בלאט 1 פון 1
דאקטוירים באשטעטיגן: אנלאנען פסח ביינאכט אויף די לינקע זייט
נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 11:37 am
דורך יידל
דאקטוירים באשטעטיגן דאס וואס אונזערע חכמים האבן שוין געוויסט יארן צוריק: וועל מ'לאנט זיך אן אויף די לינקע זייט איז דא ווייניגער שאנסן צו פארלירן דעם אטעם ווי אויף די רעכטע זייט. ליינט דעם קורצן מעדעצינישען ארטיקל
דא.
Re: דאקטוירים באשטעטיגן: אנלאנען פסח ביינאכט אויף די לינקע ז
נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 12:32 pm
דורך שמואל הלוי
און אז ביי א געלינקטער איז פארקערט איז נאך נישט דורכגעפירט געווארן קיין שטודיע?
Re: דאקטוירים באשטעטיגן: אנלאנען פסח ביינאכט אויף די לינקע ז
נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 2:14 pm
דורך יידל
שמואל הלוי האט געשריבן:און אז ביי א געלינקטער איז פארקערט איז נאך נישט דורכגעפירט געווארן קיין שטודיע?
ער שרייבט אינעם שטודיע אז רוב פוסקים האלטן אז א געלינקטער דארף זיך אויך אנלאנען אויף די לינקע זייט, און דא איז די חידוש, אז זיי האבן געוויסט אז ביי א לינקער איז אויך די זעלבע, עיי"ש.
Re: דאקטוירים באשטעטיגן: אנלאנען פסח ביינאכט אויף די לינקע ז
נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 3:29 pm
דורך קול גדול
מ'קען עס שפירן בחוש אז ס'איז לייכטער צו עסן אנגלאנט אויף די לינקע זייט ווי אויפן רעכטע זייט.
אבער פון מיין פערזענליכע ערפארונג איז מער באקוועמער צו עסן בכלל נישט אנגעלאנט, און היינטיגע צייטן עסן שוין מער נישט די אריסטאקראטן אנגעלאנט, ממילא יש להקל.
נשלח: מאנטאג אפריל 03, 2017 11:06 pm
דורך [NAMELESS]
פלעין געטראפן
נשלח: דינסטאג אפריל 04, 2017 12:03 am
דורך berlbalaguleh
יידל האט געשריבן:שמואל הלוי האט געשריבן:און אז ביי א געלינקטער איז פארקערט איז נאך נישט דורכגעפירט געווארן קיין שטודיע?
ער שרייבט אינעם שטודיע אז רוב פוסקים האלטן אז א געלינקטער דארף זיך אויך אנלאנען אויף די לינקע זייט, און דא איז די חידוש, אז זיי האבן געוויסט אז ביי א לינקער איז אויך די זעלבע, עיי"ש.
ווייל אנאטאמיש איז א געלינקטער געבויעט דעם זעלבן וועג ווי א יעדער איינער. נאר זיין נערוואוס סיסטעם איז געווייערט אנדערש. שטאטס ווערן קאנטראלירט דורך די לינקע זייט פונ'ם מוח ווערט עס קאנטראלירט דורך די רעכטע זייט פונ'ם מח. ממילא איז די לינקע זייט שטערקער...!
Re: דאקטוירים באשטעטיגן: אנלאנען פסח ביינאכט אויף די לינקע ז
נשלח: דינסטאג אפריל 04, 2017 5:02 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מיסטער קול גדול, ווארשיינדליך האסטו קיינמאל נישט זיך ריכטיג אנגעליינט. זיך שווימען אין א צוזעצטע קישען (מיט א שיין באצירטע דעקעל פון מלכות) בשעת אז מ׳האלט אן אנגעפילטע בעכער, טאץ, הגדה, סערוויעט ועוד און מ׳זויפט איין פיהר רביעית׳ן אויף אמאל איז טאקע אומבאקוועם. פראביר אבער זיך אויסצוציען אויף א קאוטש, מיט א פאר קישענעס אויפצוהייבען אביסל די אקסעל און קאפ, און עסען רואיגעהייט און דארט וועסטו וויסען א טעם אין חירות
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: דאקטוירים באשטעטיגן: אנלאנען פסח ביינאכט אויף די לינקע ז
נשלח: דינסטאג אפריל 04, 2017 11:35 am
דורך טרויבן88
שמואל הלוי האט געשריבן:און אז ביי א געלינקטער איז פארקערט איז נאך נישט דורכגעפירט געווארן קיין שטודיע?
וואס איז די פראגע? א לינקער האט די לעבער אויך די לינקע זייט?
אינטערשריפט: פארוואס איז דראגס אסור? ווייל מען האט עס אמאל גע'אסר'ט... אזוי זענען נעבעך ציפול פון אונזערע מנהגים
נשלח: מיטוואך אפריל 05, 2017 6:22 am
דורך שבת אחים
טרויבן88 האט געשריבן:
אינטערשריפט: פארוואס איז דראגס אסור? ווייל מען האט עס אמאל גע'אסר'ט... אזוי זענען נעבעך ציפול פון אונזערע מנהגים
נוסח אחר:
פארוואס איז פארהאנען אכט און אכציג טרויבן? ווייל מ׳האט עס אמאל איינגעפלאנצט... אזוי זענען נעבעך דא צופיל פון אונזערע טרויבן...

Re: דאקטוירים באשטעטיגן: אנלאנען פסח ביינאכט אויף די לינקע ז
נשלח: מיטוואך אפריל 05, 2017 1:08 pm
דורך טרויבן88
שבת אחים האט געשריבן:טרויבן88 האט געשריבן:

.
אינטערשריפט: פארוואס איז דראגס אסור? ווייל מען האט עס אמאל גע'אסר'ט... אזוי זענען נעבעך ציפול פון אונזערע מנהגים