בלאט 1 פון 1
תלמוד בבלי איבערגעזעצט אויף אראביש
נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 11:34 am
דורך יידל
אין ירדן האבן א גרופע עקספערטן איבערגעזעצט דעם תלמוד אויף אראביש. ישראלישע עקספערטן טענהן אז די מטרה איז צו אנצייכענען אידישע אומטאלארענץ וואס מ'טרעפט אין תלמוד בבלי אויף נישט אידן. ליינט אין
דזשרוסאלעם פאוסט דערוועגן.
Re: תלמוד בבלי איבערגעזעצט אויף אראביש
נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 3:46 pm
דורך קול גדול
טאקע נישט גוט, נישט אומזינסט האבן די חכמים גפסק'נט גוי שלמד תורה חייב מיתה, די פראבלעם איז אבער אז דאס אליין וועלן זיי איבערטייטשן...
Re: תלמוד בבלי איבערגעזעצט אויף אראביש
נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 4:01 pm
דורך [NAMELESS]
ווי האט נאר יענער געזאגט "די גיהנום האסטו געלייגט אין ראשית חכמה און יצר הרע אויפן גאס". פארשטייסטו די מוסלמענער, זעלבסטמערדער, מענטשן פרעסער טרעפן אומטאלעראנץ ערגעצוואו אין א גמרא דף תתקמ"ג, ווען זיי רייסן זיך אויף בראש כל חוצות
Re: תלמוד בבלי איבערגעזעצט אויף אראביש
נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 4:24 pm
דורך קול גדול
קופערניקוס האט געשריבן:ווי האט נאר יענער געזאגט "די גיהנום האסטו געלייגט אין ראשית חכמה און יצר הרע אויפן גאס". פארשטייסטו די מוסלמענער, זעלבסטמערדער, מענטשן פרעסער טרעפן אומטאלעראנץ ערגעצוואו אין א גמרא דף תתקמ"ג, ווען זיי רייסן זיך אויף בראש כל חוצות
גערעכט, זאלן זיי קוקן אין זייערע אייגענע ספרי קודש:
skepticsannotatedbible.com/quran/int/long.html
Re: תלמוד בבלי איבערגעזעצט אויף אראביש
נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 10:19 pm
דורך [NAMELESS]
קול גדול האט געשריבן:קופערניקוס האט געשריבן:ווי האט נאר יענער געזאגט "די גיהנום האסטו געלייגט אין ראשית חכמה און יצר הרע אויפן גאס". פארשטייסטו די מוסלמענער, זעלבסטמערדער, מענטשן פרעסער טרעפן אומטאלעראנץ ערגעצוואו אין א גמרא דף תתקמ"ג, ווען זיי רייסן זיך אויף בראש כל חוצות
גערעכט, זאלן זיי קוקן אין זייערע אייגענע ספרי קודש:
skepticsannotatedbible.com/quran/int/long.html
ממש א שרעק!! מ'לאזט פארקויפען קאראנ'ס אין אמעריקא?!
נשלח: מאנטאג אקטאבער 29, 2012 12:52 am
דורך berlbalaguleh
יידל האט געשריבן:אין ירדן האבן א גרופע עקספערטן איבערגעזעצט דעם תלמוד אויף אראביש. ישראלישע עקספערטן טענהן אז די מטרה איז צו אנצייכענען אידישע אומטאלארענץ וואס מ'טרעפט אין תלמוד בבלי אויף נישט אידן. ליינט אין
דזשרוסאלעם פאוסט דערוועגן.
זיי וועלן נאך אויסטרעפן אז די תנאים און אמוראים זענען געווען פון זייערע. עפ"ל. און די אידן האבן עס געגנב'ט פון זיי. אויף וואס דער פיבערדיגער אראבישער מח איז אלס אומשטאנד.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2012 7:16 pm
דורך פיקציע
קארל האט געשריבן:גראדע זענען פאראן געוויסע אגדות חז"ל וועלכע זענען אריינגענומען געווארן אין דעם קאראן. צום ביישפיל דער דרש פון חז"ל אז "בתחתית ההר" איז א רמז אויף דעם כפה עליהם הר כגיגית, לויט וועלכן די אידן זענען טאקע געשטאנען "אונטער" דעם בארג.
איך האב אמאל געהערט פון איינעם אז די איסלאמישע קוראן איז פיל מיט שטיקער פון תורה שבכתב געמישט מיט תורה שבעל פה אן קיין צווישנשייד, איז דאס אמת?