בלאט 1 פון 1
איך האב נישט קיין צייט
נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:02 am
דורך [NAMELESS]
לכבוד מיינע חשובע און לעכטיגע (ר שלמה וואלט זיך געזאגט הייליגע) ברודער כל אחד בשמו הטוב יבורך.
עס איז דא א מורא׳דיגע פראבלעם וואס עס באדערט מיין איך פאר אלע שרייבער און ליינער דא. ווען א ניק הייבט דאס אן צו ענטפערן; איך האב נישט קיין צייט יעצט צו מסביר זיין.
אויב דו האסט נישט קיין צייט, וואס שרייבסטו בכלל?
פארוואס דארפסטו אונז סתם נייגעריג מאכן על לא עוון בכפי?
בשלמא ווען דו קימסט צוריק ווען דו האסט יא צייט, און ביסט מסביר דיינע ווערטער, החרשתי. אבער ווען 90 פראצענט לאזן עס אזוי ווי עס איז, דאס איז פשוט א הימל געשריי.
שוין אפגערעדט אז בשעת מעשה פירט ער א לענגערע ויכוח און שמועס אין אנדערע פארומ׳ס דא אינעם שטיבל.
שרייב; איך האב נישט וואס צו ענטפערן.
שרייב; האסט מיר גוט אפגעפרעגט.
שרייב; איך האב נישט גארנישט וואס צוצולייגן, לאמיר איינרעדן דעם עולם אז איך ווייס עפעס גאר געהיימע זאכן און זאלן זיי פלאצן אז איך פארצייל נישט.
אנטשטאט דעם שרייבסטו; איך האב נישט קיין צייט. קאט די קרעפ.
סארי איך האב געוואלט שרייבן לענגער, אבער איך האב נישט קיין צייט יעצט, וד״ל.
נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:05 am
דורך נפתלי
איך וואלט דיר אפגעשריבן אן ענטפער פון דא ביז קאנארסי און אפגעפרעגט דיין גאנצע תגובה אבער איך האב נישט קיין צייט יעצט.....
נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:18 am
דורך ברסלבער
אקעי ממי-שאמרו, איך וועל מקבל זיין את האמת פון דיר, האסט מיר גוט אפגעפרעגט און כ'האב טאקע נישט וואס צו ענטפערן, און אויך נישט קיין געהיימע זאכן וואס צוצולייגן.
אבער וואס עס באדערט מיר איז די וד"ל, רבנים ועסקנים זיצן אויף מיטונגען און זענען דן בכובד ראש, ביז ענדליך קומט ארויס דער פסק באיסור חמור בחרם וקונמות, קומסטו אזוי טרעטן אויפ'ן דעת תורה בריש גלי??? און נאך אין די דריי טעג פונעם פסק???
נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:21 am
דורך [NAMELESS]
ברסלבער האט געשריבן:אקעי ממי-שאמרו, איך וועל מקבל זיין את האמת פון דיר, האסט מיר גוט אפגעפרעגט און כ'האב טאקע נישט וואס צו ענטפערן, און אויך נישט קיין געהיימע זאכן וואס צוצולייגן.
אבער וואס עס באדערט מיר איז די וד"ל, רבנים ועסקנים זיצן אויף מיטונגען און זענען דן בכובד ראש, ביז ענדליך קומט ארויס דער פסק באיסור חמור בחרם וקונמות, קומסטו אזוי טרעטן אויפ'ן דעת תורה בריש גלי??? און נאך אין די דריי טעג פונעם פסק???
זייער וד״ל מיינט ודי למבין.
מיינס מיינט ודי לטיפשותיו!!! געניג געווען מיט די איך האב נישט קיין צייט משוגעת.
במילא, איז זייער פסק נישט חל אויף דעם. חוץ פון דעם וואס איך בין א ס״ט, במילא דארף אן אשכנזישע פסק מיר נישט נוגע זיין.
נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:24 am
דורך ברסלבער
אפגעאטעמט, אשרי מי שחושדין אותו ואין בו.
איך האב דיר דן געווען לכף זכות אז דו האסט געמיינט וד"ל - "ווערט די לייק", אז דיין תגובה איז ווערט א לייק, און דאס איז איינע פון די סיבות פארוואס כ'האב דיר געגעבן א לייק.
נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:34 am
דורך דולה ומשקה
ממי_שאמרו האט אנגעכאפט גאר א גוטע נקודה, ווען איך לייען טאקע יענעמס תגובה וואס לאזט אויס אזוי באדערט עס מיר,
אבער דער אמת לויט וויפיל איך קען מיך, האב איך עפ"י רוב נישט קיין צייט מאריך צו זיין, זיכער נישט דער געדולדט מצמם צו זיין מח, אהער צושטעלן א שיינע געשרייבכעטס, איך שרייב מיין תגובה זייעם צום פוינט, צו מאהל קומט דאס טאקע אויס געהאט, שלא כסדרן, און שלעכט געשריבען, קיין איבריגע אדזשעקטיוו.
איך בין פשוט מגיב צו א תגובה וואס האט געצויגען מיין אינטערעסע אדער איך קלער כ'האב וואס מוסיף צו זיין בנידון ההוא.
לגבי דער וד"ל, וועל איך שרייבען נאר טאמער עס איז זייער קאנטרעווירסעל אדער ס'מיר נישט איינגענעם מאריך צו זיין. איז דער וואס פארשטייט פארשטייט און וואס פארשטייט נישט פארשטייט נישט.
נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:49 am
דורך [NAMELESS]
ווער דארף אז עס זאל זיין הערליך שיין באשריבן? איר שרייבט הערליך לדעתי. אבער ווען דו ענדיגסט אן ארטיקל, צו צולייגן די ווערטער איך האב נישט קיין צייט, דאס רעגט אויף די מענטשהייט.
ומכאן הקריאה יוצאת, יענקל, אפשר גייט איר צו די רבנים היושבים ראשונה במלכות און זאמעלען זייערע חתימות קעגן אט די פירצה נוראה?
נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 11:01 am
דורך דולה ומשקה
נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 8:57 pm
דורך berlbalaguleh
ממי_שאמרו האט געשריבן:ווער דארף אז עס זאל זיין הערליך שיין באשריבן? איר שרייבט הערליך לדעתי. אבער ווען דו ענדיגסט אן ארטיקל, צו צולייגן די ווערטער איך האב נישט קיין צייט, דאס רעגט אויף די מענטשהייט.
ומכאן הקריאה יוצאת, יענקל, אפשר גייט איר צו די רבנים היושבים ראשונה במלכות און זאמעלען זייערע חתימות קעגן אט די פירצה נוראה?
די רבנים זענען שטארק פארנומען צו אסר'ן די נייע חודש'ליכע אויסגאבע וועלכע ברענגט אריגינאלע ארטיקלען און איז זייער באלערנד. ווייל מ'האט נישט אריינגעשיקט די חודש'ליכע באקשיש. שוין דריי חדשים וואס די פעימענט איז נישט אנגעקומען. וואס מיינט עטץ. ווילאנג איז דער שיעור צו ווארטן. די רבנים שיחיו האבן גרויסע הוצאות. בפרט יעצט פאר פורים.