דער בחור. פון א פאזעטיווע פרעספעקטיוו

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
פעדער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:49 am
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 291 מאל

דער בחור. פון א פאזעטיווע פרעספעקטיוו

שליחה דורך פעדער »

איי איי איי....ווי נעמט מען די בחורישע יארן? לאמיר זיך לערנען פונזיי.

דער היינטיגער טאג האט זיך מיר אנגעהויבן מיט נישט אזא פרייליכן געמיהט, אזוי גייט דאך דאס לעבן פון א מענטש. אָפס און דאַונס.. דער פון אויבן שטעלט דעם קליינעם מענטשעלע אין פארשידענע מצבים, אלע ערליי אומשטענדן , אפטמאהל גרינגע, און פיהל מאל שווערערע. אלעס כדי אים צו פראוון און אים שטעלן פאר א ניסיון. וואס אויב וועט ער ביישטיין וועט דאך די שכר און באצאלונג זיין פיהלפאכיג גרעסער.

מיר אבער פון אונזער זייט בעטן פון טאטן, זאל אונז גיבן די כוחות און גייסטישע שטארקייט, איבערצוקומען די טאג טעגליכע שוועריגקייטן. און אזוי ארום אונז ערמעגליכן דיך צו דינען באמת ובתמים, און מאכן א נחת רוח, פאר דיין הייליגן נאמען...

דער היינטיגער פרימארגן, איז געווען ביי מיר ווי פולע רופן עס אהן. "אויפגעשטאנען אויף די לינקע זייט" די חשק און ברען האט געפעהלט, איך האב שוין דאן, ביים זיך ערוועקן דערשפירט, אז "את זו שינה הכתוב" און דער טאג איז נישט לצידי. א דרדרוקנדער אומעטיגע געפיהל האט גענעסטעוועט, אין הארץ. די געווענליכע אויפלעבנדע געדאנקען, האפענונגען, פאר א נייער טאג, זענען ווי פארשוואונדן געווארן, פארגעסן געווארן, און זיך נישט געוואלט בכלל געדענקן דערפון..

דא ליגט נעבעך מיין קליינער פיהר יעריגס מיט הויכע היץ שוין דריי טעג, מ'האט שוין גראדע באזוכט דעם דאקטער, איין מאל. אבער ער האט געזאגט אז לכאורה איז עס א לייכטע פלו, וואס וועט פארביי גיין ביז א וויילע..נעכטן ווען די מצב זיינער האט זיך היפש פארערגערט, און זיין קליינטשיגער שטערן האט געפלאקערט פאר היץ. זעמער ביידע אריינגעפאלן אין א שטארקע פאניק. ער האט אויסגעזעהן שרעקליך בלאס. און ווען מ'האט אים נאר אנגערירט האט ער נעבעך געוויינט מיט א הארצרייסנדע שטימעלע, וואס האט ממש צוריסן מיין הארץ..

וואס מען האט אים געגיבן בכדי צו פרובירן אראפצוקלאפן די פיבער האט נישט געווירקט. אצינד האבן מיר שוין ערנסט איינגעזעהן אז מיר ברויכן עפעס צו טאהן. שוין פיהר טעג מיט הויעך פיבער, וואס ווערט כסדר ערגער און ערגער, איז נישט קיין קליינגקייט. איך האב נישט געקענט צוקוקן ווי דאס קינד מיטשעט זיך, ער האט שוין ניטאמאהל געהאט כח צו וויינען...זיין קעלעכל האט זיך געהערט אזוי שטיל, און שיטער..און זיין קערפערל איז געלעגן באוועגלאז אויף מיין בעט..פיבערנדיג גאר שווער..

האמער געטוהן צום זאך. גערופן הצלה, די לעצטע האבן תיכף באשטעטיגט מיינע פארדאכטן, נעמליך דאס קינד ברויך זעהן א דאקטער ווי אמשנעלסטן. זענען מיר אריינגעפארן אין שפיטאל מיט אים, אינצווישן האט שוין דער פיבער געדראפט, די הויכע ציפערן , ס'גייט דאך ארויף און אראפ. נאכן אפזיצן אפאר שטונדן אין ווארטזאל, איז געקומען אונזער רייע צו געזעהן ווערן. און דער דאקטער האט דיאגניזירט אז ב"ה נישט קיין ערנסט'ס. ס'רעדט זיך בלויז פון קליינער אינפעקשן אין די האלז, און אויער, וואס דארף אביסל אנטיביאטיק באהאנדלונג פאר א וואך, און כסדר'דיגע וואכזאמקייט , אויפצופאסן אויב דאס קינד טוישט זיך חלילה צום שלעכטן.

געלויבט דעם אויבערשטן, אז מיר זענען אפגעקומען מיט שרעק.
אבער פון חדר קומען נישט אזעלכע גוטע נייעס, דער צען יעריגער גדלי', פערצופאל א פיין קעפל, אבער אנדערע סארט נאטורן, זייער עמפינדלעך, אבער פארט א ספעציעלער נשמה, האט ער א געוויסע שוועריגקייט מיט וואס דער באשעפער האט אים באשאנקן, ווען ער איז אראפגעקומען אויף דער וועלט, אדורכדעם אים אויסצואיידלען, אים צו גיבן די געוואלדיגע געלעגנהייט וואס אנדערע האבן נישט, דהיינו. זיך ספראווען אדורכן לעבן מיט א געבורטס פעהלער, וואס וועט אים נישט ווייניג צער פארשאפן אין לעבן, אבער פון די אנדערע זייט הייבן דאדורך דעם...

די כישרון וויאזוי איך רוף עס, איז "שטאמלען" יא! ער שטאלפערט נעבעך, און פאר יעדעם איז פארשטענדליך אז דאס האט אים פיהל שוועריגקייטן און אומזינסטע באליידיגונגען געברענגט דורכאויס זיין לעבן . אבער מיר עלטערן זענען זיך אליין מחזק, און גלייכצייטיג טוען מיר אים אויך שטארקן, און מיר העלפן אים אדורכקומען די שווערע טעג...

האמער אזוי אדורכגעשטיפט ביז היינט, מ'קען רעדן און רעדן און נישט פארטיגן ...ביכער פון ווייטאגליכע ערציילונגען, און געשיכטעס קען מען אראפשרייבן דערפון..אבער ציוואס רעדן?! מיר האבן א טאטע אין הימל, וואס קוקט אראפ אויף יעדעס קינד, און פירט דעם גאנצן וועלט מיט א אויסגערעכנטער חשבון.

דאס איז פונקט ווי עמיצער זאל ווען אריינשפאצירן אינמיטן א אינטערעסאנטער שפיל, ביי די פיפטע צענע, און אנהויבן זיך וואונדערן,
וואס איז פשט? פארוואס איז דער ארנטליכער ערליכער מאן געבינדן אין קייטן, און דער אומפארשעמטער גלח פירט די רעדל?! וואס גייט דא פאר? איך פארשטיי אייך אינגאצן נישט?!
אז עמיצער וועט אזאנס פרעגן, וועט אים א קלוגער ענטפערן, "קינד מיינס, דו ביסט אריינגעקומען אינמיטן א לאנגער שפיהל, דאס ציהט זיך שוין א שטיק צייט?! פאַנט פארלאנגסטו, דו זאלסט אלעס פארשטיין פון די פיפטע סצענע??

דאס זעלביגע דא, מיר ווייסן נישט זיינע חשבונות, און מיר פארלאזן זיך , און מיר גלייבן, "אז כל מה דעביד רחמנא לטב עביד"

דא אבער, האבן אומשטענדן אנגענומען אינגאנצן א נייער פארעם, יעדעס מאל וואס אונזער גדלי' האט אנגעהויבן צו לערנען א נייע לימוד, ווי אלף בית, חומרש"י משניות, גמ', האט זיך זיין שטאמלען פארערגערט אויף דעם פעריאד ביז ער האט זיך איינגעוויינט אינעם נייעם מצב, און צום נייען לימוד. און מיר יעדעס מאל האבן מיר מיט עקסטערע סייעתא דשמיא עס אדורכגעשטיפט, אצינד אבער איז אין זיין כיתה אנטשטאנען א שטיקל טויש, און א נייער אינגל איז אריינגעקומען, דער אינגל איז אביסל אנדערש ווי די אנדערע קינדער וואס זענען שוין געוואוינט דערצו, און מיט די יארן האבן זיי זיך איינגעלעבט מיט אים , און ווי נישט ווי, געפראווט איינצושפארן פאר אים איבעריגע ווייען , און זיי האבן זיך פארמיטן פון אים ח"ו מאכן פיהלן ווי ער איז אין א וועג נישט וועלקאם , אדער חלילה א אנלייגעניש, פאר זייער חברותא.

דער נייער אינגל אבער, איז נישט באקאנט מיט גדלי'ס היסטאריע, און צומאל טוט ער אים טשעפען, און אויסניצן זיין שוואכקייט בכדי צו מאכן לאכן אנדערע און זיך אינטערהאלטן אויף זיין חשבון, וויפיהל מיר האבן פרובירט, מחזק צו זיין גדלי'ן איידער מיר האבן גענימען שריט צו רעדן מיט'ן רעבין, האט עס אבער נישט געהאלפן, וואס פארשטייט דען א קליין קינד, זיך צו שטארקן, און זיין א מעביר על מידותיו, ווען ער איז דאך באמת אומשולדיג און ריין, ציוואס קומט זיך אים נעבעך צו ליידן אויף א פעלער וואס דער רבוכ"ע דער "רחמיו על כל מעשיו" האט אים אזוי געבוירן...און מיין גדלי'ן טרעט עס דעריבער, זייער ביטער צו, צום הארצן . און מיר אלס עלטערן ציפט דאס ביזן זיבעטן ריפ, עטס קענטס אייך נישט פארשטעלן די צער וואס מיר האבן ווען ער קומט אהיים כליפענדיג, אז היינט האט יענער געלאכט פון אים אין חדר..

דערפאר, האבן מיר באשלאסן אז מיר וועלן זיך ווענדן צום רעבין מארגן, און האפענטליך וועט אריינקומען א שינו לטובה, אויב אבער נישט וועט אפשר נישט זיין קיין ברירה, ( צוליב וואס יענער אינגל איז פון א צובראכן שטוב, און האט א פארווייטאגטע עבר, דעריבער קען מען אים אויך נישט דן זיין, און עס וועט פילייכט שווער זיין פאר די הנהלה, דן צו זיין דעם ענין בתוקף ווי עס וואלט ווען געברויכט זיין.) נאר אים אריבער צו פירן צו א צווייטן כיתה, וואס דאס איז פארשטייט זיך דעם לעצטן אויסוואהל, צוליב וואס עס וועט ווארשיינליך זיין זייער שווער פאר אים צו טוישן כיתה נאך אזויפיהל יאר זיין צוזאמען..

אין קורצן, מיין מוהט איז אראפגעקלאפט און נישט איבעריג מונטער. פירענדיג מיין אויטא אויפ'ן ראוד, איז געפאלן מיין בליק, אויף די טייערע איידעלע בחרי חמד, וואס פיהלן אן די גאסן אין די איצטיגע טעג. די יונגע חשק, און צופרידנקייט וואס איז אויסגעגאסן אויף זייערע פנימער, די שנעלע גאנג, און די בחנ'טע פאות וואס וויגן זיך ביי די זייטן, האבן מיך אפירגעברענגט זיסע זכרונות פון אמאל...
איי איי איי, ווי ברענגט מען צוריק די דאזיגע פארגעסענע זמנים? די זארגלאזע טעג...מ'האט נישט געוואוסט פון קיין צרות. מיט א לייכטקייט האט מען זיך ארויסדערזעהן פון בעט, און ביז פינף מינוט זיך ארויסגעזעהן פון הויז.

מיט די תפילן בייטלעך אינטער די ארעמעס, און פלינקע טריט, האבן מיר געשפאנט אין ביהמ"ד, טאקע גענוי ווי די בחורים'לעך וואס איך זעה איצט. עס אינטערעסירט זיי גארנישט, זיי קוקן נישט ארויס פון די ד' אמות. קומען אריין אין בית הכנסת, כאפן א מקווה פון פינף מינוט, שטעלן זיך דאווענען מיט א ברען און זיי וועקן אויף דאס שחרית...אז ס'איז א מחיה...נישט כאפענדיג, האב איך מיר אויך צוגעשטעלט צו זייער געיעג, די דערדרוקנדע מחשבות פון פריער האבן מיר יעצט ווייניג וואס אינטערעסירט, יעצט האב איך פרובירט צו זיין אזוי פריי, און פרייליך ווי די פלייסיגע בחורימ'לעך

די דאווענען האט געהאט אן אנדער פנים ווי אייביג..צום עמוד איז צוגעגאנגען א 15 יעריגער זיסער בחור'ל וואס האט אריינגעגעבן א חשק און ס'דאווענען, הויעך אויפ'ן קול, יעדעס ווארט, אים האט נישט אינטערעסירט דעם זייגער, אדער אויב ער האט שוין זעקס, וואס האלטן ביי אמת.. ס'האט מיר געכאפט א שאקל..."היתכן? דא שטייט א פופצן יאריגער בחור און דאווענט אזוי ערליך און שיין, ערווארט נישט קיין כבוד פון קיינעם, און ביינונז דארף מען זיך טאג איין טאג אויס בעטן ווער עס קען צוגיין צום עמוד??

אז כ'האב שוין יא געהאט אזא פלייסיגער לעבהאפטיגן שחרית, מיט א י"ג מדות נאך אויך.איך און אלע ביים דארטיגן מנין, האבן זיך פשוט געשעמט ארויסצוגיין, ווען דער בחור'ל האט מיט זיין הויכע קול, געזאגט תהילים מיט אזא תמימות, און שטרענג פארלאנגט אז מיר זאלן פארבלייבן צו מנין אויף "יהי רצון"
און .....דארט האב איך עס געשפירט.....ס'האט מיר א קנאק געטאהן...איך בין אנגעקומען צו די ווערטער "ולכל גויה וגויה די מחסורו" א פלייץ טרערן האט א שאס געטאהן פון מיינע אויגן, "אוי רבש"ע האט זיך א קרעכץ ארויסגעריסן מעמעקי ליבי, האב רחמנות, און דערבארעם דיך אויף מיר, גיב פאר יעדעם איינעם אין כלל ישראל וואס ער ברויך אריינגערעכנט אויך מיר, וואס איך ברויך...העלף מיר...און גיב מיר סייעתא דשמיא, און כח אדורכצוטראגן אלעס וואס איז אויף מיר באשערט.....איך האב מיך שנעל איבערגעדעקט מיט'ן טלית, זיך שעמענדיג פון מיינע שכנים .

אבער וואס זאלעך ענק זאגן . א שטיין האט פריי געמאכט מיין הארץ...איך האב באשיינפערליך געשפירט ווי אלע מיינע פראבלעמען פארשוואונדן כחלום יעוף....און אט דער זיסער בחור'ל וואס האט נאך יענעם טאג שפעטער אנגעפיהלט דעם היכל מיט זיין זיסע קול תורה. אפ' אין די צייט וואס דער מגי"ש קוקט נישט, און אין מיר אויך אריינגעברענגט א ווילן צו לערנען...- פאר אט דעם בחור'ל וויל איך זאגן, זאלסטו וויסן,
א גרויסע טייל אין מיין טאג, וואך , גאנצן בין הזמנים , וואס איך בין אנגעגאנגען מיט א שמחה, און מיט א חשקות, צו איז עס צו מיין קבועת'דיגן שיעור, צו אין מיין דאווענען, איז דיר צו פארדאנקען...
וואויל איז פאר דיר, און וואויל פאר אלע וואס זענען ווי דיר...
בחורים גייטס אן....דער גאנצער בין הזמנים איז לכתחילה געווידמעט, כדי צו ווייזן און אויפוועקן די בעלי בתים, און אריינברענגען אין זיי זכרונות פון די אמאליגע גוטע ישיבה'ישע יארן.....בכדי אז זיי זאלן זיך נעמען אין די הענט אריין...און מחוזק ווערן...

איי ווי נעמט מען די אלטע טעג!! לערנען פון זיי זיך מ'מעג!!
פארשפארט