אין א ווינטער נאכט,
דער עולם פארקראכט,
דער זארגלאזער אמאל טוט בענקן,
צוריק צו בעפאר די סומאטאכע קרענקן.
איינער מיט קולות טוט שרייען,
איך וויל מיין טאטן צוריק טוט ער וויינען,
איפכא מסתברא א צווייטער זאגט,
מחה תמחה! זיצן פאר אייביג פארפלאגט,
א צעריסענע בענקשאפט טוט נאגן,
צוזאמען, צוריק צום אלטן דאס הארץ טוט קלאגן,
דאס פאסט קעסטל מיין טרייסט געבליבן דו ביסט,
ווייל אין שטיבל אלעס ארום די סומאטאכע לעהר און פיסט,
ווי דאס הינער איי פרישע געבוירן טעגליך,
נייע ניקס און ניקס יעדע מינוט ווען נאר מעגליך,
יעדער דעם סומאטאכע דעבאטירן,
דעם צווייטן משכנע זיין פראבירן.
יאסעלע שרייט, איך בין שוין הייזעריג,
איחוד אויף אים זאגט, דו ביסט שמייליג,
ער ענטפערט צוריק, איך בין הייליג,
א קינות גירושין צום שטיבל ער שרייבט צייטווייליג,
ווי א בלעטעלע פון בוים אראפגעפליקט,
א פרישע ניק זיך אריינגעריקט,
אויסגעקוועטשע לעמאן ער טוט זיך אינדענטפעצירן,
אבער ס׳איז נאר די פאלטשע, נישט וועם מ׳האט געטוהן ארעסטירן,
מיט איינגעהאלטקיינט און געלאסנקייט זיינע ווערטער ערקלערן,
צוביסלעך מיר באמערקן, א בריליאנט זיך געטוהן אריינקערן,
א בריליאנט פונעם סומאטאכע אריינבאקומען,
וואס שיינט מיט איידלקייט אן קיינע געטומלען,
ואיני יכול לנגוע בך! נישט קיין געכאפטע הייסע קיגל,
לעמאן מיין בלעטעל, דו ביסט אונזער שפיגל,
שרייב און שרייב און לעהז שטיקלעך,
מיט דיין וואונדערבארע ווערק מאך אונז גליקלעך!
לעמאן דזשוס אונזער שפיגל!
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
לעמאן דזשוס אונזער שפיגל!
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
משה געציל האט געשריבן:ווי א בלעטעלע פון בוים אראפגעפליקט,
א פרישע ניק זיך אריינגעריקט,
אויסגעקוועטשע לעמאן ער טוט זיך אינדענטפעצירן,
אבער ס׳איז נאר די פאלטשע, נישט וועם מ׳האט געטוהן ארעסטירן,
מיט איינגעהאלטקיינט און געלאסנקייט זיינע ווערטער ערקלערן,
צוביסלעך מיר באמערקן, א בריליאנט זיך געטוהן אריינקערן,
א בריליאנט פונעם סומאטאכע אריינבאקומען,
וואס שיינט מיט איידלקייט אן קיינע געטומלען,
ואיני יכול לנגוע בך! נישט קיין געכאפטע הייסע קיגל,
לעמאן מיין בלעטעל, דו ביסט אונזער שפיגל,
שרייב און שרייב און לעהז שטיקלעך,
מיט דיין וואונדערבארע ווערק מאך אונז גליקלעך!
הערליך, הערליך שיין










רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6957
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל