דער מיסטעריעזער "ארעסטאנט X" פון מדינת ישראל

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
אנאליזירער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 289
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 9:12 am
האט שוין געלייקט: 203 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 297 מאל

דער מיסטעריעזער "ארעסטאנט X" פון מדינת ישראל

שליחה דורך אנאליזירער »

די פרעסע איבער די גאנצע וועלט איז אויף מיט א נייעם סקאנדאל/מיסטעריע וואס איז אויפגעשווימען בנוגע מדינת ישראל, איבער א פארשוין מיט'ן נאמען בען (בנימין) זייגער וועלכער איז ארום צוויי יאר צוריק געשטארבן אין א טורמע אין מדינת ישראל.

דער מר. זייגער, אן אפשטאמיגער פון אויסטראליע און געוועזענער אגענט פאר דעם "מוסד" שפיאנאזש אגענטור, איז געהאלטן געווארן אין א מאקסימום סעקיוריטי טורמע וואו ער איז געהיטן געווארן 24 שעה א טאג, און זיינע שומרים האבן אים נאר געקענט מיט'ן צונאמען "ארעסטאנט X". טראץ די אלע זיכערהייט מאסנאמען טענה'ט מדינת ישראל אז ער האט באוויזן זיך צו נעמען דאס לעבן אום דעצעמבער 2010 אין עלטער פון 34 יאר. ער איז געווען פארהייראט, און געהאט צוויי קינדער.

זיין אדוואקאט, אביגדור פעלדמאן, טענה'ט אז ער האט גערעדט צו זייגער איין טאג פאר ער האט זיך אנגעבליך גענומען דאס לעבן, און ער איז געווען גוט אויפגעלייגט און ראציאנאל - בכלל נישט ווי א מענטש וואס האלט א טאג פאר'ן זיך נעמען דאס לעבן.

ווען צייטונגען אין מדינת ישראל האבן געוואלט שרייבן איבער דעם קעיס, זענען זיי אנגעווארנט געווארן דורך דעם אפיס פון ביבי נתניהו פערזענליך נישט צו שרייבן קיין ווארט דערוועגן.

געוויסע שמועות געבן אן אז זייגער איז געווען פון די מוסד אגענטן וועלכע האבן דורכגעפירט די שטארק-פובליצירטע אקציע אין דובאי צו אומברענגען א הויכראנגיגן כאמאס טעראריסט, און אז ער האט נאכדעם אנגעבאטן הילף פאר דובאי ארויסצוגעבן אלע פרטים איבער די אקציע, אריינגערעכנט די נעמען פון אלע אגענטן.

דערווייל איז די געשיכטע ווייט פון געשלאסן, און עס איז צו גלייבן אז די דראמא וועט ווייטער אנגיין אין די קומענדיגע טעג מיט נאך אינטערעסאנטע פרטים איבער די מיסטעריעזע געשיכטע.

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר