דער בחור. פון א נעגעטיוון פרעספעקטיוו.

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
פעדער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:49 am
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 291 מאל

דער בחור. פון א נעגעטיוון פרעספעקטיוו.

שליחה דורך פעדער »

דו קליינער קלעבעדיגס! זאטל אפ פון מיינע געהירן! פאָשיטן זאלסטו א צווייטן!

אז מען איז זיך מתבונן, און מ'קלערט אריין, פון וואס דער בחור איז מורכב, פון וועלכען רעצעפט ער איז קאמבאנירט האט מען א שטיקל השגה, די אומגליקן וואס ער ברענגט מיט זיך מיט, פאר די מענטשהייט. דער קליינער אנגעבלאזנס, איינגערעפט אין א אויסגעצויגענע אבגעבליאסקעטע אייערדיגע כאלעטל, איז א שלאכעדיגע בייזע אנשיקעניש, וואס פארתכלוועט, און רואינירט, יעדעס גענגשטאנד אדער אביעקט וואס קומט אין זיין גענגווארט.

דאס גאטונג און טיפ פון דער "צופאטשקעטע בחור" איז שוין ווי כמעט א אומאפרעגבארע פאקט אין די 'יומען רעיס'. פארפאלן צו מען דולט עס, אדער נישט, וועט דער צוגעברענטער באַונסעדיגער פאשיט שטענדיג פארשמוצעווען אונזער טערטאריע. און צוראָטשעווען יעדעם די נערוון מיט זייערע רויטע אויסגעפאַטשטע, פון באַרכעס-צופרעסענע בעקעלעך. דאס איז איינע פון די ליידן וואס וועט ביישטיין פאר כלל ישראל לעת הפרעון.

נאמיר צוקנאקן די עסק אויף טייני ביטס ענד פיסעס, די רויע גראביאנעס, זענען איינפאכע מוסרחים, מיט ראזירטע צוקנייטשע היטן, צוביילטע פרצופים, אין ישיבה זענען זיי בלויז פארנומען און פארקאפעוועט, זיך ארום צו האקעווען און ציפקענען וועם אימער נאר. אזוי אז ווען די נארוואס פריי-געלאזענע שוויינען, בעילן ארויס פון די אנגעחזר'טע שטייגן, אריין צווישן באזעסענע ערצויגענע באשעפענישן, זענען זיי די לעצטע ווי א דארן אין אויג, א קאמפלעטע פארזעעניש...

און וואס אן אמת איז: דער עובדא איז נישט בידינו צו בייטן, דאס איז דער די ען עי צוזאמשטעל פון א "בוטשער". די בלוט זייערע איז א געמיש, פון קאווע און באַדעם'ס. דאס איז א אומקאנטראלירבארער פצצה, וואס קען אין ליאדע סעקונדע אויפרייסן אין פרצוף. דעריבער ברויך מען זיך, צו די שמוציאנען באגיין מיט ספעציעלע זיידענע הענטשוך, 'דעליקאט' און 'סובטיל'. אבער פון די אנדערע זייט וויסן בייזוך, גענוי ווען אים אראפצושיילן פון זיך, ווי מען קנעטלט אפ די שטיקלעך טייג וואס קלעפן זיך אן אויף די פינגערס, נאכוואס מען מיירעט איין א נאסן טייג.

אז מען איז זיך מתעמק, וועט מען רעאליזירן וויפיהל מאל אין טאג, דער צודולטער בריאה טוט ענג מאכן פאר זיינע ארומיגע בלויז מיט זיין שלאבערישע אנוועזנהייט.

קייקלט זיך אזוי דער צופראסקעטער אויפ'ן גאס, אויסרייבנדיג די שיך אויפן אספאלט, איך גיי הינטער אים עטליכע טריט צוריקוועגס בכדי צו האלטן א געויסע דיסטענס, אבער דער צופארענער צוחושטער, האט זיך איינגעהאקעוועט זיינע צושמיסענע צופליקטע שיך-קאלאטשן אין א שטיינדל, און זיך ביז א רגע אויסגעפּראקט אויף די פּעך..
שטייט זיך, איך, וואס כ'בין געלאסן און געמיטליך שפאצירט פון הינטער אים, האבעך מיר שמירניש דיר, איבערגעטאמבלט אויף דעם איינגעפאקטן טרטימר בשר, און אזוי דאס זעלביגע קוצקע נאכאמאל דאמענסטרירט, פאר די שמייכלענדיגע ביישויער. אפשטעלענדיג דעם גאנצן פארקער אויף שטיקל צייט.

אבער דער שמוץ וואס ער האט אנגעווירטשאפט, דאס איז וואס האט מיך ארויסגענומען פון די כלים. און דארויף טוה איך אפווייכן פון די צופליקטע נשמה'לעך...

פון זיין ביזעם, איז ארויסגעפלויגן א דיקע טעקע פון טויזנטע פיצי צעטלעך פון אלע ערליי מאָסן, און זיך צושפרייט מיט'ן ווינט, על כל דומן האדמה. זיין קאַוועדיגע אויסגעשמייערטע סאמעטענע תפילין זעקל, וואס איז שוין איבערגעלאזט געווארן אין יעדעס געשעפט, אשר בכל כנפות העיר. איז זיך צופלויגן ווי א זעקל טאמאטקאלאך. און דער צופראָכענער באלי-היט אפגעגאלט פון זיין צוויי יעריגער קאדענץ, האט זיך אינטערגעהויבן א פרייליכער, און גערן א טובל זיך געטאהן אין א שמייכעלדיגער קאַקאַש'דיגען וואסערל אין צענטער פון די שטראז. זיך א טיאכקע געגעבן, און א מונטערער ארומגעהאפקעט דערינען..

דער גרעפטישקס, האט פלינק אינטערגעהויבן זיינע לאפעס, ארויפגעטאנצן אויפ'ן שאסיי מיט א ברען און א חשק, א הויכער זעקס און אכציג רעדלדיגס האט געהארנט און געפיפן פארטייבנדיג אלעמען, שיעור נישט צודרוקענדיג דעם כאלעטל'דיגן פאלקע, צווישן זיינע שרעק-אנווארפענדע גיגאנטישע רעדער. עטס מיינטס אוואדאי, אז דער "בארחע" האט בלויז געמיינט זיין ארים היטל. "א פאַגי און א פאָצי". גייטס זייטס בודק, וועט איר אנטדעקן אז דער היטל זיינער ווייקט זיך טעגליך און קיען זאפט ביי "ברעיק-פערסט". און די איבריגע צייט ווערט עס פארוואנדלט פאר א פאנצער אנטקעגן די בוטשערישע אנגרעפער...

אלזא, וואס איז דער געלויף און דער באטראסקנקייט?? ציוואס באומרוהיגן א שטאט, און קאמאנדעווען, ווי דאס וועלטל איז זיין אייגנס?? דער וויל פשוט און פראסט...קניפ און שטאך...איבערקערן די ציוויליזאציע, באקצב'ן און אנבוטשערן יעדעס איבערגעבליבן שטיקל מענטשהייט וואס איז נאר פארהאן...ער פארלאנגט די פוהלע אויפמערקזאמקייט, און שטענדיגע עווערניס פון איטליכער אויפ'ן ערד קוגל... טא צוליב וואס, לאזט איר אייך פירן ביי די וואנצן? ווילט איר אים דאס סערווירן אויף א גילדענעם טעצל..?עס רייכן אים צו יעדע געלגענהייט, אהן קיין אפצאל...?? ניין ! ניין ! ניין !

ווייטער, צום עמוד קלעבט ער ווי א פארשימלטער באנאנע. גארגעלט זיך מיט א אפשייליכן שטים, וואס ענדלט אביסל אין אויסגעפליקטע פידל סטרונעס. ווען ער שפרינגט מיר אראפ און ארויף מיט זיין גארגל, אין די 'הויכע'. כאפט מיר אן א שטארקע תאווה צוצוגיין און אים איינפאקן אין דעם טלית וואס הענגט אים פון ארינטער - ווי א ליילעך, ביז די קנעכלען, און אים אריינשמענדערן אין מיסט קאסטן, וואס איז צוגעמאסטן צו זיין סייז, פערפעקט און ווי געגאסן...

ביי די קאווע באמיסטיגט ער אן דאס פלאץ ווי א פויגל נעסט. ער קען קיינמאל נישט דעדעצירן אויב די קאווע איז גענוג אדער צופיהל..אזוי ארום, גיסן זיך קאווע באנדלעך, אהין און צוריק, פון גלעזל צום פלעשל..פארגינענדיג פאר די פאדלאגע אויך א שיין ביסל...און עווענטועל ווען ער כאלאָפשעט און ציטערט מיט'ן מילך באטל אין די הענט, אריינגעיסענדיג אין זיין 'הייסע קעפל' באקומט די געוועזענע ציכטיגע ערד, א מין אומווערדיג פנים, אז ס'איז אן עקל, מיט דאס פיס אראפצוטרעטן...שיך סעמפל'ס ווערן מייסטעריש אפגעדרוקט אין די בלאטיגע ערד, גיבנדיג א שפעציעלן חן פארן קאווע לעכל...

דער בעל תאווה'ניק איז אבער נאך ווייט פון פארטיג, קודם מאכט ער שניטן אין אלע גלעזלען, ווייל אין די קורצע צייט אפשניט, פון ווען ער שיט די קאווע אריין ביז'ן זומבווענען די הייס וואסער, וועט ער חלילה פארגעסן וויפיהל וואסער ער באדארף צו לייגן...

מיט זיינע צופאשעטע פינגער, שארט ער זיך צו, אכט קאָצקעס אנטקעגן די שמונה ימי מילה, און אויב איז ער שוין אין די 'אנגעזעצטע' יארן, פאנגט ער אן ארומלויפן מיט די הייסע, שפריצענדיגע קאווע אין די הענט, שנארענען פאר א ציגערעטל בכדי צו כאפן א "קטורת'ל (ווי בלשונם..דו תלוש מן המחובר, פאר א געשליפן צינגל האלסטו דעך אויך? ניטאמאהל קיין גראדע שין קענסטו נישט זאגן..די צונג ווערט דיר פארכאפט האלב, צווישן די פאדערשטע פאררויכערטע ציינער.) אינבעק פון די ביהמ"ד, אדער די נעקסטע ביה"כ פון א אסטמא ליידנדער. וואס דאן וועלן אפ' די כראפענדיגע אין די שטיבלעך זיך אויפוואכן פון די זעצעס, און האקערייען וואס וועלן שטורעמען אויף זיין ביסקיסע באזע..

אין מקווה, אינוואדירט ער די שאווערס, און רוקט זיך נישט ארויס פון דארט, ביז ער פארנוצט א גארביטש בעג פון אלע ערליי זייפן, און קרייטעכצער.. ער סאפעט און הארעוועט, אפצושינדן פון זיך אלע זיבן הויטן, מ'קען שוין מיינען ציוואס ער שוויצט דען..

.סך הכול מאַפט ער אביסל אויף זיין דיקע רויטע גמ' און שפייעט אן יעדעס בלעטל מיט סחורה וואס ער רופט "תחיית המתים טל" דו בהמה. "תחית המתים טל" איז עס: ווען מ'לערנט און פון גרויס מידיקייט און פיהל לערנען, - פאלט מען אנידער, אויפ'ן גמ'... !

אבער נישט ווען מ'שפרייט זיך אויס מיט בכל ההידורים, מ'רוקט זיך אפ פון טיש...מ'לייגט זיך צוזאם די הענט....און מ'ארבעט נאך א פינף מינוט שפעטער. עס צו אויסגראדן און זיך מסדר צוזיין....און ווען צום גרויס אויפרעגונג, וועקט מען זיך שוין יא אויף, - ווייל דער חברותא האט צו שטארק אריינגעהאקט די באנק, אדער געקלאפט אויפ'ן טיש פון ריתחא דאורייתא – גיט מען א זיפעץ ארויס א רוסישע קללה, אין זיין ריכטונג, און א שנעלן בליק אויף'ן ווייזערל, און.. ויטמנהו בחול...ער איז שוין ווידער אנטשלאפן...

און אין בור, שפרינגט ער מיר ווי ביי די הקפות, אינזינען האבנדיג אראפצושאקלען פון זיך אלע קליפות.

דערנאך אין היכל ביי שחרית האבן זיי אנגעפלאנצט און אנגעזייעט אלע טישן מיט מיליאנע בתים, און תפילין בייטלעך, ווי איך גיב מיר נאר א דריי, קומט אראפ צו רייסן א הויפן בית'לעך..איך הער מיך נישט אויף צו בייגן פאר זיי...נאכן תפילה טאהן, אזוי נאך אינמיטן אשרי ובא. שפאצירט ער אריין מיט זיינע פארגרעבטע הענט, און די ווארעמע מארבל קעיק, און לויפט אנשמוצן אלע ספרים שענק מיט די שטאקיגע רעפטלען קעיק...

אויב האב איך שוין יא אמאל בטעות איינגעקלאפט מיט א "יחות קטנה" פון "בית המטבחיים" וועט ער מיך פארפאלגן די יארן, אויספעיגערן און צושטרייפען מיינע פולסן, מיט זיינע פארגלל'טע מיסטיגע גיגלען....און שטרויענע גוטזאגעכצער...
וועעען ער העט מיך זעהן, וועלעך האבן א גיהנום זיך אפצושניידן פונעם....

"וואָ טוטצעך?? ס'פעסט, הע?? העי, האסט געהערט? די בחורים האבן געמאכט א מעכטיגע מערכה קעגן דעם קעכער?? ס'א מצב!!
אונז זענען א באנדע רייסערס!! מחיישן , פישן פלאנצן פליסן פלויזן!! איך רייכען בראון טאפס! פון אייראפע!
כ'טרונק שווארצע קאווע...
און איך רייס מיט א בייק אין קאנטרי..
איך פייף אריין אויף מיין משגיח,...! ער ציטערט פון מיר...!!
היסססמשוגע?? אונז מאכמער פון אים פאטאש!!
נעכטן בין איך געווען אין פעטמארק, און אייער נעכטן אין וואלמארט!!
און איך קויף יעדן טאג סענדוויטשעס פון פת שחרית....דעי פרישטאגס אין ישיבה, איז דאך אזוי עקלדיג!! געלט איז נישט די מעטער!! סימער נישט קיין ראלע...

דו אפגעטריקנטס, !! קרעציגער נער!! בין איך דען נייגעריג אין דיינע קוועטשערייען , אין דיינע פארשמעקטע פאראיבלטע וויצן?? דו קראצט אין די אויערן ווי א וועפערייזער... שאקל דיך אוועק פון מיינע זאטלען, און פאשיט אן א צווייטן די געהירן!!! סוף פסוק!!

וכן תעשה לשורו, וכן תעשה לחמורו...
כ'וויל עפעס איינקויפן אין קראם, ווי א ארנטליכער איינפאכע קונד. מיינע הענט זענען פארנומען, מיט א דאזן אייער, און א לעבל ברויט. און אזוי ווי פון תהום ארויסגעוואקסן, געט פלוצים א שפראץ ארויס, דער רינדעכיגער באלי, און שטופט זיך אריין פארנט פון מיין נאז, פאכעט אין די האנט, אן אלומה לייהיט'ס –אריין אין דעם פארקויפערס געזיכט....באסעווענדיג מיט זיין מגושם'דיגער קול, "אנטשולדיגט, איך אייל מיך זייער, אפשר קענט איר שוין נעמען געלט פון מיר?!"
מיין דאזן אייער, האט ספאנטאן געלאנדעט, און ווי פארשטענדליך זיך געקראכט.
פאר מיר האט ער פארגינט א האלבער בליק, אונטערמירמלענדיג זיך דערביי...אנטשולדיגט...כ'האב נישט געמיינט!
דו קליינער קלעבעדיגס שטעפע דיך אפ פון מיר, אין צייט!! ווילאנג ס'הערשט נאך פרידנס צייטן...
איידער כ'עללל מאכן פון דיר אש און פאָרעך....

(מכאן ואילך, ברויכמער ארויסברענגען זיין גוטער צד...ועוד חזון.)
פארשפארט