בלאט 1 פון 1
קאנגראטולאציעס לעמאן דזשוס!
נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 12:52 am
דורך [NAMELESS]
מיר האבן דא מיטגעהאלטן א הערליכן פאעזיע פארמעסט, דאס איז געווען א גאר געשמאקע צייט פון פארברענגען, אויסשארפן חושים און הנאה האבן. אסאך מענטשן פרובירן ארויסצוברענגען די ערגסטע פון אונז, אביוסיוו בעלי בתים, עלטערן, חברים, און דא האט אונזערער טייערער ידיד לעמאן דזשוס ארויסגעברענגט די בעסטע פון אונז! ער האט גענומען אפאר מענטשן וואס האבן געזאגט "נע, איך קען דען" און זיי געמאכט פאר באקרוינטע פייטנים.
לעמאן דזשוס איז אין איין געבענטשן טאג אריינגעקומען אין שטיבל, ווען די שטיבל איז שוין געווען א מיטליעריגער איד, און האט מיט זיין גוט הארץ, זיין גוטסקייט, זיין שכל הישר און חוש ההומאר אריינגעברענגט א רוח החיים, ער האט א כאפ געטון דעם שרביט הזהב, און אנגעהויבן דיריגירן א כאר פון פייטנים, ער האט בארייכערט דעם שטיבל, אונז מהנה געווען און געמאכט די אלע פייטנים פאר וואס זיי זענען היינט: פייטנים.
לאמיר אלע דאנקען לעמאן דזשוס!
רבותי, די פוינט איז נישט דא מיר צו לייקן, שרייבט דא צו תגובות פון דברי ברכה והודאה פאר לעמאן דזשוס, און ווען וועלט וואלט געועון וועלט וואלט די ברכות פאר לעמאן דזשוס אשכול געדארפט איבערוועגן אלע הונדערט בלעטערדיגע סומאטאכע אשכולות.
א דאנק אייך לעמאן דזשוס!
נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 12:57 am
דורך זר זהב
לעמען דזשוס איז די בעסט!!
WE LOVE HIM
נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 1:02 am
דורך [NAMELESS]
א הערליכע ארבעט לעמאן דשוס!!
איך בלאש!!!
נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 1:02 am
דורך לעמאן דזשוס
איך רוק מיר דא אריין כעני אצל קופערניקוס אים צו ווילקאמען,
כאף מארגן אי"ה ארויסצוקומען מיט א שטיקל ארטיקל, חפץ השם בידינו!!
איצטערט קען איך נאכנישט קומען צום ווארט, איך מיין ערענסט! און יא איך קען נוצן א וואך פלארידא, אלזא שיקט אריין אפאר גראשן צו מיין אימעיל גוגל וואלעט קאנטע, און ביים ברעג טייך וועט זיך מיר גרינגער צוגרייטן די קומענדיגע פארמעסט!!!
נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 1:47 am
דורך בענדזשאמין פרענקלין

דער אגודל פאר דיר לעמאן דזשוס,

א דאנק פאר דיר לעמאן דזשואס,

א שמייכל צו דיר לעמאן דזשאוס,

א לאך צוליב דיר לעמאן דזשואס,

ווי ביסטו געווען ביז היינט לעמאן

איך גלייב אליין נישט וואספארא כשרונות האסט ארויסגעשלעפט פון אונז.

וואס נאך קען איך אלץ, און איך ווייס אליין נישט דערפון ?

א צינג פאר מיין רבי אין כיתה ח'

פוי פאר מיין מנהל אין ישיבה קטנה

הערשל קלאר גיי ווי די שווארצע יאגדעס וואקסט
נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 1:50 am
דורך [NAMELESS]
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן::like דער אגודל פאר דיר לעמאן דזשוס,

א דאנק פאר דיר לעמאן דזשואס,

א שמייכל צו דיר לעמאן דזשאוס,

א לאך צוליב דיר לעמאן דזשואס,

ווי ביסטו געווען ביז היינט לעמאן

איך גלייב אליין נישט וואספארא כשרונות האסט ארויסגעשלעפט פון אונז.

וואס נאך קען איך אלץ, און איך ווייס אליין נישט דערפון ?

א צינג פאר מיין רבי אין כיתה ח'

פוי פאר מיין מנהל אין ישיבה קטנה

הערשל קלאר גיי ווי די שווארצע יאגדעס וואקסט

נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 1:58 am
דורך Starbucks
וואטס נעקסט, א מאלעריי פארמעסט?
נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 3:36 am
דורך טעפל
איין מינוט, לעמענען האסטו שוין געדאנקט???
לעמאן איך האב קיינמאל נישט געטון אין די נושא פון פאזיעעיע(???) אבער בזכותך האב איך זיך ממש מחיה געעוועהן טאקע אפשר צו שנעל געשטימט (כ'בין געוועהן די ערשטע, ניין?) אבער ממש הנאה געהאט צו מיטהאלטען יעדע מינוט..א גרויסע שכוח און זאל דיר דער אייבישטער באצאלען ווייל איל וועל נישט..
הצלחה
נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 8:52 am
דורך Ben-Shishim
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן::like דער אגודל פאר דיר לעמאן דזשוס,

א דאנק פאר דיר לעמאן דזשואס,

א שמייכל צו דיר לעמאן דזשאוס,

א לאך צוליב דיר לעמאן דזשואס,

ווי ביסטו געווען ביז היינט לעמאן

איך גלייב אליין נישט וואספארא כשרונות האסט ארויסגעשלעפט פון אונז.

וואס נאך קען איך אלץ, און איך ווייס אליין נישט דערפון ?

א צינג פאר מיין רבי אין כיתה ח'

פוי פאר מיין מנהל אין ישיבה קטנה

הערשל קלאר גיי ווי די שווארצע יאגדעס וואקסט
I don't wanna bombard the forum with English, but I still need to thank the Juicy friend ours, so here we go

נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 9:16 am
דורך ברסלבער
א גרויסן דאנק אייך הרב לעמאן דזשוס!
ביניך געוואויר געווארן א פרישע חידוש אין לעבן, אז איך טויג אויך צו א שטיקל פאעזיע.
ווען נישט לעמאן דזשוס, מיט זיינע וואזשנע המצאות, וואלט איך דאס קיינמאל נישט גע'חלום'ט.
לאמיר האפן אז דערוילעם וועט אויפקומען מיט נאך פארמעסטן-איידיעס, און מיט דעם ארויס ברענגן די באהאלטענע טאלאנטן פון די חברים היקרים.
נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 12:20 pm
דורך עסן עסט'זיך
יישר כח לעמאן דזשוס, מיר האבן דיר ליב.
לאמיר זינגען אזוי ווי אמנון יצחק "לעמאן דזשוס, אנחנו אוהבים אותך!!!

נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 12:59 pm
דורך [NAMELESS]
לעמאן!!!!
די ווייסט וואס די האסט געטוהן מיט מיר???
ווען האב איך גע'חלום'ט אז איך קען פאעזיע?? יעצט האלט נישט נאר איך אזוי, נאר אויך א שיינע טייל מחברי שטיבעלינו!!
:kiss:
נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 1:01 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן::like דער אגודל פאר דיר לעמאן דזשוס,

א דאנק פאר דיר לעמאן דזשואס,

א שמייכל צו דיר לעמאן דזשאוס,

א לאך צוליב דיר לעמאן דזשואס,

ווי ביסטו געווען ביז היינט לעמאן

איך גלייב אליין נישט וואספארא כשרונות האסט ארויסגעשלעפט פון אונז.

וואס נאך קען איך אלץ, און איך ווייס אליין נישט דערפון ?

א צינג פאר מיין רבי אין כיתה ח'

פוי פאר מיין מנהל אין ישיבה קטנה

הערשל קלאר גיי ווי די שווארצע יאגדעס וואקסט
רעזולטאטן...
נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 1:19 pm
דורך לעמאן דזשוס
נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 2:12 pm
דורך שמעקעדיג
קופערניקוס האט געעפענט דעם אשכול, ווייל ער האט די מערסטע הנאה אז מען האט אונז אוועקגעשלעפט דעם קאפ פון דעם סו-מא-טו-כככככע,
קופי האט נעבעך נישט אויסגעהאלטן ווי יעדער טראכט און רעדט בלויז דערפון, און ער קען נעבעך נישט זיך אויסלופטערן אין שטיבל און דיסקוסירן וואס צו עסן פאר לאנטש
ער האט זיך געקראצט דעם קאפ, געריבן דעם רוקן, געהאקט אויף דער ערד מיט ביידע פוס, געקריצט מיט די ציין, זיך פארשטעלט ווי א אשה, געווארפן אייער אויף דורכגייער, און נישט געוואוסט וואס נאך צו טון מיט זיך.
דער פארמעסט האט אים געראטעוועט!
לעמאן דזשוס, כי לו נאה כי לו יאה כתר מלוכה!
דו האסט געמאכט דא א סופער דזשאב!!
איך בין באמת סורפרייזט אויף עטליכע פאעזיעס דא דורך וועם ס'איז געשריבן, בעיקר אויף ראשעקאל און ברסלב'ער, כ'האב נישט געוואוסט אז זיי קענען אזוינס באווייזן,
שהי פהי ווייסעך נישט ווער דאס איז, ווי אויך קינות גירושין (מסתם א דאפעלטער ניק).
אלעס אינאיינעם האסטו ארויסגעשלעפט כשרונות און טאלאנטן פון אזויפיל שרייבער דא, און בארייכערט דעם שטיבל מיט הערליכע פאומ'ס, כולם אהובים כולם ברורים, איינס שענער פון צווייטן
האסט געהאלטן די געמיטער געשפאנט, די נייגעריקייט אויף א הויכן אקטאווע (?), די אינטערעסע אויף א הויכן שטאפל, און די שמייכל צוגעקלעבט אויפן געזיכט!
לעמאן דזשוס! אתה יודוך אחיך! לך נאה לשבח! האסט אריינגעברענגט א חיות אין דעם קאווע צימער!!בלייבט אונז נאר איבער צו וואנטשן אויף ווייטער אויכעט... קיפ אפ די געשמאקע ארבעט!
גיי, ברודער, גיי, רוה זיך אפ א וואך, נעם וואקאציע, טשוכע(פאכע) זיך אויס, און קום צוריק מיט א פרישקייט פארן נייעם פארמעסט!
כה לחי.
נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 2:27 pm
דורך יידל
יישר כח ר' לימענע זאפט!! אן דיר, וואו זעמיר?
יישר כחכם!
נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 2:45 pm
דורך לעמאן דזשוס