טאמער האסטו חתונה ביי די 18 - ביסטו א רחמנות
טאמער ביסטו א בחור ביי די 21 - ביסטו א רחמנות
טאמער האסטו 3 קינדער, 3 יאר נאך די חתונה - ביסטו א רחמנות
טאמער האסטו נישט קיין קינדער, 3 יאר נאך די חתונה - ביסטו א רחמנות
טאמער מוזטו לערנען אין כולל, 5 יאר - ביסטו א רחמנות
טאמער דארפסטו גיין ארבעטן, גלייך נאך די חתונה - ביסטו א רחמנות
טאמער וואוינסטו צו נאנט צו דיינע עלטערן - ביסטו א רחמנות
טאמער וואוינסטו צו ווייט פון דיינע עלטערן - ביסטו א רחמנות
טאמער דיינע שוויגער-עלטערן זענען אריינגעמישט אין דיין לעבן - ביסטו א רחמנות
טאמער דיינע שוויגער-עלטערן מישן זיך גארנישט אריין אין דיין לעבן - ביסטו א רחמנות
טאמער האסטו א זשאב, און דו ארבעסט ביטער שווער - ביסטו א רחמנות
טאמער האסטו נישט א זשאב - ביסטו א רחמנות
טאמער האסטו "נאר" 4 קינדער - ביסטו א רחמנות
טאמער האסטו 12 קינדער - ביסטו א רחמנות
טאמער וואוינסטו אויף די אויבערשטע שטאק - ביסטו א רחמנות
טאמער וואוינסטו אין א בעיסמענט - ביסטו א רחמנות
טאמער נאר די מאן ארבעט - ביסטו א רחמנות
טאמער די ווייב ארבעט אויך און די קינדער זענען פארנאכלעסיגט - ביסטו א רחמנות
טאמער ווען דו מופסט איז עס טייער - ביסטו א רחמנות
טאמער קענסטו נישט מופן - ביסטו א רחמנות
טאמער דו גייסט צו שמחות יעדע נאכט - ביסטו א רחמנות
טאמער דו האסט נישט קיין צו שמחות גיין צו - ביסטו א רחמנות
טאמער מוזטו נעמען א גוי'טע צו העלפן היימארבעט - ביסטו א רחמנות
טאמער האסטו נישט א גוי'טע - ביסטו א רחמנות
טאמער די מאן איז געצווינגען צו ארבעטן אינדערהיים - ביסטו א רחמנות
טאמער די ווייב גיבט זיך אן עצה אן דיר - ביסטו א רחמנות
טאמער ביי די 50 יאר ארבעט מען נישט - ביסטו א רחמנות
טאמער דו דארפסט נאך יא ארבעטן ביי די 50 יאר - ביסטו א רחמנות
טאמער די חתונה געהאטע קינדער קומען צו אפט - ביסטו א רחמנות
טאמער די חתונה געהאטע קינדער קומען נישט - ביסטו א רחמנות
טאמער ביסטו פארנומען קעיר צו נעמען פון דיינע אלטע עלטערן - ביסטו א רחמנות
טאמער האסטו נישט קיין עלטערן ח"ו - ביסטו א רחמנות
טאמער האסטו שוין חתונה געמאכט אלע קינדער ביי די 50 יאר - ביסטו א רחמנות
טאמער האסטו נאך קליינע קינדער ביי די 50 יאר - ביסטו א רחמנות
טאמער ביי די 60 יאר זענט עטץ ביידע אינדערהיים, א גאנצן טאג - ביסטו א רחמנות
טאמער די ווייב ארבעט, און דו ביסט אינדערהיים, א גאנצן טאג - ביסטו א רחמנות
טאמער דיינע קינדער מוזן קעיר נעמען פון דיר א גאנצן טאג אויף די עלטער - ביסטו א רחמנות
טאמער דיינע קינדער נעמען נישט קעיר - ביסטו א רחמנות
טאמער דו ביזט נאך ביים לעבן, ווען דו ביסט אלט און שוואך - ביסטו א רחמנות
טאמער אייינער ווערט נפטר יונג ח"ו - איז ער א רחמנות
אבער.....................
טאמער דו פארלאזט זיך נאר אויפן באשעפער - ביסטו פרייליך
טאמער פארלאזטו זיך אז דער באשעפער פירט אלע דיינע טריט מיט ליבשאפט - ביסטו פרייליך!
א רחמנות אויף דיר...
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל