בלאט 1 פון 2
פלאנעטן וואס האבן מעגליך אין זיך לעבן
נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 4:42 pm
דורך קול גדול
Re: פלאנעטן וואס האבן אין זיך לעבן
נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 6:13 pm
דורך יידל
שוואכע מעשיות. אינעם קעפל פונעם אשכול שרייבט איר
קול גדול האט געשריבן:פלאנעטן וועלכע האבן אין זיך לעבן
אבער אינעם ארטיקל שטייט:
ראב וועף האט געשריבן:being in the habitable zone is no guarantee that life has evolved on a planet.
ווייטער שרייבט איר אז,
כלל גדול האט געשריבן:אסטראנאמער האבן געפונען
אבער אינעם ארטיקל שטייט
ראב וועף האט געשריבן:scientists now believe that 40% of those might have a planet in the habitable zone.
Re: פלאנעטן וואס האבן אין זיך לעבן
נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 7:25 pm
דורך קול גדול
יידל האט געשריבן:שוואכע מעשיות. אינעם קעפל פונעם אשכול שרייבט איר
קול גדול האט געשריבן:פלאנעטן וועלכע האבן אין זיך לעבן
אבער אינעם ארטיקל שטייט:
ראב וועף האט געשריבן:being in the habitable zone is no guarantee that life has evolved on a planet.
ווייטער שרייבט איר אז,
כלל גדול האט געשריבן:אסטראנאמער האבן געפונען
אבער אינעם ארטיקל שטייט
ראב וועף האט געשריבן:scientists now believe that 40% of those might have a planet in the habitable zone.
גערעכט, ס'איז טאקע נאכנישט דא קיין באווייזן אז ס'איז פארהאן לעבן אויף די פלאנעטן, אבער די חידוש איז אז מ'האט אויסגעטראפן אז די פלאנעטן האבן די מעגליכקייט צו האבן לעבן אויף זיך.
Re: פלאנעטן וואס האבן אין זיך לעבן
נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 11:10 pm
דורך קול גדול
יאנקל האט געשריבן:ווי יידל האט שוין באמערקט איז דער קעפל מיסלידינג. מ'דארף ווען אנקלאפן ביי די באריסטאס אז זיי זאלן עס טוישן מיט געוואלד, אויב קול גדול וועט זיך נישט ברעכן...
דער אמת איז אבער אז מיט די פארשריט וואס מ'מאכט אין דעם פעלד גלייבן פילע וויסנשאפטלער אז מ'וועט געפינען לעבן אויף אנדערע פלאנעטן גאנץ בקרוב. קען מען אפשר לאזן דעם קעפל אלץ הכנה צו די נייעס וואס קומט אט-אט.
עס איז וויכטיג דא צו דערמאנען דעם גרויסן פראיעקט "סעטי", וואס זוכט שוין שוין מעסעדזשעס פון אנדערע פלאנעטן א צוואנציג יאר.
איך האב זיך געבראכן.. צדקתם ממני, איך האב געטוישט דעם קעפל.
ווען מ'ווערט טרעפן לעבן אויף אן אנדערע פלאנעט וועט מען צוריקטוישן דעם קעפל.
Re: פלאנעטן וואס האבן מעגליך אין זיך לעבן
נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 11:42 pm
דורך שרגא
אויב זאל זיך ארויסשטעלן אז עס איז נישט פאראן אין ערגעץ אנדערש קיין לעבעדיגע, וועט עס זיין אן אומגעהויערע וואונדער און נס.
Re: פלאנעטן וואס האבן מעגליך אין זיך לעבן
נשלח: פרייטאג מערץ 30, 2012 10:51 am
דורך יידל
שרגא האט געשריבן:אויב זאל זיך ארויסשטעלן אז עס איז נישט פאראן אין ערגעץ אנדערש קיין לעבעדיגע, וועט עס זיין אן אומגעהויערע וואונדער און נס.
גוזמא בעלמא קתני. די טעזע פון מולטי וועלטן איז ווייט פון זיכער.
Re: פלאנעטן וואס האבן מעגליך אין זיך לעבן
נשלח: פרייטאג מערץ 30, 2012 11:27 am
דורך יידל
קארל האט געשריבן:יידל האט געשריבן:שרגא האט געשריבן:אויב זאל זיך ארויסשטעלן אז עס איז נישט פאראן אין ערגעץ אנדערש קיין לעבעדיגע, וועט עס זיין אן אומגעהויערע וואונדער און נס.
גוזמא בעלמא קתני. די טעזע פון מולטי וועלטן איז ווייט פון זיכער.
וואס שרגא האט געזאגט האט נישט קיין שייכות מיט דער טעאריע פון מולטיווערסן, נאר ליבערשט מיט דעם "דרעיק עקוועישאן", וועלכער גיט אן די שאנסן פאר אויסערוועלטליכער אינטעליגענץ, כזה:
עס זענען לכאורה פאראן גענוג און נאך וואוינבארע פלאנעטן צו באפרידיגן דעם דרעיק עקוועישאן, אז עס זאל זיין כמעט זיכער לעבן ערגעץ אנדערש חוץ אונזער וועלט. דעריבער, אויב עס איז נישט דא קיין לעבן ערגעץ אנדערש, איז עס זייער אומפארשטענליך לויט וויסנשאפט, און הענס שרגא'ס "נס".
פארן ציבור נישט-סייענטיסטן וועלכע זענען לכאורה רובא דרובא קוראי קאווע שטיבל, נאט אייך דעם פירוש פון דרעיק עקוועשאן:
N = די מספר פון ציווילעזאציעס אין אונזער גאלאקסי (מילקי וועי) מיט וועלכע ס'מעגליך אז מ'קען האבן קאמוניקאציע מיט זיי
און
*R = די עווערעדזש ראטע פון נייע שטערנס פער יאר און אונזער גאלאקסיע
fp = די קליינע חלק פון די נייע שטערנס וועלכע האבן פלאנעטן
ne = די עווערעדזש מספר פון פלאנעטן וועלכע האבן דעם פאטענציאל צו ענהאלטן לעבן, פער שטערן וואס האט פלאנעטן
fℓ = די קליינע חלק פון די פלאנעטן אויף וועלכע עס וועט זיך למעשה דעוועלאפן לעבן
fi = די קליינע חלק פון די פלאנעטן אויף וועלכע עס וועט זיך דעוועלאפן לעבן, ווי די לעבן וועט זיך דעוועלאפען צו אינטעליגענע לעבן
fc = די קליינע חלק ווי אינטעליגענטע לעבן וועט זיך דעוועלאפען, און די וועלן אויסארבייטן א טעכנעלאגיע וועלכע וועט ארויס לאזן סיגנאלן אין ספעיס (א שטייגער ראדיא סיגנאלן)
L = די אורך הזמן אין וועלכע אזוינע ציוויליזאציעס וועלן שיקן אזוינע סיגנאלן קיין ספעיס
Re: פלאנעטן וואס האבן מעגליך אין זיך לעבן
נשלח: פרייטאג מערץ 30, 2012 11:37 am
דורך שרגא
וואס שרגא האט געזאגט האט נישט קיין שייכות מיט דער טעאריע פון מולטיווערסן, נאר ליבערשט מיט דעם "דרעיק עקוועישאן", וועלכער גיט אן די שאנסן פאר אויסערוועלטליכער אינטעליגענץ, כזה:
עס זענען לכאורה פאראן גענוג און נאך וואוינבארע פלאנעטן צו באפרידיגן דעם דרעיק עקוועישאן, אז עס זאל זיין כמעט זיכער לעבן ערגעץ אנדערש חוץ אונזער וועלט. דעריבער, אויב עס איז נישט דא קיין לעבן ערגעץ אנדערש, איז עס זייער אומפארשטענליך לויט וויסנשאפט, און הענס שרגא'ס "נס".
ריכטיג, מולטיווערס איז גאר א צווייטע מעשה (אפילו עס איז גראדע אויך היפש אנגענומען ביי טעארעטישע פיזיקער, אריינגערעכנט דאכט זיך האקינג, טראץ ווי מאדנע עס קלינגט, ווייל עס לייזט אסאך פראבלעמען).
יא, פשוט אלס די אומגעהויערע גרויסע צאל. און עס איז טאקע וועגן דעם אזא וואונדער אז מען האט נאך ביז יעצט נאכנישט עפעס געטראפן (פערמי פאראדאקס).
Re: פלאנעטן וואס האבן מעגליך אין זיך לעבן
נשלח: פרייטאג מערץ 30, 2012 11:41 am
דורך יידל
Re: פלאנעטן וואס האבן מעגליך אין זיך לעבן
נשלח: פרייטאג מערץ 30, 2012 12:23 pm
דורך געפילטע פיש
שרגא האט געשריבן:ריכטיג, מולטיווערס איז גאר א צווייטע מעשה (אפילו עס איז גראדע אויך היפש אנגענומען ביי טעארעטישע פיזיקער, אריינגערעכנט דאכט זיך האקינג, טראץ ווי מאדנע עס קלינגט, ווייל עס לייזט אסאך פראבלעמען).
יא, פשוט אלס די אומגעהויערע גרויסע צאל. און עס איז טאקע וועגן דעם אזא וואונדער אז מען האט נאך ביז יעצט נאכנישט עפעס געטראפן (פערמי פאראדאקס).
איך האפ אז די רעדסט נישט פון מאלטיווערס אז מ'האט זיי נישט געטראפן, ווייל דאס איז אוממעגליך, די אלטערנאטיווע יוניווערס איז אין א אלטערנעיט ריאליטעט, וואס אן אבזערווירער פון איין ריאליטי זעט נאר זיין ריאליטי, אזוי ווי ביי
שרוידינגערס קאץ, קען דער אבסערווער וואס האט געטראפן דעם קאץ טויט נישט גיין צו די וועלט ווי די קאץ לעבט נאך.
Re: פלאנעטן וואס האבן מעגליך אין זיך לעבן
נשלח: זונטאג אפריל 15, 2012 4:46 pm
דורך קול גדול
ווי ס'שטעלט זיך אויס איז גאנץ מעגליך אז מען האט שוין געטראפן מיקראסקאפישע לעבן אויפן פלאנעט מאדים אין יאר 1976:
http://www.msnbc.msn.com/id/47031923/ns ... 4syKrPbCGs
Re: פלאנעטן וואס האבן מעגליך אין זיך לעבן
נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 10:13 am
דורך געפילטע פיש
סייענטיסטען האבן געטראפן א פלאנעט 22 ליכט יאר ווייט אין די מזל עקרב קאנסטילאציע וואס וואס ס'קען זיין לעבן אויף דעם, די Gliese 667Cc, וואס איז ארום 4 מאל אזוי גרויס ווי אונזער ערד קוגל, באקומט ארום צען פראצענט ווייניגער ליכטיגקייט פון איר זין, אבער וויבאלד די ליכט איז מער אין די אינפרארעד כוואליע-לענג באקומט עס בערך די זעלבע מאס ענערגיע \ היץ ווי אונז.
www.telegraph.co.uk/science/space/9230801/Astronomers-find-new-planet-capable-of-supporting-life.html
Re: פלאנעטן וואס האבן מעגליך אין זיך לעבן
נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 6:05 pm
דורך אברעמעל
זייענדיג אביסל אן עם הארץ אין די זאכן, וואס מיינט געטראפן לעבן, באשעפעניש אדער מענטשן?
Re: פלאנעטן וואס האבן מעגליך אין זיך לעבן
נשלח: מוצ"ש אפריל 28, 2012 9:33 pm
דורך געפילטע פיש
אברעמעל האט געשריבן:זייענדיג אביסל אן עם הארץ אין די זאכן, וואס מיינט געטראפן לעבן, באשעפעניש אדער מענטשן?
טרעפן א פלאנעט וואס קען סאפארטן לייף מיינט אז זיי האבן געטראפן א פלאנעט וואס האט די ריכטיגע אומשטענדען אז ס'זאל זיך דארט אנטוויקלען בייאלאגישע לעבן, ד"ה נישט צו קאלט, נישט צו הייס, גענוג גראוויטי ס'זאל האבן אן אטמאספערע, אא"וו
Re: פלאנעטן וואס האבן מעגליך אין זיך לעבן
נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 1:56 am
דורך געפילטע פיש
יאנקל האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:אברעמעל האט געשריבן:זייענדיג אביסל אן עם הארץ אין די זאכן, וואס מיינט געטראפן לעבן, באשעפעניש אדער מענטשן?
טרעפן א פלאנעט וואס קען סאפארטן לייף מיינט אז זיי האבן געטראפן א פלאנעט וואס האט די ריכטיגע אומשטענדען אז ס'זאל זיך דארט אנטוויקלען בייאלאגישע לעבן, ד"ה נישט צו קאלט, נישט צו הייס, גענוג גראוויטי ס'זאל האבן אן אטמאספערע, אא"וו
פארשטייט זיך אז די שפעקולאציעס ארבעטן מיט דער טעאריע פון עוואלוציע אז לעבן "אנטוויקלט" זיך, און דעריבער, פונקט ווי לעבן האט זיך אנטוויקלט אויף אונזער וועלט, קען זיך עס אויך אנטוויקלען אויף אנדערע פלאנעטן וועלכע פארמאגט די ריכטיגע קאמבינאציע אונטערצושטיצן לעבן.
אדער ארבעט עס מיט קריעישאניזם און די וועלטן און אלעס אין זיי זענען באשאפן געווארן ביי בריאת העולם.
Re: פלאנעטן וואס האבן מעגליך אין זיך לעבן
נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 2:26 am
דורך געפילטע פיש
יאנקל האט געשריבן:קוק אין דיינע אייגענע ווערטער: מ'זוכט "א פלאנעט וואס האט די ריכטיגע אומשטענדען אז ס'זאל זיך דארט אנטוויקלען בייאלאגישע לעבן." קריעישאניזם אנערקענט נישט אזא מושג פון "אנטוויקלען".
מאך א פיינד ענד ריפלעיס און לייג sustain אנשטאט אנטוויקלען.
טרעפן א פלאנעט וואס קען סאפארטן לייף מיינט אז זיי האבן געטראפן א פלאנעט וואס האט די ריכטיגע אומשטענדען אז ס'זאל קענען אויפהאלטן און ס'זאל קענען עגזעסטירן אין אדיר בייאלאגישע לעבן, ד"ה נישט צו קאלט, נישט צו הייס, גענוג גראוויטי ס'זאל האבן אן אטמאספערע, אא"וו.
Re: פלאנעטן וואס האבן מעגליך אין זיך לעבן
נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 11:05 am
דורך געפילטע פיש
מועד קטן ט"ז ע"א:
מנלן דמשמתינן דכתיב (שופטים ה, כג) אורו מרוז דהכי סברא דגברא רבה דכתיב (שופטים ה, כג) אמר מלאך ה' ומנלן דמחרמינן דכתיב אורו ארור דאכיל ושתי בהדיה וקאי בארבע אמות דידיה דכתיב יושביה ומנלן דפרטינן חטאיה בציבורא דכתיב (שופטים ה, כג) כי לא באו לעזרת ה' ואמר עולא בד' מאה שיפורי שמתיה ברק למרוז איכא דאמרי גברא רבה הוה ואיכא דאמרי כוכבא הוה
Re: פלאנעטן וואס האבן מעגליך אין זיך לעבן
נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 12:40 pm
דורך געפילטע פיש
דאכט זיך מיר אז ס'ווערט שוין געברענגט אין ספר הברית, די פונקט איז, און די סיבה פארוואס איך ברענג דאס צו איז צו ווייזן אז עקסטרא-טערעסטריעל לייף איז לאו דוקא א סתירה מיט רעליגיע.
Re: פלאנעטן וואס האבן מעגליך אין זיך לעבן
נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 1:20 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
געפילטע פיש האט געשריבן:דאכט זיך מיר אז ס'ווערט שוין געברענגט אין ספר הברית, די פונקט איז, און די סיבה פארוואס איך ברענג דאס צו איז צו ווייזן אז עקסטרא-טערעסטריעל לייף איז לאו דוקא א סתירה מיט רעליגיע.
איך געדענק עס אויך האבן געזען אין ספר הברית. ער שרייבט, דאכט זיך, אז עס קען זיין אנדערע פלאנעטן זאלן פארמאגן פארמס פון לעבן; עס קען אפילו זיין זיי זאלן זיין קלוגער ווי אונז. די איינציגע זאך וואס איז עקסלוסיוו פאר אונז איז דער כוח הבחירה.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 10:03 am
דורך מי אני
דאס יאר האט מען געגעבן די נאבעל פרייז אין פיזיקס (אויך) פאר דר. מישעל מאיאר און דר. דידיער קעלאז פאר'ן אנטדעקן אין 1995 דאס
ערשטע עקסטראסאלאר פלאנעט.
*
רש"י דארט אין מו"ק איז מפרש אז מרוז=כוכבא מיינט מען די מזל פון סיסרא (און "יושביה" 'עט מיינען די וואס זענען אונטער יענע מזל, ועיין בנימוקי יוסף שם).
(ובסתם בכל ענין זה ע"ע כאן.)
פלאנעטן וואס האבן מעגליך אין זיך לעבן
נשלח: מיטוואך אקטאבער 23, 2019 9:03 am
דורך מי אני
ס׳איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען ווי רב חסדאי קרשקש (אור ה׳ מאמר ד דרוש ב) רירט אן אויף די נושא (פון א דזשיאוסענטריק און פילאזאפישן שטאנדפונקט) ע״ש.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 4:03 pm
דורך מי אני
viewtopic.php?p=438851#p438851*
Two possibilities exist: either we are alone in the universe or we are not. Both are equally terrifying.
Arthur C. Clarke
פלאנעטן וואס האבן מעגליך אין זיך לעבן
נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2020 2:31 pm
דורך מי אני
דער רס״ג אין האמונות והדעות (מאמר א פ״א בראיה הראשונה) האט געהאט אנגענומען פון א דזשיאוסענטריק (און ד יסודות) פערספעקטיוו אז ס׳זענען נישט דא נאך וועלטן ע״ש.
viewtopic.php?f=13&t=3166