בלאט 1 פון 4

גיוס בני ישיבות

נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 12:17 pm
דורך ידען
איך בין שוין ווייטער דא מיט מיינע שאלות.

סע טוהט זיך יעצט וועגען די מדינת ישראל קאאליציע וואס סע זעהט אויס אז מע גייט זיך נעמען אריין שלעפען בחורים צו די מיליטער.

וואס איז די הלכה ביי דעם?

די צייטונגען שרייבען די ערגסטע זאכן וואס סע געשעט אויב מע גייט אין די מיליטער. אז מע רייסט אויס אידישקייט.

סע די זעלבע ווי ביי די קאנטאניסטען?

איך בין א סאטמארע אבער איך וויל אויך הערען וואס די אנדערע זאגען. סע זעהט אויס אז יעדער האט א פראבלעם מיט דעם. ניטש נאר סאטמאר.

וואס איז נחל חרדי?

הרב שטיינעמאן האט עס געמאכט אדער געהאלטען פון עס אדער נישט? סע געווען א פראטעסט אין וויליאמסבורג קעגען איהם אמאל ועגען דעם.

גייט מען עס קענען אויספירען? אדער קיינער גייט נישט גיין אין מיליטער און ענדערשער אין תפיסה?

וויזוי קען מען צווינגען איינעם זאל גיין אין מיליטער ווען ער וויל נישט? ער וועט דען זיין א גוטע סאלדאט געצווינגענערהייט?

נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 1:01 pm
דורך [NAMELESS]
איך וועל דיר פראבירן מסביר צו זיין.

די פרייע האבן א שטארקע פראבלעם מיט די חרדים, לאו דוקא משום עשיו שונא ליעקב. די פרומע ארבעטן נישט, זיי דינען נישט די מדינה אבער זיי ראבעווען אויס די מדינה און די עקענאמי גייט קראכן אויף די סיסטעם.

זיי ווילן אז די חרדים זאלן אדער ארבעטן, אדער טוהן שירות אזרחי, דאס מיינט זיין א נורס אין שפיטאל, הצלה, שומרים וגו׳. די פרומע האלטן נישט דערביי. וואס וואלסטו געטוהן אין זייער הויזן?

בנוגע הרב שטיינמאן שליט״א. ער האט געהאט א פראבלעם אין די היימישע געגענטער, די אפגעפארענע בחורים און מיידלעך פלעגן זיצן ברחובו של עיר און געטוהן מעשים שלא יעשו און טעראריזט די ערליכע עולם. מ׳האט פראבירט אלעס, פון רויסישע מאפיא, ביז פאליציי אבער עס האט געהאלטן און געהאלפן א קדחת. האט ער באשלאסן צו שיקן די בחורים אין מיליטער זיי זאלן אוועקגיין פון בני ברק ירושלים. און דארט אין נחל החרדי דארף יעדע בחור לייגן תפילין און היטן שבת. אלע רבנים אין ארץ ישראל דאנקען אים פארדעם.

עד כאן בקיצור נמרץ

נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 5:51 pm
דורך ידען
אלע רבנים. אויך פון די קנאים?

נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 6:29 pm
דורך געפילטע פיש
ממי_שאמרו האט געשריבן:איך וועל דיר פראבירן מסביר צו זיין.

די פרייע האבן א שטארקע פראבלעם מיט די חרדים, לאו דוקא משום עשיו שונא ליעקב. די פרומע ארבעטן נישט, זיי דינען נישט די מדינה אבער זיי ראבעווען אויס די מדינה און די עקענאמי גייט קראכן אויף די סיסטעם.

זיי ווילן אז די חרדים זאלן אדער ארבעטן, אדער טוהן שירות אזרחי, דאס מיינט זיין א נורס אין שפיטאל, הצלה, שומרים וגו׳. די פרומע האלטן נישט דערביי. וואס וואלסטו געטוהן אין זייער הויזן?

בנוגע הרב שטיינמאן שליט״א. ער האט געהאט א פראבלעם אין די היימישע געגענטער, די אפגעפארענע בחורים און מיידלעך פלעגן זיצן ברחובו של עיר און געטוהן מעשים שלא יעשו און טעראריזט די ערליכע עולם. מ׳האט פראבירט אלעס, פון רויסישע מאפיא, ביז פאליציי אבער עס האט געהאלטן און געהאלפן א קדחת. האט ער באשלאסן צו שיקן די בחורים אין מיליטער זיי זאלן אוועקגיין פון בני ברק ירושלים. און דארט אין נחל החרדי דארף יעדע בחור לייגן תפילין און היטן שבת. אלע רבנים אין ארץ ישראל דאנקען אים פארדעם.

עד כאן בקיצור נמרץ

איך האב גערעדט מיט א חבר פון ישראל, אינגאנצען נישט פון די קנאים קרייז, ער איז גאר א שטארקע ציוני, ישוב ארץ ישראל, און די גאנצע ניין יארדס, ער זאגט מיר אז זאגט מיר אז מדינת ישראל וואלט שוין לאנג געדארפט זיין א לאנד ווי גיין אין מיליטער איז וואלענטערי, אזויווי יעדע (כמעט) ציוויליזירטע לאנד, און אז אויב אלע חדרים גייען מארגן אין מיליטער גייט די מדינה באנקראט, זיי קענען נישט אויסהאלטן אזוי סאך פארהייראטע חיילים. און דאס וואס זיי שרייען אז אלע חרדים גייען נישט אין מיליטער, ארבעטן נישט, און לעבן אויף די שטייער צאלער'ס חשבון איז שוין לאנג נישט גילטיג, און טויזענטער חרדים, אזוי ווי ער, דינען אין שירות לאומי, און דערנאך גייען ארבעטן, חוץ פון א קומץ קטן פון קיצונים, ראדיקאלע טשאלמערס, וואס האלטן ביי גארנישט חוץ פון שרייען ציונים נאצים.

איך בין נישט אינגאנצן איבערצייגט, אבער דאך ברויך מען הערן די אנדערע זייט מטבע.

נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 6:45 pm
דורך [NAMELESS]
גיב מי א ברעיק, ווען רוב רובו היימישע אידן ארבעטן וואלט מען אזוי געדארפט דיפענדן די כולל סיסטעם?
קוק איבער די פאקטן, 10 פראצענט ארבעטן ווייס. נאך 15 ארבעטן שווארץ. וזה הוא זה

נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 9:16 pm
דורך מהנשתנה
ידען האט געשריבן:אלע רבנים. אויך פון די קנאים?


ער רעדט פון רבנים און נישט רע-בנים

נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 9:39 pm
דורך ידען
מהנשתנה האט געשריבן:
ידען האט געשריבן:אלע רבנים. אויך פון די קנאים?


ער רעדט פון רבנים און נישט רע-בנים

פארוואס זענען זיי רע בנים?

סאטמאר אדער תולדות אהרן אדער דשינסקי אדער אלע אנדערע קנאים קרייזען מעגען נישט האלטען אנדערש ווי רב שטיינעמאן? פארוואס זענען זיי רע בנים?

נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 9:55 pm
דורך מהנשתנה
זיי האבן אן אנדערע עצה אדער סתם האקן קעגן יעדעם?

נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 12:28 am
דורך געוואלד געשריגן
מהנשתנה האט געשריבן:זיי האבן אן אנדערע עצה אדער סתם האקן קעגן יעדעם?

נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 12:57 am
דורך בדחן
געפילטע פיש האט געשריבן:איך האב גערעדט מיט א חבר פון ישראל, אינגאנצען נישט פון די קנאים קרייז, ער איז גאר א שטארקע ציוני, ישוב ארץ ישראל, און די גאנצע ניין יארדס, ער זאגט מיר אז זאגט מיר אז מדינת ישראל וואלט שוין לאנג געדארפט זיין א לאנד ווי גיין אין מיליטער איז וואלענטערי, אזויווי יעדע (כמעט) ציוויליזירטע לאנד.... און דאס וואס זיי שרייען אז אלע חרדים גייען נישט אין מיליטער, ארבעטן נישט, און לעבן אויף די שטייער צאלער'ס חשבון איז שוין לאנג נישט גילטיג, און טויזענטער חרדים, אזוי ווי ער, דינען אין שירות לאומי, און דערנאך גייען ארבעטן, חוץ פון א קומץ קטן פון קיצונים, ראדיקאלע טשאלמערס, וואס האלטן ביי גארנישט חוץ פון שרייען ציונים נאצים.


וואט איז די פוינט פון די תגובה?
די ווייסט דאך פינקט ווי יעדעם איינעם אז עס איז דא און אר״ צענדליגער טויזענטער ערליכע נערמאלע ליטווישע און חסידישע בחורים און אינגעלייט וואס שרייען נישט ציוני נאציס, זיי גייען צו די בחירות אא״וו, אבער עכ״ז ווילען זיי מחמת איזה סיבה נישט גיין און צה״ל..

וואס עפעס האסטע דיך אזוי צולאזט אויך זיי אן טראכטען? און פארדרייט די מציאות?

נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 1:05 am
דורך געפילטע פיש
איך האב אנגעהויבן מיטן זאגן אז
איך האב גערעדט מיט א חבר פון ישראל, אינגאנצען נישט פון די קנאים קרייז, ער איז גאר א שטארקע ציוני, ישוב ארץ ישראל, און די גאנצע ניין יארדס, ער זאגט מיר אז...

און דו האסט בכוונה ארויסגעשניטן מיין לעצטע זאץ.
געפילטע פיש האט געשריבן:איך בין נישט אינגאנצן איבערצייגט, אבער דאך ברויך מען הערן די אנדערע זייט מטבע

נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 1:10 am
דורך בדחן
דיין לעצטע זאץ איז אירעליווענט, עס נעמט נישט אוועק די פאקט אז די האסט בזדון פאלטש אנגעריפן צענדליגער טויזענטער נערמאלע מענטשן וואס גייען צו בחירות און האבן קינדער און מוסדות וואס נעמען געלט פון די מדינה און נעמן א חלק און די אנטוויקלונגען פון די מדינה און אלעס ארום, מיט די ווערטער:

א קומץ קטן פון קיצונים, ראדיקאלע טשאלמערס, וואס האלטן ביי גארנישט חוץ פון שרייען ציונים נאצים.

נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 1:19 am
דורך געפילטע פיש
אזוי האלט מיין חבר אין ארץ ישראל, איך האלט אבער אנדערש.
אז ס'גארנישט קיין קומץ קטן, ס'איז רובא דרובא חרדים וואס לעבן א טאג אויף יענעמ'ס חשבון, נעמען יעדע מין תקציב, מאכן קולות ווען מ'מאכט קיצוצים, אבער דער פרייען חיל וואס איז זיך מוסר נפש ממש און היט זיי אפ פון די שבעים זאבים וואס נעמען זיי ארום איז ניטאמאל ווערט א מי שברך אין שול. מ'פארלאזט זיך אויף מעשה ניסים און נארישע תירוצים אז נישט די חיילים וואס לאזן זיך הארגענען אויפן פארנט היטן זיי, נאר די תורה די בטלנים לערנען אין כולל, א שאד דוד המלך האט נישט געהאט אזעלכע ישיבות און כוללים, אסאך אידישע נפשות וואלטן געראטוועט געווארן.
סא יא, ראדיקאלע עגאיסטישע קיצוניים, וואס בייסן די הענט וואס פיטערט זיי.

נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 2:14 am
דורך טעפל
טרייב נישט איבער, אין די נארמאלע פלעצער (די נישט ראדיקאלע טשאלמערס, וואס האלטן ביי גארנישט חוץ פון שרייען ציונים נאצים) איז מען נארמאל מכבד א חייל וואס קומט אריין (דלא כקרית רמא וואו מ'האט פאריאר ארויסגעווארפען א פרומע חייל) ווען ס'איז דא א שטיקל מלחמה איז מען נארמאל מתפלל פאר די חיילים, א גרויסע חלק מאכט שירות אזרחי, און ניין סיי מדארף אונז נישט האבען דארט און צווייטענס זיי קענען אונז נישט נעמען דארט..

נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 8:17 am
דורך [NAMELESS]
אדרבה, אין וועלכע חסידישע בית המדרש מאכט מען א מי שברך פאר חיילי צה״ל בשעת מלחמה?

נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 9:04 am
דורך איך אויך
דאכט זיך אין ליסקא מאנהעטן.

נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 9:19 am
דורך [NAMELESS]
לאמיר זאגן אז דו ביסט גערעכט, זיי זענען די רוב פון די חסידישע וועלט?

נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 11:10 am
דורך דולה ומשקה
דרייט זיך ארום, אז רבי יעקב אלתר דער גור'ע רבי קומט קיין אמעריקא אויף פורים, צוליב דער ענין פון גיוס בני ישיבות, ער וויל מיט ברענגען נאך אדמורים וראשי ישיבות.

נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 11:15 am
דורך [NAMELESS]
אין אמריקא קען מען מער פויעלן?

נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 11:23 am
דורך טישו באקס
אינעם יעצטיגן פאל זענען אלע רבנים און ראשי ישיבות, ליטווישע, חסידישע, אגוד'יסטישע, קנאי'שע, בדעה אחת אז מזאל בשום אופן נישט נאכגעבן קיין משהו אין זיי זאגן אז זיי זענען גרייט מיט צוגיין מיט די בחורים אין תפיסה אריין.

דרך אגב, דער חסידישער חבר הכנת הרב מוזס, האט ביי זיין רעדע אין כנסת געמאכט דעם חשבון אז מאטעמאטיקלי לוינט זיך נישט פאר די מדינה צו שיקן אלע בני ישיבות אין מיליטער, ווייל זיי גייען זיך נישט לאזן און ענדערש גיין אין תפיסה, און פאר די מדינה קאסט אסאך מער אויפצוהאלטן אן ארעסטאנט ווי א סאלדאט...

נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 11:37 am
דורך געפילטע פיש
ממי_שאמרו האט געשריבן:אין אמריקא קען מען מער פויעלן?

נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 11:43 am
דורך דולה ומשקה
געפילטע פיש האט געשריבן:
ממי_שאמרו האט געשריבן:אין אמריקא קען מען מער פויעלן?


פרעג דער גור רבי, זעהט אויס לשיטתו אז יא

נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 11:53 am
דורך געפילטע פיש
ער קומט פאר געלט? מאראל סאפארט?