אויפדעקונג: יידל איז א טראנס-היומאן
נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 5:49 pm
יעדער ווייסט די סומאטאכע וואס האט זיך דא אפגעשפילט ווען קאווע טרינקער האט באשולדיגט ידידינו ר' יידל אז ער איז א כל יכול. אקעי, כ'פארשטיי אז עס איז א ווילדע הגדרה, אבער איינער וואס קוקט נאך יידל זעהט אז עס איז נישט נארמאל וואס דער מענטש קען אלס.
יידל איז נישט דער איינציגסטער, זיין צווילינג ברודער יאנקל, איז א יודע הכל, ממש באופן נפלא, און מיט דעם האט קופערניקוס אפגעשלאגן קאווע טרינקערס ווילדע קאנספיראציע. (איך האב נישט געקענט טרעפן ווי די שמועס איז געווען, ווער עס קען זאל עס ברענגען)
לעצטנס איז דא פארהאן יאיר, וואס איז א חוט המשולש מיט די צוויי חכמים. אבער עס ענדיגט זיך נישט דא, נאך עטליכע דא זענען אזוי קלוג אז עס לאזט זיך שרייען "לית דין בר נש", אלעס ווייסן זיי, אלעס לערנען זיי טיף אפ, פון קוואנטום פיזיקס ביז פרי מגדים, פון וויסנשאפט ביז קבלה, ממש באופן נפלא.
אבער יידל אליין האט בדרך אגב אנטדעקט וואס ער איז אין זיין הערליכע שמועס פארוואס אידן זענען אזוי קלוג האט יידל אנגעצייכנטבדרך אגב, בקצרה די נושא טראנס הומאניזם איך האב זיך איינגעשפארט פערציג טעג און פערציג נאכט, ארבעים נקיים אויף א טיפת דיו פון יידל. און טראנס-הומאניזם איז א העכערע דרגא מענטש. פילאזאפירער וואס זעען דעם געוואלדיגן גאלאפ אין די מענטשליכע מעגליכקייטן און די גרויסע פארשריט וואס זי מאכט ווי אויך די צונויפשמעלצונג פון מענטשליכע מעגליכקייטן מיט קאמפיוטעריזירטע יכולת'ן, האלטן זיי אז נייע סארטן מענטשן קומען אפיר אויף די ארענע, מענטשן מיט גאר הויכע מעגליכקייטן, און זיי רופן עס "טראנס-הומאניזם". מענטשן וואס וועלן שוין במעי אמם אויסגעבעסערט און בארייכערט מיט טעכנאלאגישע מעגליכקייטן, מענטשן וואס וועלן נישט ווערן אלט, און מענטשן וואס מען וועט עוקר זיין די שלעכטע נייגונגען פון זייערע מוחות. די נושא איז א ברייטער, אבער אז מען זעהט דעם ריזן חילוק צווישן אן אלט פארצייטישן וואלט-מענטש און א היינטצייטיגער אקאדעמיקער, איז עס אויך טעכניש צוויי סארטן מענטש וואס אויסער אויסערליכע שטריכן זענען זיי ווייט כרחוק אהרן מזלמן לייב. טראנסהומאניזם וועט פירן די מענטשהייט צו העכערע און נייערע מעגליכקייטן ואין כאן מקומו להאריך בזה, יבוא יידל ויסביר את מהותו.