בלאט 1 פון 4
קאפאוס ביי די צווייטע וועלט מלחמה
נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 12:43 am
דורך בדחן
Starbucks האט געשריבן:יאסעלע וואסער טרעגער האט געשריבן:די אויפגעקלערטע האבן געדינט און די יודישע פאליציי און די וועלט קריג.
די אויפגעקלערטע זענען געווען (על פי רוב) די קאפא׳ס און די לאגערן.
פערצופאל זענען רבנים, שיינע יידן, און זייערע נאכשלעפער, געוועהן די יושבים ראשונה סיי ביי די קאנטאניסטן און סיי ביי די קאפאוס.
יידל, קענסט עס באשטעטיגען אז די
רבנים זענענן געווען די קאפאוס - יושבים ראשונה - אין לאגער?
אדער אז די
רבנים זענענן געווען די וואס האבן פארכאפט די קינדער אין איבערגעבן פאר די רוסישע מיליטער?
איז דא איינער וואס קען עס באשטעטיגען אבער אפווענדען? עס איז פאר מיר נייע אינפערמאציע, און איך איך האב שוין מיט אסאך עלטערע אידן גערעדט און איך האב עס קיינמאל נישט געהערט.
עני אינפאו אבאוט דיס?
נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 9:14 am
דורך איך אויך
האלבע רמזים איז ערגער ווי א טונא סענדוויטש אן לעטיס טאמעטאס פיקעלס, כאטש עס איז א סענסעטיווע סאבדשעקט ביטע שרייבן קלאר אדער אינגאנצן נישט שרייבן.
נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 9:41 am
דורך משולם שטיינפעלד
בכגון דא איז פאסיג דער מאמר החכם ווער עס פארשטייט פארשטייט און ווער עס פארשטייט נישט פארשטייט נישט.
אבער כדי גרינגער צו מאכן וועל איך אויסרעכענען אלע מחותנים פון מהר"ש מבאבוב. והבוחר יבחר.
הרב פאנעט מדעעש
הרב טויבער
הרב גאלדבערגער ממעדיער
הרב מייזעלס מסארוואש
הרב הורוויץ
הרב משה וואקסמאן
הרב משה בלום
נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 11:05 am
דורך דולה ומשקה
כ'האב אין באזיץ א פאשקעוויל וואס דער נירבאטור רב זצ"ל האט ארויס געשיקט קורץ נאכדעם וואס דער ברך משה האט געעפענט זיין בית מדרש אין בארא פארק, זעהט אויס אז ער האט מורה געהאט דאס דער ברך משה וועט איהם צונעמען א חלק פון זיין מנין, בתוך דבריו דערמאנט ער דאס דער ברך משה איז געוועהן א קאפוי, (ער דערמאנט עס נישט לשבח...)
נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 12:14 pm
דורך boxcover
דולה ומשקה האט געשריבן:כ'האב אין באזיץ א פאשקעוויל וואס דער נירבאטור רב זצ"ל האט ארויס געשיקט קורץ נאכדעם וואס דער ברך משה האט געעפענט זיין בית מדרש אין בארא פארק, זעהט אויס אז ער האט מורה געהאט דאס דער ברך משה וועט איהם צונעמען א חלק פון זיין מנין, בתוך דבריו דערמאנט ער דאס דער ברך משה איז געוועהן א קאפוי, (ער דערמאנט עס נישט לשבח...)
ביטע באווייז
נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 12:25 pm
דורך נייגעריגער
גאמעני מיצטארעף?!
נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 12:31 pm
דורך [NAMELESS]
דולה, איך האב עס געבעטן אין אישי, און איך בנט עס ברבים. אדרבה, דאס קען זיין א שטארקע אייטעם
נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 6:45 pm
דורך הירשל ציג
דולה ומשקה האט געשריבן:כ'האב אין באזיץ א פאשקעוויל וואס דער נירבאטור רב זצ"ל האט ארויס געשיקט קורץ נאכדעם וואס דער ברך משה האט געעפענט זיין בית מדרש אין בארא פארק, זעהט אויס אז ער האט מורה געהאט דאס דער ברך משה וועט איהם צונעמען א חלק פון זיין מנין, בתוך דבריו דערמאנט ער דאס דער ברך משה איז געוועהן א קאפוי, (ער דערמאנט עס נישט לשבח...)
אזא פאשקעוויל קעגן זיין אייגענעם שוואגער???
נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 6:57 pm
דורך [NAMELESS]
ביים קריג זענען געווען געמיינע יונגען וואס האבן זיך אויפגעפירט ווי מלאכים, גרויסע רבי'ס וואס האבן איינגעמאכט אין ייאוש, און קליינע קינדער וואס האבן געוויזן ריזיגע גבורת הנפש, אבער די גאנצע שמועס וואס רעדט נעגאטיוו איבער מלחמה געליטענע, און שאצט אפ זייער ראלע אלס קאפויס איז עקלדיג. מיר געשוואלענע, געצערטלטע קינדער, על סיר הבשר זענען דן אוישוויץ אידן וואס האבן געליטן אין א שעה מער וויפיל מיר האבן געליטן משעת הזרעה עד שעת גסיסה? של נעליך מעל רגליך, ווייל די טרעסט אויף נפשות וואס די וועסט קיינמאל נישט קענען דן זיין
נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 7:02 pm
דורך יידל
ווען מ'איז דן לאמיתה של היסטאריע איז נישט שייך צו זאגן אז עס איז עקלדיג אדער שיין.
נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 8:43 pm
דורך היימישער ליטוואק
קופערניקוס האט געשריבן:ביים קריג זענען געווען געמיינע יונגען וואס האבן זיך אויפגעפירט ווי מלאכים, גרויסע רבי'ס וואס האבן איינגעמאכט אין ייאוש, און קליינע קינדער וואס האבן געוויזן ריזיגע גבורת הנפש, אבער די גאנצע שמועס וואס רעדט נעגאטיוו איבער מלחמה געליטענע, און שאצט אפ זייער ראלע אלס קאפויס איז עקלדיג. מיר געשוואלענע, געצערטלטע קינדער, על סיר הבשר זענען דן אוישוויץ אידן וואס האבן געליטן אין א שעה מער וויפיל מיר האבן געליטן משעת הזרעה עד שעת גסיסה? של נעליך מעל רגליך, ווייל די טרעסט אויף נפשות וואס די וועסט קיינמאל נישט קענען דן זיין
איך האב דיר געגעבן א לייק.
יעצט וויל איך דיך פרעגן: האלטסטו אז בשעת'ן קריג איז נישטא קיינע מאראלישע פליכטן? זענען נישט געווען געליטענע אידן וועלכע זענען דארכגעפאלן?
ריכטיג, מיר דארפן זיי 'קאטן סאם סלעק' פאר זייערע ליידן און פארשטיין די סיטואציע, אבער דאך עט די ענד אוף די דעי איז דא רייט און ראנג, נישט אזוי?
פארשטיי מיך גוט, איך רעד נישט פון אויסנאמס פעלער ווען א ביקס איז געשטעלט געווארן צו איינעמס קאפ. איך רעד פון אויפפירונג פון מענטשן פאר לענגערע זמנים אדער פון רעאקציעס צו פארשידנע קריזיסן וועלכע זענען אויפגעקומען במשך די קריגס יארן אין די געטאס און לאגערן, און די וועלדער און אויפן באן הויף. יא, דאמאלטס האט זיך ארויסגעזעהן ווער עס האט א פאזיטיווען כאראקטער, און ווער עס איז סעלפיש און האט נישט קיין וועליוס.
נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 8:45 pm
דורך דולה ומשקה
כ'וועל אין די נאהנטע טעג נעמען דער מיה, אין דאס אהער שטעלן.
נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 8:47 pm
דורך [NAMELESS]
כי מחכים אנחנו להחכים באוצרך
נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 8:53 pm
דורך דולה ומשקה
הירשל ציג האט געשריבן:דולה ומשקה האט געשריבן:כ'האב אין באזיץ א פאשקעוויל וואס דער נירבאטור רב זצ"ל האט ארויס געשיקט קורץ נאכדעם וואס דער ברך משה האט געעפענט זיין בית מדרש אין בארא פארק, זעהט אויס אז ער האט מורה געהאט דאס דער ברך משה וועט איהם צונעמען א חלק פון זיין מנין, בתוך דבריו דערמאנט ער דאס דער ברך משה איז געוועהן א קאפוי, (ער דערמאנט עס נישט לשבח...)
אזא פאשקעוויל קעגן זיין אייגענעם שוואגער???
אין אז דער ברך משה מיטן קלויזענבורגער זענען זיך נישט אויס געקומען פארשטייסטו יא? מילא סאטמער רבי האט געפירט מיט א מערכה, אבער ווי קומט דא אהער די קלויזענבורגער. ווי נאהנט איז ברך משה געוועהן מיט דער טארטיקוב'ער רב, מאכט אביסל היים ארבעט, ועוד רבות כהנה. כ'האב דאס אנגעכאפט אלס א משל, צוליב דאס איז אויך געוועהן מיט פיפציג יאר צוריק., כ'קען דיר מאכען א רשימה קדישא פון נאך אזעלעכע ביישפילען.
אבער דאס איז נישט פאר דעם אשכול, עפען א באזונדערע אשכול איבער דעם חלק פון אידישע היסטוריה, עט מען קענען שמועסן מער בהרחבה.
וועלכע אדמורים רבנים סתם עמך אידען ווייסטו וואס זענען געוועהן א קאפוי?
נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 9:02 pm
דורך [NAMELESS]
אויף די אלע וועלכע האבן געפייניגט דעם ברך משה ניצענדיג דעם רבין זי״ע אלס א שטעקן, איז דא א מורא׳דיגע ווארט פונעם וואוידעסלאווע רב זי״ע.
עס שטייט אז ווען יהושע בן נון איז געווארן רבי, האט זיך דער עולם אפגערעדט אז פני משה כפני החמה, ופני יהושע כפני הלבנה, וזקנים שבדור היו אומרים או לאותה בושה ואוי כלימה. פרעגט דער וואוידעסלאווע רב, וואס האבן די זקנים דא געמיינט צו זאגן? זאגטנער זייער שיין; די זקנים האבן נאך געדענקט ווי אלע וואס זאגן יעצט פני משה כפני החמה, האבן אויסגעטיילט א ציפקע צרות פאר משה רבינו בחיים חייתו, אזוי ווי ער האט אליינס געזאגט עוד מעט וסקילנו.
נאר ווען משה רבינו איז נפטר געווארן זענען פלוצלינג געווארן גרויסע חסידים כדאי צו טשפענען יהושע בן נון, דעריבער האבן די זקנים געזאגט אוי לאותה בושה אז מ׳נוצט משה רבינו פאר א שטעקן אדורך זיינע שונאים ומבקשי רעתו.
האט ער געזאגט די זעלבע אויפן ברך משה. ודפח״ח.
נשלח: דינסטאג פעברואר 19, 2013 2:24 pm
דורך boxcover
די פאוינט איז זייער גוט, אבער - במחולת כבוד וואוידעסלאווער רב - דער משל איז בכלל נישט דומה לנמשל. עניבאדי וואס איז נאר א טראפ באהאווענט מיט די סאטמערע היסטאריע פאר די לעצטע 30/35 יאהר ווייסט איז די אלע קעגנער פונעם ברך משה זענען געווען גאר-פארברענטע סאטמערע חסידים - און רובם אפילו מקורבים.
נשלח: דינסטאג פעברואר 19, 2013 2:27 pm
דורך לעמאן דזשוס
באקסקאווער, מקורבים צום רעביצין מרת אלטע פייגא ע״ה ודו״ק. אבער צו דעם דארף מען זיך אויסקענען פופציג יאר אין סאטמאר...
נשלח: דינסטאג פעברואר 19, 2013 2:41 pm
דורך boxcover
וועלעכער מקורב ביים רעביצין איז נישט געווען מקורב ביי דעם רבין?
נשלח: דינסטאג פעברואר 19, 2013 2:42 pm
דורך [NAMELESS]
די מחלוקה האט זיך ווייט נישט אנגעפאנגען אין יאר תש"מ, נאך אסאך פארן קריג נאך לכל יודע אביסל קורות ודברי הימים אין סיגוט-סאטמאר.
נשלח: דינסטאג פעברואר 19, 2013 2:53 pm
דורך [NAMELESS]
די זיידעס פון די היינטיגע בני יואל האבן געפייניגט דעם רבי'נס איידעם דער סיגוטע רב רבי זלמן לייב הי"ד. די טאטע'ס פון די היינטיגע בני יואל האבן געפייניגט דעם רבינ'ס איינציג איבערגעבליבענע טאכטער רויזעלע נאכן קריג, און די היינטיגע בני יואל האבן געפייניגט דעם ברך משה נאך בחיים חייתו פונעם רבי'ן. עס איז בבחינת כל שהוא ובנו....
איך האב געהערט פון אן עלטערע איד אז ווען דער ברך משה איז נאך געפארן צום רבי'ן אלס יונגל זייענדיג א יתום, פלעגט אים די רבי אלס קויפן מפטיר, און די בחורים אין ישיבה פלעגן אים טשעפענען אז ער קומט כדאי צו באקומען די מפטיר. איז ער איינמאל צוגעגאנגען צום פעטער און געבעטן אז ער זאל עס נישט טוהן מער, ווייל מ'טשעפעט אים זייער.
קומענדיגע מאהל ווען ער איז געווען ביים פעטער האט אים דער פעטער ווייטער געקויפט מפטיר, איז דער ברך משה צוגענגאגען צום פעטער און געפרעגט: איך האב דאך געבעטן אז נישט, איך דארף נישט אז מ'זאל מיר טשעפענען. האט אים די רבי געזאגט: מ'האט געטשעפעט דיין זיידע, מ'האט געטשעפעט דיין טאטע, מ'וועט דיר טשעפענען, און מ'וועט טשעפענען דיינע קינדער, דאס איז א טייטעלבוים, פארפאלן, זאלסטו כאטשיק האבן מפטיר אין די זייט.
נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 6:40 pm
דורך עוד מישהו
איז דא דער פלאץ אויך צו דערמאנען די אידישע ארדענונגס דינסט, די פאליצייאישע קראפט אין די געטא?
עמנואל רינגלבלום אין זיין ארכיוו פון געטא ווארשע, האט נישט געהאט אויף זיי צופיל שבחים, מחמת הרחק מן הכיעור, וועל איך נישט אריינגיין צופיל אין פרטים. אבער דאס יא, ער שרייבט אז עס זענען געווען פאליציאנטן, וואס האבן זיך אויפגעפירט ערגער וואו די נאציס, אוקראינער אדער פאלאקן.
נשלח: מוצ"ש מערץ 02, 2013 9:36 pm
דורך דולה ומשקה
הירשל ציג האט געשריבן:דולה ומשקה האט געשריבן:כ'האב אין באזיץ א פאשקעוויל וואס דער נירבאטור רב זצ"ל האט ארויס געשיקט קורץ נאכדעם וואס דער ברך משה האט געעפענט זיין בית מדרש אין בארא פארק, זעהט אויס אז ער האט מורה געהאט דאס דער ברך משה וועט איהם צונעמען א חלק פון זיין מנין, בתוך דבריו דערמאנט ער דאס דער ברך משה איז געוועהן א קאפוי, (ער דערמאנט עס נישט לשבח...)
אזא פאשקעוויל קעגן זיין אייגענעם שוואגער???
דא איז א העתק פון דעם פאשקעוויל וואס דער ניר-בארטער רב האט געשריבען אנטקעגן דער ברך משה:
[center]הסיגעטער מבלה זמנו בדין תורות ולא ישבע כסף אלא לוקח שוחד ממוכרי בשר,
וכן רצה לסייע בארגון קארטעל של מוכרי חלב ישראל...
ועוד יותר שהוא הולך בעצמו לליציטציונים לקנות בתים ומגרשים,
לא נשכח עוד איך שירד לחיי זקן הרבנים האב"ד דזענטא ז"ל
מנהגו זה חוזר וניעור במה שהוא קבע משכנו סמוך לרבנים אחרים,
והקאפא הזה בא לגבולנו לחלק שיריים ולקבל קוויטלאך.[/center]עכ"ל
כ'האב אויסגעלאזט עטליכע שורות על פי עצת ידידי שליט"א
נ.א. תיבת הדגושים ממני
נשלח: מוצ"ש מערץ 02, 2013 10:28 pm
דורך איחוד פעלד
עס געפעלט מיר די שורה
ועוד יותר שהוא הולך בעצמו לליציטציונים לקנות בתים ומגרשים,
א חוצפה דאס, גייט אליין קויפען הייזער.