סייענטיסטן: יאיר איז א פאוסט-האמאו-סאפיענס
נשלח: דינסטאג פעברואר 19, 2013 5:20 pm
שוין א שטיק צייט וואס די פארשער מוטשען זיך צו דערגיין מה טובו של יאיר זה. די סייענטיסטן מוטשען זיך זייער צו פארשטיין די געבוי פונעם מח פון די יצירה וואס הייסט יאיר. וואס איז די גרויסע מיסטעריע מיט דעם יאיר?
אלזא, די מענטשליכע מח האט א געוויסע שנעלקייט ווי שנעל זי איז תופס א זאך. מיר גייען נישט דא אריינגיין אין די שנעלקייט, די מאטעמאטישע חשבונות, ווייל ווי איר ווייסט בין איך נישט גוט אין מאטעמאטיק אבער די געווענליכע מענטשליכע מח דויערט א געוויסע יחידה פון צייט ווי למשל וואס מאטעמאטיקער רופן אן "א מינוט" וואס דאס איז א וויסנשאפטליך אויסדרוק פאר זעכציג סעקונדן. צו תופס זיין א ענין, סיי א לאגישער ענין, סיי א ענין וואס האט צוטאן מיט חוש הזיכרון, ווי אויך מערערע אנדערע ענינים וואס א מענטש דארף תופס זיין דורך שמיעה דורך קריאה אדער אנדערע חושים.
יאיר האט אבער געבראכן אלע פרעצעדענטן מיטן תופס זיין זאכן אין גאר קליינטשיגע צייט אפשניטן, און רעאגירן מיט א גאר הויכע חוש פון לאגיק און מיט א שטארקן זכרון. אן אויבנאויפיגע רעצענזיע אויף יאיר'ס ווערק אין דעם פאפולערן וויסנשאפטליכן זייטל צייגט אז בלויז עטליכע סעקונדן נאך א תגובה פון זיינע קאלעגע וויסנשאפטלער שפרינגט ער גלייך אויף מיט א טוץ ענטפערס, טיילמאל מיט אסאך חכמה, (טראץ וואס למען אקעדעמישע פונקטליכקייט, טיילמאל מיט ריין נאנ-סענס, כידוע, וד"ל)
גאר שטארק זענען די סייענטיסטן צעשוידערט געווארן ווען די דאזיגע בריאה יאיר, האט גענוידערשמעקט די גענדער פון א מענטש אן באקוקן די פאקטישע פיזישע באשטאנדטיילן. ביז יעצט פלעגן סייענטיסטן מוזן זעהן דעם פאציענט און באטראכטן זיינע מאכעטייסן, זיין סומאטאכע, אדער ווי דער וויסנשאפטלער בוראט פון קאזאקסטאן רופט עס די מאטבוחא.
יעצט האט יאיר באוויזן א מעדיצינישע, וויסנשאפטליכע קונץ און באשטעטיגט א מענטשנס גענדער באזירט אויף עטליכע אויבערלפלעיכליכע שמועסן.
סייענטיסטן באוואונדערן די דאזיגע קונסט, און מען פרובירט צו דערגיין פון ווי יאיר שעפט זיינע הויכע כחות וואס מען האט שוין נישט געזעהן זינט באקאנטן חכם טיל אויגנשלשפיל מיט הונדערטער יארן צוריק.
געוויסע קאנסערוואטיווע וויסנשאפטלער זענען זייער באזארגט אז יאיר'ס מעגליכקייטן זאל נישט גענוצט ווערן אין די וועלט פון פארנאגראפיע (א וויסנשאפטליכע ווארט פאר שמוץ אדער פאר חטא הידוע)
וויסנשאפטלער וואס האבן פרובירט צו שאצן יאיר'ס מח זענען איבערצייגט אז דאס קען נישט זיין די מח פון הומאו ארקטוס אבער איז אפילו מער פארגעשריטן ווי די געווענליכע מח פונעם האומאו סאפיענס דעריבער ווילן זיי מחדש זיין אז ער איז אן איבערגאנגס בריאה פון הומאו סאפיענס, צום נעקסטן לעוועל, און זיי רופן אים פאסט האומאו סאפיענס
און אויב איר זענט נאכגעגאנגען אלע לינקס ביז דא, וועט אייך דאס מער ערקלערן אין די גאנצע נושא