בלאט 1 פון 1
יו"ט סעודות, ביים שווער? נישט אויסגעהאלטן!!
נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 5:47 pm
דורך [NAMELESS]
עס קומט יעצט די יו"ט סיזן פון 50 % פון שלום בית קומט וועגן ווי גייען מיר ביי די סדרים-סעודות. וויל איך ברענגען א בפירושע משנה און רש"י אז נאר די ערשטע יו"ט איז דא וואס זיי גייען צום שווער.
הקדמה:
די גמרא איז אין מסכת פסחים דף פ"ז, די משנה רעדט אז קרבן פסח דארף מען אינזינען האבן בשעת שחיטה ווער עס גייט אלס עסן דערפון. זאגט די משנה אזוי:
האשה בזמן שהיא בבית בעלה, שחט עליה בעלה ושחט עליה אביה, תאכל משל בעלה. הלכה רגל ראשון לעשות בבית אביה, שחט עליה אביה ושחט עליה בעלה, תאכל במקום שהיא רוצה.
איז רש"י מסביר:
רגל הראשון - כך דרך הנשואות ללכת לבית אביהן רגל הראשון שאחר הנשואין:
רש"י זאגט קלאר אז אין די ערשטע יו"ט, און נאר די ערשטע יו"ט נאך די חתונה גייט מען צום שווער. און עס איז א גרויסע נפ"מ להלכה. ווייל אויב די שווער האט זיי אינזינען געהאט ביים צווייטן יו"ט, זאגט די משנה בפירוש און אזוי ווערט גע'פסק'נט להלכה (!!) אז די סדר פון די פרויען איז "נישט" צו גיין צום שווער, במילא העלפט עס נישט!
נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 6:19 pm
דורך ידען
היינט שעכט מען אויך קרבנות?
איך מיין צו פרעגען, וואס איז די פראבלעם היינט יא צו גיין?
מיין שווער וויל מיך במילא נישט האבען, האבעך נישט די פראבלעם..
נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 7:00 pm
דורך קאמפיאטער
ממי, איך האב זייער ליב דיינע מאמרים אבער ביז שטי......
50 פארצענט מיינט איינס פין צוויי, איך האב געמאכט א סערווע אין עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז ביסט ווייט פין גערעכט.
אמאל מגזם זיין קען שאדן מאכן.
נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 7:04 pm
דורך [NAMELESS]
ביסט גערעכט, עס וואלט געדארפט צו שטיין 50% שלום בית פראבלעמען ביי אינגעלייט און צומאהל אפילו ביי עלטערע קאפעלס ״בתקופות החגים״. דאס איז שוין בעסער ביי דיר?
נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 7:37 pm
דורך שמעקעדיג
אפשר טוישט מען דעם קעפל?
יום טוב ביים שווער? נישט אויסצוהאלטן!
נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 7:38 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:אפשר טוישט מען דעם קעפל?
יום טוב ביים שווער? נישט אויסצוהאלטן!
אדרבה
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 6:18 pm
דורך ר' שמחה
לגבי פראווען דעם סדר ביי די עלטערן,
ליגט מיר אין זכרון אז (רי"ד הארפענעס צו א צווייטער מו"ץ) האט מיט איבער צוואנציג יאר צוריק פארפירט דערקעגן, טענהנדיג אז ביי די עלטערן קען מען נישט מקיים זיין דעם והגדת לבנך כדבעי,
(געזאגט האט מען, אז אויסגעלאזט האט זיך) אז ער זעלבסט איז געווארן אויסגעשפארט פון זיין דירה בליל הסדר * און לחרפתו איז ער געגאנגען פראווען ביינעזאם מיט זיינע אדער אירע עלטערן.
* נישט געוואלט רופן שומרים ווייל עס איז נישט קיין סכנה.
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 6:44 pm
דורך באס דרייווער
עפעס שטימט נישט
דע גאלאנטער זאגט אז 80% קימט וועגען אינטערנעט
יעצט קימט ממי אז 50% קימט וועגן יום טוב
חוץ אז מיר וועלען זאגען אז עס לויפט אויף אויף 200%
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 6:53 pm
דורך [NAMELESS]
באס טייערע, איך בין סתם נייגעריג, עס גייט יעצט ווערן פערסאנעל און ווי איך גיי שרייבן גייסטו פראבירן אויפווייזן אז איך בין נישט גערעכט?
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 6:56 pm
דורך קאווע טרינקער
יא, בימי חז"ל, איז א פרוי, ברגל הראשון, געווען בערך 13 יאר אלט.
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 6:57 pm
דורך יאיר
ממי, איך מיין אז באס דרייווער וויל ארויסברענגען אז אסאך מאל נוצן מענטשן גוזמאות און ווען מען שרייבט עפעס מוז עס נישט זיין מדוייק.
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 7:00 pm
דורך [NAMELESS]
ווענדט זיך ביי א מעשה וואס רוב רובו איז גוזמה צו אן ארטיקל וואס דער שרייבער האט זיך אויסגעדריקט מיט א גוזמה.
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 11:25 pm
דורך איחוד פעלד
ממי_שאמרו האט געשריבן:ווענדט זיך ביי א מעשה וואס רוב רובו איז גוזמה צו אן ארטיקל וואס דער שרייבער האט זיך אויסגעדריקט מיט א גוזמה.
בכלל וואלט איך מסביר געוועהן אז די מיינסט צו זאגען אוודאי אז 50% פין דיינע שלום בית ארגומענטען נעמען זיך פין גיין צום שווער, נישט על הכלל כולו יצא. דיקא נמי, דאל"ה מנא ידע?
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 11:36 pm
דורך [NAMELESS]
נכון הדבר, נישט דוקא 50 פראצענט אבער א גרויסע חלק ב״ה.
נישט נאר מיינע, מיין ברודער און שוועסטער, מיין שוואגער׳ס און שוועגערנס. פאר יו״ט הערט מען נאך ביי יעדעם.
מיין משפחה איז מען נישט מקפד אז נשים דארפן עסן אין די סוכה און עס זיי ווילן עסן אינדרויסן פארוואס נישט, מיינס איז יא שטארק מקפיד.
מיין משפחה מישט זיך יא פסח ביים סדר, מיין משפחה נישט.
מיין משפחה איז פערטיג די סדר 1 בינאכט, מיין משפחה 4.
וכו וכו
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 11:40 pm
דורך יאיר
ממי, פון וועלכע משפחה קומסטו? לאל
און וואס איז מיט שבת חוה"מ?
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 12:38 am
דורך [NAMELESS]
איך מאך נאכנישט אליין פסח, איינער קען מיר אפשר העלפן פסק'נען וואו געהערט שבת חוה"מ? צוזאמען מיט די ערשטע טעג אדער מיט די לעצטע טעג? (מיינע עלטערן און שוויגער-עלטערן וואוינען נישט אינעם זעלבן שטאט)
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 11:59 am
דורך געפילטע פיש
ווענדט זיך אויב מ'זאגט גוד אסיק אדער גוד אחית, לכאורה באלאנגט שבת צו וועלכע פרשה ס'גייט, ד"ה אז שבת ויקרא ציעט זיך צו די גאנצע וואך פון פרשת ויקרא, אבער פסח גייט דאך נישט קיין סידרה, איז הדרא קושיא לדוכתיה, קען מען אפשר זאגן אזוי ווי די רבי זי"ע פלעגט זאגן בעת רעוא דרעוין אז די ווי אזוי מ'פירט זיך אויף שבת, אזוי גייט די גאנצע וואך, ממילא איז שבת נגרר אחר שבוע הבא, אבער טאמער פסקנט מען אז המוציא מחבירו עליו הראי', דארף די מכניס אורח פון די צווייטע טעג ברענגען א ראי' דיר ארויסצונעמען פון די אכסניה פון די ערשטע טעג, אבער אויב פסקנט מען יחלוקו, קען מען צוטיילן, דו גיי צו דיין שווייגער, און דיין ווייב זאל גיין צו איר שוויגער, אזוי זאל יעדער זיין ביי די אייגענע שוויגער און נישט דארפן גיין צו יענעמ'ס שוויגער, און שלום על ישראל.
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 12:21 pm
דורך ברסלבער
יא אויסגעהאלטן, נישט אויסגעהאלטן, עס איז פשוט געשמאקער צו פירן אליינ'ס אינדערהיים דעם סדר, מען קען געשמאק פארברענגן ווי אזוי מען וויל, מען קען אנהייבן און ענדיגן ווען מען וויל, מען קען שמועסן וואס מען וויל, מען שפירט ממש בחוש דעם זמן חירותינו.
און בכלל האב איך שוין
אן אלטע שיטה אז עס איז בעסער צו דערציילן מעשיות ווי צו זאגן תורות, ביי מיין טאטע/שווער פירט מען זיך צו זאגן תורות און דאס גייט מיר אויף די נערווען, ביי מיר פיר איך זיך צו דערציילן די סיפור יציאת מצרים כפשוטו, בנוסף צו נאך שיינע מעשיות פון צדיקים וואס האבן צו טוהן מיט פסח, עס זענען דא א שלל פון ספרים פון מעשיות אויף פסח.
נאך א מנהג האב איך אז איך דערצייל די סיפור יציאת מצרים הערשט ביי שלחן עורך, נישט ביי מגיד, איך ווייס נישט אויב עס איז אויסגעהאלטן להלכה, אבער משום איזה סיבה האבן מיין ווייב און קינדער מער הנאה עס דעמאלט'ס צו הערן.
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 12:39 pm
דורך באס דרייווער
איך האב פאריאר געפירט דע סדר אליין און איך האב באמת זייער הנאה געהאט
אבער ווען עס איז געקימען דע צווייטע נאכט איז מיר זייער שווער געווען ווען איך האב געמיזט אלעס איבער שפילן
נשלח: מאנטאג מערץ 31, 2014 9:51 am
דורך [NAMELESS]
צוליב דעם פארשטייענדיגע יו״ט, ברענג איך עס צוריק ארויף פאר די פרישע אינגעלייט דא.
נשלח: מאנטאג מערץ 31, 2014 10:50 am
דורך העלא
לאו דוקא יו"ט סעודות, אפילו סתם א שבת,
עיס איז סאך געזונטער פאר די שלו' בית ווען מ'עסט שבת אינדערהיים, עס בויט זיך סאך שטערקער די רילעישאן שי"פ
איינע פון די סיבות פארוואס אמאל איז נישט געווען אזויפיל גיטין איז דאס, ווייל אמאל איז די מאן געווען סאך מער אנגעוויזן אין די ווייב, און די ווייב אין די מאן, אוטאמאטיש, האט מען געארבעט שווערער צו סאלוון פראבלעמען אויב ס'האט זיך געמאכט
היינט איז מען אין שנה ראשונה מער ווייניגער מער אנגעוויזן אין די עלטערן, אויב מאכט זיך פראבלעמען איז סאך גרינגער צו סעטלן ביי די עלטערן ווי צווישן זיך, ליידער
נשלח: מאנטאג מערץ 31, 2014 11:02 am
דורך איש עברי
באס דרייווער האט געשריבן:עפעס שטימט נישט
דע גאלאנטער זאגט אז 80% קימט וועגען אינטערנעט
יעצט קימט ממי אז 50% קימט וועגן יום טוב
חוץ אז מיר וועלען זאגען אז עס לויפט אויף אויף 200%
אלא מאי איז דער גאלאנטער א געפערליכע בעל מגזם
נשלח: מאנטאג מערץ 31, 2014 11:05 am
דורך משולם שטיינפעלד
אדער מוז מען זאגן אז דרייסיג פראצענט פון די יום טוב וויכוחים ווערט געפירט אויף וואטסעפפ, ממילא שטימט זייער גוט, ווייל דרייסיג פראצענט פון יום טוב איז געבינדען מיטן אינטערנעט