בלאט 1 פון 2
וויליאמסבורג ראצפערטער רבי ז"ל
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 7:49 am
דורך ידען
שמעקעדיג האט געבעטען צו מאכען א אשכול וועגען ראצפערטע רבי, און אז אזא חשובע מעמבער בעהט, וועלעך נישט אפזאגען..
איך האב געמאכט די קעפל וויליאמסבורגע ראצפערטע רבי ווייל מע זאל וויסן וועלעכע רבי מע מיינט. איך ווייס נישט אויב ער האט א נאמען אויזער ראצפערט.
איך האב איהם נישט געקענט אבער כאב שוין א סאך מאל געהערט פון איהם אז ער האט געהאט אינטערעסאנטע זאכן וואס ער האט געמאכט.
קודם לייג איך וואס שמעקעדיג האט געשריבען.
אפשר איז כדאי צו עפענען א אשכול פונעם ראצפערטער, דער איז געווען א רעכטער רבי מיט אלע מפרשים, בכלל נישט ווי די היינטיגע, ער האט נאר געזוכט אויפצוטון, ארויסגעגעבן סידורים, צייטונגען, און ווער געדענקט נאך די מערכה פון די 2 פריזשידערס פאר מילכיג און פליישיג... איי, ווי נעמט מען די אלטע טעג..
כאב געהערט פון עלטערע מענטשען אז ער האט אויך געהאט א צייטונג וואס ער האט ארויס געגעבען.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 7:52 am
דורך ידען
ברסלבער און berlbalagulah האבען אויך געשריבען. שפעטער וועט מען עס לייגען דא
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 10:16 am
דורך טעפל
ידען האט געשריבן:שמעקעדיג האט געבעטען צו מאכען א אשכול וועגען ראצפערטע רבי, און אז אזא חשובע מעמבער בעהט, וועלעך נישט אפזאגען..
איך האב געמאכט די קעפל וויליאמסבורגע ראצפערטע רבי ווייל מע זאל וויסן וועלעכע רבי מע מיינט. איך ווייס נישט אויב ער האט א נאמען אויזער ראצפערט.
איך האב איהם נישט געקענט אבער כאב שוין א סאך מאל געהערט פון איהם אז ער האט געהאט אינטערעסאנטע זאכן וואס ער האט געמאכט.
קודם לייג איך וואס שמעקעדיג האט געשריבען.
אפשר איז כדאי צו עפענען א אשכול פונעם ראצפערטער, דער איז געווען א רעכטער רבי מיט אלע מפרשים, בכלל נישט ווי די היינטיגע, ער האט נאר געזוכט אויפצוטון, ארויסגעגעבן סידורים, צייטונגען, און ווער געדענקט נאך די מערכה פון די 2 פריזשידערס פאר מילכיג און פליישיג... איי, ווי נעמט מען די אלטע טעג..
כאב געהערט פון עלטערע מענטשען אז ער האט אויך געהאט א צייטונג וואס ער האט ארויס געגעבען.
אוי איך געדענק נאך דעם צייטונג, דאס איז געווען קרעפלעך אוועק צו שטעלען ווי די מאמע זז"ג זאגט!!!
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 10:31 am
דורך boxcover
איך האב נאך גאנצע שטיקער פון די צייטונג ביי מיר.
בנוגע די רבי אליינס, ווייס איך נישט צו מען קען באמת שרייבן איבער אים אן די נושאים וואס מ'רעדט נישט אויף קיין נפטרים.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 3:33 pm
דורך הדד בן בדד
ער האט ארויסגעגעבן מערערע צייטונגען, ביזנעס און שמחות, אידישע וועלט און נאך אנדערע. די מערכה פון צוויי פרידשידערס איז אויך נאר געווען איינס, ער האט געהאט נאך אנדערע, ווי נישט זאגן פליז קראס מיך, נאר ביטע פיר מיך אריבער די גאס, ווייל קראס איז א צלם.
מיט אלע משוגע'תן אינאיינעם איז ער געווען א זיסער אידל.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 3:50 pm
דורך טעפל
הדד בן בדד האט געשריבן:ער האט ארויסגעגעבן מערערע צייטונגען, ביזנעס און שמחות, אידישע וועלט און נאך אנדערע. די מערכה פון צוויי פרידשידערס איז אויך נאר געווען איינס, ער האט געהאט נאך אנדערע, ווי נישט זאגן פליז קראס מיך, נאר ביטע פיר מיך אריבער די גאס, ווייל קראס איז א צלם.
מיט אלע משוגע'תן אינאיינעם איז ער געווען א זיסער אידל.
די לייק האב איך געגעבען פארן ראצפעטער ז"ל
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 4:42 pm
דורך איך אויך
מען קען איינקעשן לייקס up there?
נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 2:08 pm
דורך קרעמער1
דאכט זיך ער האט געפירט א מערכה מ'זאל לייגן מזוזות אויף די אויטאס
איך געדענק נאך ווי היינט ווי קינדער פלעגן שטיין אויסגע'שורה'ט פארנט פון אים, ער פלעגט פארהערן סיי וואס - פון מודה אני ביז א בלאט גמרא - אויף אויסעווייניג און ער פלעגט באלוינען מיט איינע פון זיינע ספרים\סידורים אדער א צוקערל. ווענדט זיך ווי גוט מ'האט געקענט...
נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 2:17 pm
דורך יואליש
ד-דר-דרע-דרעז-דרעזנ-דרעזנע-דרעזנער
פארזעצונג קומט אי"ה
נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 2:26 pm
דורך איך אויך
?
נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 3:44 pm
דורך הקטן
נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 3:52 pm
דורך מ גפני
יואליש האט געשריבן:ד-דר-דרע-דרעז-דרעזנ-דרעזנע-דרעזנער
פארזעצונג קומט אי"ה
אשפוג אשפגתי.... די דערמאנסט מיר גוטע זכרונות
נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 10:10 pm
דורך ידען
מ גפני האט געשריבן:יואליש האט געשריבן:ד-דר-דרע-דרעז-דרעזנ-דרעזנע-דרעזנער
פארזעצונג קומט אי"ה
אשפוג אשפגתי.... די דערמאנסט מיר גוטע זכרונות
???
נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 11:37 pm
דורך הדד בן בדד
יואליש האט געשריבן:ד-דר-דרע-דרעז-דרעזנ-דרעזנע-דרעזנער
פארזעצונג קומט אי"ה
כככ, יואל'יש ביסטו זיס, ווער געדענקט דאס נאך?
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 12:35 am
דורך שמעקעדיג
פאר א גוט יאר... פארוואס לאזט איר ציהען די ווערטער?
מען פרעגט אייך דאך מיט שיינעם, מה זאת?
פארוואס ווארט איר מען זאל גיין מיט שטרענגען?...
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 9:53 am
דורך איך אויך
שמעקי לאז אפ ,איך בין שוין געקומען צו די החלטה אז איך קען גיין ווייטער אין לעבן אן וויסן וואס די מיסטעריעזע ווערטער מיינען און איך אדווייז דיר צו טוהן די זעלבע.
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 10:58 am
דורך מ גפני
דער ראצפערטער רבי ז"ל האט זיך עפעס איינגערדט אויף איינעם דרעזדנער אז יענער האט אים געוואלט בא'גנב'נען, און ער האט געסטראשעט אז ער וועט ארויסשרייבן זיין נאמען אין זיין אויסגאבע, ער האט אנגעהויבען מיט'ן ערשטען אות 'ד' די וואך נאכדעם האט ער געשריבן 'דר', 'דרע', אא"וו
אשפג
נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 11:11 am
דורך boxcover
מ גפני האט געשריבן:דער ראצפערטער רבי ז"ל האט זיך עפעס איינגערדט אויף איינעם דרעזדנער אז יענער האט אים געוואלט בא'גנב'נען, און ער האט געסטראשעט אז ער וועט ארויסשרייבן זיין נאמען אין זיין אויסגאבע, ער האט אנגעהויבען מיט'ן ערשטען אות 'ד' די וואך נאכדעם האט ער געשריבן 'דר', 'דרע', אא"וו
דו ביסט מיר שולדיג א נייע קאווע (רינעדיגע; נישט אין שטיבעל)! אזא אויסבראך האב איך שוין לאנג נישט געהאט.
נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 7:00 pm
דורך זר זהב
ער האט נעבעך פארלוירן א זוהן אין סאטמארע קעמפ אין די למ"ד יארן
נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 7:51 pm
דורך זר זהב
אין די אינגע יארן --
קרעדיט0503131318 (1).jpg
נשלח: פרייטאג מערץ 12, 2021 10:53 am
דורך הקטן
ידען האט געשריבן:אפשר איז כדאי צו עפענען א אשכול פונעם ראצפערטער, דער איז געווען א רעכטער רבי מיט אלע מפרשים, בכלל נישט ווי די היינטיגע, ער האט נאר געזוכט אויפצוטון, ארויסגעגעבן סידורים, צייטונגען, און ווער געדענקט נאך די מערכה פון די 2 פריזשידערס פאר מילכיג און פליישיג... איי, ווי נעמט מען די אלטע טעג..
כאב געהערט פון עלטערע מענטשען אז ער האט אויך געהאט א צייטונג וואס ער האט ארויס געגעבען.
די הכנסת אורחים \ הקדש שטיבל זיינער...
ער האט פארטיילט קליינע פריזשידערס (מיט זיין סטעשען וועגען) פאר ווער ס'האט געוואלט
נשלח: מוצ"ש מערץ 13, 2021 9:47 pm
דורך berlbalaguleh
דער ראצפערטער רבי זצ"ל איז געווען א טייערער איד פון וועם ס'האט ארויסגעשפראצט זיין אהבת ישראל. ער האט א יעדן באגעגנט מיט א שמייכל. ער איז אויך געווען א גרויסער מזכה את הרבים. פון עטליכע פון זיינע עצות און מאמרים איז געקומען צו שמייכלען. אבער מיט א שטיקל התבוננות זעהט מען אז ער האט געזאגט זייער גוטע זאכן לזכות את הרבים. איינס פון זיינע עצות האביך אנגענומען 100%. צו האבן אן עקסטער רעפרידזשערעיטאר פאר מילכיגס.
איך האב געהאט א פריינטליכן ויכוח מיט'ן רבי'ן א יעדן טאג. כ'מיין ער האט געוואוינט אויף סאוטה 9. און ער האט געפלעגט דאבל פארקן. איך האב געדארפט אדורכשטופן א באס. האמיר זיך געווערטלט א יעדן אינדערפריה...!
נשלח: זונטאג מערץ 14, 2021 12:02 am
דורך הקטן
berlbalaguleh האט געשריבן:איך האב געהאט א פריינטליכן ויכוח מיט'ן רבי'ן א יעדן טאג. כ'מיין ער האט געוואוינט אויף סאוטה 9. און ער האט געפלעגט דאבל פארקן. איך האב געדארפט אדורכשטופן א באס. האמיר זיך געווערטלט א יעדן אינדערפריה...!
איך מיין ער האט געוינט אויף דעווישען קארנער ווילסען