדער אז אבאמא/ראמני (אדער איינער נאך זיי) וועט אים פארדאנירן.

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 9:38 pm
דורך זר זהב
ווען איך וואלט געווען דער באשעפער וואלט איך געגעבן יענע מעשה פאר ריכטערין ריעד. פארוואס קען מען נישט זעהן עפעס ג-ט'ס האנט אינעם היינטיגן הסתר פנים? זאלן שוין די גויים אויך איינזעהן אז ס'דא א אידישע באשעפער אויף דער וועלט!

דעם איט! :x

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 9:57 pm
דורך שמעקעדיג
זר זהב האט געשריבן:ווען איך וואלט געווען דער באשעפער וואלט איך געגעבן יענע מעשה פאר ריכטערין ריעד. פארוואס קען מען נישט זעהן עפעס ג-ט'ס האנט אינעם היינטיגן הסתר פנים? זאלן שוין די גויים אויך איינזעהן אז ס'דא א אידישע באשעפער אויף דער וועלט!

דעם איט! :x


טראכסט אז ריכטערין ריעד וואלט צוזאמענגעשטעלט די סיבה? דו מיינסט אז כדי זיך צו ראטעווען פון די מחלה וואלט זי שנעל איבערגעשריבן א פסק אים ארויסצולאזן?
און וואס איז מיט די אלע אנדערע דזשאדזשעס, אמת'ע רשעים? למשל פאר מרדכי יצחק סאמעט וואס זיצט 20 מאל לענגער ווי ענליכע עבירות (אקעי, ער האט נישט געוואלט אננעמען קיין פליע בארגעין, באט סטיל).
די צינישע רשעות מיט וואס זיין דזשאדזש'טע האט גערעדט צו אים איז דאך אין לשער.
און פאר רובאשקין אויכעט.
(אינטערעסאנט. אלע פרויען?)

מיר דארפן זיך מחזק זיין מיט אמונה אין די שווערע צייטן. מיר וואלטן אלע געוואלט זעהן זאכן אנדערש. קוק אזא מעשה ווי הרב משה אליעזר זיגלמאן שליט"א לרפו"ש.
אדער הרב וויינגארטן לרפו"ש וואס זיצט קראנק אין מאקסימום-סעקיוריטי תפיסה אין ווירזשיניע פאר 30 יאר.

דער אויבערשטער האט זיך זיינע שיטות, "עולם כמנהגו נוהג, ושוטים שקלקלו עתידים ליתן את הדין"...
מיר וועלן נאך אמאל פארשטיין די אלע אומפארשטענדליכע חשבונות, און דאן זאגן "אודך ה' כי אנפת בי". "אודך כי עניתני ותהי לי לישועה".
דערווייל ווילאנג אונזער הארץ גייט אויס, קענען מיר נאר מתפלל זיין, און גלייבן אז יעדע תפלה טוט אויף, גארנישט גייט נישט לאיבוד. און האפן פאר די ישועה בקרוב.

און אז מ'קען, שרייבן בריוון אדער באזוכן די אידן. It's the least we can do...

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 10:21 pm
דורך זר זהב
איך האלט אז זי וואלט עס מעגליך צאמגעשטעלט, און אז נישט קען השם מאכן אז א טאג נאכדעם וואס זי באקומט די דייעגנאז זאל איר הויז אפברענען! און אויב נאך אלץ נישט זאל א טאג שפעטער אירס אן אייניקל אין א עקסידענט אומקומען!

פארוואס וויל איך דאס? ווייל א האלב יאר צוריק ווען כאב מיר געטראפן מיט א חבר וועם איך זע נישט קיין סאך, און אונדז האמיר פאררייכערט א ציגארעטל אין קאר בשעת'ן אויסשמועסן אונזערע (איינגערעדטע) פראבלעמען, האב איך זיך אנגערופן: שוין משיח וועט איין טאג קומען. געט ער זיך א מורמל אונטער: יא, משיח קומען... פרעג איך אים: גלייבסט? זאגט ער מיר: ניין!

איך בין נישט קיין ערליכער, איך האב אבער ליעב צו פארשטיין וויאזוי מענטשן טראכטן. געב איך אים א פרעג: וואס הייסט דו גלייבסט נישט אז משיח וועט קומען?? ס'דאך איינע פון די אני מאמינ'ס וואס מ'מוז גלייבן, אז נישט איז מען קיין איד נישט. "אקעי - זאגט ער - איך גלייב אבער נישט" קענסט מיר שיסן, וואס זאל איך טוהן?"

ער איז א יוגערמאן מיט בארד און פיאות, נישט א באם נישט א להעכיס'ניקער, דאווענט 3 מאל א טאג. און ער גלייבט נישט!

און איך בלעים אים נישט!

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 10:40 pm
דורך פראפעסאר שפירא
אין און תורת משה גלייבט ער יא ?!, מסתם נישט, נו, לכאורה קומט נישט זיין נישט גלייבען פין טראכטען אין קומען צי די מסקנה אז ער גלייבט נישט, מסתם איז ער פשוט צימישט, אין דער בעל דבר פירט עם גוט ארום,

זאג עים צי עפענען א אשכול דערוועגען, אין ציזאמען וועט מען פרובירען עים צי ארויפפירען אויף די ריכטיגע רעלסען,

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 10:41 pm
דורך זר זהב
פראפעסאר שפירא האט געשריבן:און אין תורת משה גלייבט ער יא ?!

יא!

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 10:54 pm
דורך DotCom
איעדער איד איז געבוירן גלייבעדיג, ס'ליגט אונז אין די בלוט, כדי נישט צו גלייבן דארף מען שווער ארבעטן, סא איך האלט אז טיף אינעווייניג גלייבט ער באמת יא, נאר ער איז פשוט מיואש, א בחינה ווי די אידן אין מצרים ווי עס שטייט ולא שמעו אל משה, זיי האבן אלע געוויסט אז סוכ"ס גייען זיי ארויסגיין אבער זענען געווען אזוי דערביטערט אז ווען משה איז זיי געקומען איבערגעבן די בשורה האבן זיי נישט געוואלט צוהערן.

אנחנו מאמינים בני מאמינים וגו'..

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 10:57 pm
דורך זר זהב
'געבוירן גלייבעדיג' מיינט גלייבן אין באשעפער. איז א איד וואס איז געבוירן געווארן (און געשטארבן) בזמן שבית המקדש היה קיים, געבוירן געווארן גלייבענדיג אז משיח גייט קומען? וועלכע משיח?

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 11:00 pm
דורך DotCom
גלייבן אין תחיית המתים איז אלעמאל געווען.

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 11:02 pm
דורך זר זהב
איך האב נישט גערעדט פון תחיית המתים

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 11:06 pm
דורך פראפעסאר שפירא
זר זהב האט געשריבן:
פראפעסאר שפירא האט געשריבן:און אין תורת משה גלייבט ער יא ?!

יא!


אין תורת משה (וואס דאס מיינט תורה שבכתב אין תורה שבעל פה) שטייט אז משיח גייט קומען, סאו טאמער גלייבט ער נישט אין ביאת המשיח דאן גלייבט ער נישט געהעריג אין תורת משה,

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 11:23 pm
דורך DotCom
זר זהב האט געשריבן:איך האב נישט גערעדט פון תחיית המתים


גערעכט אבער תחיית המתים גייט דאך זיין ווען משיח גייט קומען, אויב ער גלייבט אין תחיית המתים גלייבט ער דאך זיכער אין משיח.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 12:25 am
דורך שמואל הלוי
שמעקעדיג האט געשריבן:קוק אזא מעשה ווי הרב משה אליעזר זיגלמאן שליט"א לרפו"ש.

איז ער נישט געזונט?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 12:30 am
דורך שמעקעדיג
ער ליידט אויף די נירן, צווישן אנדערע שוואכקייטן.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 12:32 am
דורך שמואל הלוי
נאך פאר די תפיסה?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 5:22 pm
דורך town1
וואס זענען די טשענסעס אז די סופרים קארט זאל אננעמען די קעיס?