דער ג-טלאזער ג-ט
- לולקע-ציבעך
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 125
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 74 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל
דער ג-טלאזער ג-ט
עס זענען פאראן אויסדרוקן וואס טראגן א שעפערישן, אריגינעלן משמעות, נאר דער אויסדרוק ווערט אזוי אפט געזאגט, אז מיר ווארפן די ווערטער ארויס פון מויל אן טראכטן בכלל וועגן דעם משמעות פון דעם ווערטל; אזוי, אז די זאפטיגקייט איז שוין אויסגעטריקנט. דרייט זיך "ווי א נאר אויפ'ן מארק," "טויב ווי די טויטע," "ס'האט געהאלפן ווי א טויטן באנקעס." די דאזיגע אויסדריקן זענען זיס און די צושטעלן זענען חידושים געבוירן אין מענטשן מיט שעפערישע פאנטאזיעס. מיר אנערקענען נישט די אריגינעלקייט ווייל מיר זאגן און הערן זיי אזוי אפט, פאר אזוי לאנג, אז די ווערטלעך קוילערן זיך ארויס פון מויל ווי פון זיך אליין, אן דעם וואס מיר זאלן דערביי צולייגן די מינדסטע מחשבה צו וואס מיר זאגן.
איין אזא ווארט -- אייגנטליך א גרופע פון ווערטער -- וואס זענען פון אזויפיל ניצן געווארן אויסגעדראשן און אפגעטראגן איז "ג-ט": אויבערשטער, באשעפער, אא"וו. לאמיר זיך נישט נארן: ווען מיר רעדן צו און וועגן "אויבערשטן", האבן מיר שוין אין קאפ עפעס א בילד, א דעפיניציע פון עפעס א ישות וואס האט עפעס אן אויסזען און געפינט זיך באהאלטן ערגעץ וואו. אפילו מיר זאלן גיין שוין מיט סאמע ברייטן פשט פון אזא ג-ט און זאגן אז ער איז אייביג און איבעראל, איז עס אויך א הגדרה. "ישות" איז א הגדרה, גארנישט ווייניגער ווי "אידישער ג-ט". דאס ווארט "אייביג" הערט זיך צו אונזערע אויערן זייער ענליך ווי "די גאנצע צייט", און "איבעראל" מיינט דאס זעלבע "איבער דעם גאנצן פלאץ". ביידע זענען אבער אזוי ווייט פונעם אמת, ווייל "צייט" און די "גאנצע צייט" זענען ביידע מוגבלים אריינגעקוועטשט אין דער בריאה פון "צייט". און איינמאל א הגבלה, איז שוין נישט קיין נפקא מינה ווי גרויס די גרעניץ איז. די נקודה איז צי מיר האבן דעם אויבערשטן מגדיר געווען, צי נישט.
איינמאל ג-ט קומט מיט סיי וואספארא צוגאב, איז ער שוין נישט ג-ט. אידישער ג-ט און קריסטליכער ג-ט; פאנטאיסטישער ג-ט, שפינאזא'ס ג-ט, איינשטיינ'ס ג-ט -- איינמאל ג-ט האט עפעס, סיי וואס, נעבן זיך, איז ער שוין נישט ג-ט, נאר א פראדוקט פונעם מענטשליכן שכל.
עס איז דא א ג-ט. ער איז אבער נישט גארנישט וואס מיר קענען זיך פארשטעלן. ער איז נישט "גרויס" אדער "גרעסער", נאר בכלל אינדרויסן פון דעם כלל גרויס. ער אליין האט באשאפן "גרויסקייט" און דעם עצם קאנצעפט פון "גרויס". ער האט אויך נישט קיין נאמען. ווייל "נאמען" האט אויך נישט עקזיסטירט פאר ס'איז עלה במחשבתו צו באשאפן דעם מושג פון באשאף...
מיר רעדן צו און וועגן א באשעפער צוליב די זעלבע סיבות פארוואס די תורה רעדט וועגן ג-ט'ס הענט, נאזלעכער, גבורה און חרטה. אויב ווילן מיר רעדן וועגן עפעס, סיי וואס ס'זאל נאר נישט זיין, מוזן מיר דעם עפעס אנכאפן ערגעץ, אפילו למעשה איז די גאנצע זאך א שפיל און א דמיון.
אנכאפן דעם בלתי-מושג מיט אזא הענטל איז גוט און ניצליך נאר אזוי לאנג ווי מיר פארשטייען אז דאס הענטל איז באמת נישט אנגעטשעפעט אין ערגעץ נישט, אחוץ אונזער דמיון. די זאך וואס דאס הענטל כאפט אן, לאזט בטבעו(!) נישט צו אזא זאך ווי אים אנכאפן.
איינמאל דער אומבאגרייפליכער ג-ט באקומט סיי וואספארא משמעות אויף סיי וואספארא אופן, איז די אייגנטליכע נקודה פארלוירן. א ג-ט וועלכער לאזט זיך משיג זיין איז א באנקראטירט געשעפט, ווייל איינמאל מוגדר, האט ער שוין קאנקורענטן, און איינמאל ער האט קאנקורענטן, האט ער שוין עפעס וואס איז גרעסער ווי אים, נעמליך, דער אדער דאס וואס האט באשאפן דעם מושג פון קאנקורענץ בכלל. אזא ג-ט קען אפגעפרעגט ווערן, מוז שטימען, און אין אזא ג-ט קען אן אטעאיסט לייקענען.
דער חסרון מיט אזא ישות'דיגן ג-ט איז אז עס איז סך שווערער צו האבן מיט אים א דביקות'דיגן קאנטאקט. איינמאל ג-ט איז א ישות, זענען שוין דא כללים ווען און וויאזוי יא און נישט צוצוגיין צו אים. די פראבלעם קומט ארויס בהכרח, ווייל אזוי ארבעט דער מענטשליכער מוח. ווען עפעס האט א הגדרה, זאל זיין אן איידעלע, קוים-באמערקטע, סובטילע הגדרה, זענען שוין פאראן כללים, געזעצן, רעגולאציעס. אויב די הגדרה איז ריזיג גרויס, זענען די כללים וויאזוי צו רעדן צו דער זאך אויך ברייט און כללית'דיג. אבער הגדרות זענען דא און ג-ט פיט נישט אריין אין קיין הגדרה.
אן אין-סוף ג-ט פאר וועמען אפילו די באצייכענונג "אין סוף" איז נישט מער ווי א הענטל, אזא איינער דערשרעקט זיך נישט פון קיין אטאקעס, באליידיגט זיך נישט ווען מען טוט אנדערש ווי ער הייסט, פירט נישט קיין חשבונות מיט מענטשן, האט נישט קיין מערכות מיט קיינעם. אזא איינער שטאפט זיך נישט צו די "אויערן", בויט נישט קיין ווענט ארום כסא כבודו (וואטעווער דאס זאל נאר נישט זיין) אין וועלכע ער דארף דערנאך בויערן לעכער, איז נישט צעמישט פון די אלע קעגנגעזעצטע ביזט-א-שייגאץ-טמא-און-ערגער-ווי-די-משכילים-בשעתם זאכן, איז נישט ברוגז אויף קיינעם, האט נישט קיין מיינונגען און בייט זיי נישט שפעטער ווען עמיצער גיסט בליי, וכולהו וגומר עד בלי די ועד בכלל.
אזא ג-ט ווארפט נישט אפ און נעמט נישט אויף. יעדער קען צו אים/איר/עס אייביג רעדן, אויף סיי וועלכער שפראך, מיט סיי וועלכע ווערטער. ער האט נישט קיין פרעפערענצן. דער געווען/איז/וועט זיין אין סוף איז אייביג איבעראל. אלעס ווענדט זיך אינעם מענטש. ווען דער מענטש טוט זיך אויס פון זיינע אייגענע הגבלות און רעדט פון הארץ, וועלן די ווערטער גרייכן. דעם ג-ט איז נישט קיין נפקא מינה צי מען רעדט צו אים אין א טערקישן טלית מיט אן עטרה, צי אין די אונטערוועש; אין שול, פעקטארי, פארק, אדער פארק עוועניו. אז מען רעדט -- מיט'ן מויל, הארץ, אויגן, שריפט, וואטעווער -- קומען די ווערטער אן וואוהין זיי דארפן.
דעם ג-ט גייט ווייניג אן צי מיין נאמען האט א "בנש"ק" צוטשעפעניש. ער דערשרעקט זיך נישט פון גרויסע זיידעס און פון תמימות'דיגע באבעס, און אויך נישט פון "הזהרו בגחלתן". פאר אים איז אלעס וואס קומט פון אחדות הפשוט און ווייטער אלץ איינס.
אזא ג-ט איז פשוט, אזוי פשוט ווי א פּאָוסט-אחדות הפשוט קען נאר זיין. דער ג-ט איז גרעסער ווי די שווערסטע פילאסאפישע קשיא, די טיפסטע שכל'דיגע חקירה; ער איז קלוגער ווי דעם איבערגעקליגלסטן אויבער-חכם, צינישער ווי דעם גרעסטן סקעפטיק; ער צעקראצט זיך נישט פון קיין אטעאיסטן, לאכט פון ראציאנאליסטן -- און אמוזירט זיך מיט טעאלאגיע. דער חילוק צווישן פויפסט און ריטשארד דאקינגס איז די זעלבע ווי פון נול ביז נול; ווי פון נול-ביז-נול ביז איינס-ביז-איינס. אלעס איז איינס און די זעלבע און באטרעפט אלעס און גארנישט אין דער זעלבער צייט, וואס איז קלענער ווי דעם קלענסטן חלק פון זמן.
דעם ג-ט דארף מען נישט צופרידנצושטעלן און מען קען אים נישט אויפרעגן. זיי, עקזיסטיר, זיי צופרידן, נעם אויף מיט רואיגקייט דעם געלויף פון צייט וכל אשר בה אריינגערעכנט זיך אליין. לאז אלעס לויפן, לויף מיט און לאך מיט יענעם גרויסן געלעכטער פון יענעם גרויסן קאסמישן דזשאוק, אין וואס אלעס וואס מיר קענען נאר אמאל טראכטן, פארשטיין, באגרייפן, איבערלעבן, און פילן זענען פיצינקע, קוים באמערקטע פרטים...

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לולקע-ציבעך, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.
- לולקע-ציבעך
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 125
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 74 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל
יאנקל האט געשריבן:לולקע, איז דאס אין א וועג א קריטיק אדער א פראגע בנוגע מצוות מעשיות?
ניין. עכ"פ, איך האב נישט געטראכט פון דעם. איך האב בכלל נישט געטראכט פון אונז, מענטשן, און זיכער נישט פונעם "מה חובת". ס'איז בעיקר אן אויסגעליפטעראכץ איבער וואס ג-ט איז -- נישט.
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
יאנקל האט געשריבן:ווי מיט אלע לולקע-מאמרים נעמט א פאר מינוט צו פארדייען די מושגים און די שפראך מיט וועלכער זיי זענען געשריבן געווארן. לולקע, איז דאס אין א וועג א קריטיק אדער א פראגע בנוגע מצוות מעשיות?
אויב מיינסטו בנוגע מצוות מעשיות אז וויבאלד ה׳ איז בלי גבול וגדר דאן וואס פארדינט ער פון אונזערע מצוות קוק
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 470695&st=בלק&pgnum=386
עפעס איז ראנג מיטן לינק דארפסט היילייטן פון בלק אויך אדער קליק ווי עס איז און לויפט צו עמוד 386
אויב האסט קיין נערוון לאמיך וויסן כעל דיר שרייבט בקיצור
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאטי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
לולקע האט געשריבן:אזא ג-ט ווארפט נישט אפ און נעמט נישט אויף. יעדער קען צו אים/איר/עס אייביג רעדן, אויף סיי וועלכער שפראך, מיט סיי וועלכע ווערטער. ער האט נישט קיין פרעפערענצן. דער געווען/איז/וועט זיין אין סוף איז אייביג איבעראל. אלעס ווענדט זיך אינעם מענטש. ווען דער מענטש טוט זיך אויס פון זיינע אייגענע הגבלות און רעדט פון הארץ, וועלן די ווערטער גרייכן. דעם ג-ט איז נישט קיין נפקא מינה צי מען רעדט צו אים אין א טערקישן טלית מיט אן עטרה, צי אין די אונטערוועש; אין שול, פעקטארי, פארק, אדער פארק עוועניו. אז מען רעדט -- מיט'ן מויל, הארץ, אויגן, שריפט, וואטעווער -- קומען די ווערטער אן וואוהין זיי דארפן.
פאר דיין גאטלאזער גאט איז בכלל א נפקא מינא צו מען רעדט אדער מען רעדט נישט? עס קענען אנקומען צו אים, דעם גאטלאזן גאט, ווערטער פון א מענטשנ'ס מויל? אויב יא, וואו קומט עס אן?
א טיפזיניגער פאוסט, כדרכך.
האדם לא נברא אלא להתענג
- לולקע-ציבעך
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 125
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 74 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל
יאיר האט געשריבן:פאר דיין גאטלאזער גאט איז בכלל א נפקא מינא צו מען רעדט אדער מען רעדט נישט? עס קענען אנקומען צו אים, דעם גאטלאזן גאט, ווערטער פון א מענטשנ'ס מויל? אויב יא, וואו קומט עס אן?
איך גלייב אז ס'איז אים נישט קיין נפקא מינא. וואס איז די דזשאוק מיט פראגראמירן א דאלי וואס זאל מיט'ן דרוק פון א קנעפל מיר אנהייבן זינגען שירות ותשבחות ווי מעכטיג און געלונגען איך בין? איך אליין וויל אבער רעדן צו אים. ג-ט האט מיר געגעבן די מעגליכקייט דאס צו טאן, אן דעם וואס איך זאל זיך פילן חוזק, און איך בין אים דערפאר דאנקבאר.
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
לולקע-ציבעך האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:פאר דיין גאטלאזער גאט איז בכלל א נפקא מינא צו מען רעדט אדער מען רעדט נישט? עס קענען אנקומען צו אים, דעם גאטלאזן גאט, ווערטער פון א מענטשנ'ס מויל? אויב יא, וואו קומט עס אן?
איך גלייב אז ס'איז אים נישט קיין נפקא מינא. וואס איז די דזשאוק מיט פראגראמירן א דאלי וואס זאל מיט'ן דרוק פון א קנעפל מיר אנהייבן זינגען שירות ותשבחות ווי מעכטיג און געלונגען איך בין? איך אליין וויל אבער רעדן צו אים. ג-ט האט מיר געגעבן די מעגליכקייט דאס צו טאן, אן דעם וואס איך זאל זיך פילן חוזק, און איך בין אים דערפאר דאנקבאר.
מיין כונה איז געווען אביסל אנדערש. אויב דו אנערקענסט אז מען רעדט צו אים און 'די ווערטער קומען אן', ביסטו דאך שוין מודה אז עפעס זאל געשען מיט'ן באשעפער, פריער האט ער נישט געהערט דיין תפילה, יעצט הערט ער עס יא (אויף סיי וועלכע אופן דו לערנסט עס אפ). אויב אזוי, אפשר איז אויך שייך אז ער זאל ברוגז אויף איינעם און שפעטער ווערן אויס ברוגז?
האדם לא נברא אלא להתענג
- לולקע-ציבעך
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 125
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 74 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל
יאיר האט געשריבן:מיין כונה איז געווען אביסל אנדערש. אויב דו אנערקענסט אז מען רעדט צו אים און 'די ווערטער קומען אן', ביסטו דאך שוין מודה אז עפעס זאל געשען מיט'ן באשעפער, פריער האט ער נישט געהערט דיין תפילה, יעצט הערט ער עס יא (אויף סיי וועלכע אופן דו לערנסט עס אפ). אויב אזוי, אפשר איז אויך שייך אז ער זאל ברוגז אויף איינעם און שפעטער ווערן אויס ברוגז?
ביזט גערעכט. פון דעם מענטשליכן פערספעקטיוו זענען ביידע אמת. פון דעם פערספעקטיוו פון דעם "רעסיווינג ענד" פון די ווערטער און רוגזה'ס, איז אבער אלץ איינס. איך האב דערמאנט רעדן צום אויבערשטן, ווייל מען מוז דאך עפעס זאגן ווען מען רעדט פון עפעס. ס'איז אוממעגליך צו מאכן א פאינט אן רעדן דערוועגן אויף אונזער שפראך. דער עיקר איז אבער צו געדענקען אז די גאנצע שפיל געשעט דא, מיט, פון, דורך אונז.
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
לולקע-ציבעך האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:מיין כונה איז געווען אביסל אנדערש. אויב דו אנערקענסט אז מען רעדט צו אים און 'די ווערטער קומען אן', ביסטו דאך שוין מודה אז עפעס זאל געשען מיט'ן באשעפער, פריער האט ער נישט געהערט דיין תפילה, יעצט הערט ער עס יא (אויף סיי וועלכע אופן דו לערנסט עס אפ). אויב אזוי, אפשר איז אויך שייך אז ער זאל ברוגז אויף איינעם און שפעטער ווערן אויס ברוגז?
ביזט גערעכט. פון דעם מענטשליכן פערספעקטיוו זענען ביידע אמת. פון דעם פערספעקטיוו פון דעם "רעסיווינג ענד" פון די ווערטער און רוגזה'ס, איז אבער אלץ איינס. איך האב דערמאנט רעדן צום אויבערשטן, ווייל מען מוז דאך עפעס זאגן ווען מען רעדט פון עפעס. ס'איז אוממעגליך צו מאכן א פאינט אן רעדן דערוועגן אויף אונזער שפראך. דער עיקר איז אבער צו געדענקען אז די גאנצע שפיל געשעט דא, מיט, פון, דורך אונז.
לויט דיין הבנה אין תפילה, צו איז שייך אזא זאך אז תפילה זאל העלפן? דהיינו, נאכדעם וואס מען טוט די פעולה פון 'דאווענען' (ווי אזוי דו זאלסט עס נאר אפלערנען) צו וועט דיין גאטלאזער גאט צוליב סיי וועלכע סיבה טון עפעס אנדערש ווי פריער?
האדם לא נברא אלא להתענג
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
נולד מאוחר האט געשריבן:יאיר איז נישט דא ראשונים וואס האלטן אז תפילה איז געמאכט צי טוישן די מענטש, נישט די מציאות?
וואס א חילוק ווער עס טוישט זיך? למעשה וויל דער באשעפער נאכגעבן פאר'ן מענטש נאר נאכדעם וואס ער טוישט זיך דורך תפילה, און לויט לולקע'ס הבנה מיינט דאס אז עס איז שייך א שינוי אין גאט אליין.
האדם לא נברא אלא להתענג
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
לולקע הערליך, נקודות למחשבה.
בנוגע די הערות פון מצות מעשיות און תפילה. ג-ט האט געשריבן א פראגראם, די קאודינג ווייסט נישט קיינער, אבער אפאר פאנקשענס זענען פאבליק.
דהיינו: דו דאווענסט, וועט זיין אזוי.
דו גיבסט צדקה, וועט זיין אזוי.
ביסט מהנה א צדיק, וועט זיין אזוי.
נישט אז מ'טוישט עפעס למעשה, ס'איז נישט מער ווי די פלאו פון די פראגראם.

Under influence
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
ודי למבין האט געשריבן:על דא קבכינא.
די רעליגיע וואס האט געברענגט צום וועלט די בשורה פון מונותאיזם (אחדות הבורא בלשון החוקרים), ווערט איבערגעדרייט צו א פוליתאיסטישע רעליגיזיע. די גאנצע לעבן דרייט זיך ארום סגולות און אמונות תפילות וטפילות, ואין להאריך.
איך האב שוין פון לאנג א פלאן צו מאכן א ליקוט פון אלעס וואס גרעניצט זיך מיט עבודה זרה ממש ביים היימישן עולם. לדוגמה, איך האב אמאל געהערט פון א בעל דרשן נאכזאגן בשם א צדיק אז "דער רבי ר' אלימלך איז געווען כביכול דער שם הויה וואס האט זיך אנגעטון אין א זשופיצע און איז אראפגעקומען אויף דעם עולם". עס זענען געזעסן א גרויסער ציבור, צווישן זיי חשוב'ע תלמידי חכמים, און קיינער האט זיך נישט אנגערופן א ווארט. איינער קען מיר זאגן מיט וואס דאס איז אנדערש פון קריסטנטום?
האדם לא נברא אלא להתענג
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
אין ישיבת תולדות אהרן איז געווען א ר"מ (ר"ת פון: מגיד שיעור) א חב"ד'סקער חסיד. בדרך כלל, במשך'ן יאר פלעגט ער נישט מפיץ זיין חסידות צווישען די בחורים, אבער נאך חודש תשרי, ווען ער פלעגט זיך צוריק קערען פון 770 איז ער געווען אויף א HIGH, בלי מצרים, און נישט געשוינט קיין דיבורים איבער די גרויסקייט פונעם רבי'ן, דער נשיא פון כולל שומרי.. אה, סארי, דער נשיא פון די גאנצע דור.
איין יאר, האט דער מגי"ש איבערגעצויגען דעם שטריק, און געזאגט אז דער רבי איז ממש אלקות. אזוי?! זענען די בחורים געווארן ווילד, געלאפן צום רבין, זצ"ל, אויסצוזאגן די מגי"ש פארן פרעדיגען דברי כפירה. דער תולדות אהרן רבי ז"ל האט מיט א רוהיגקייט געענטפערט: שטייט אין תניא, אז א צדיק וואס ארבעט זיך אויס (וואס מיינט דאס?) ווערט ער א אלוקות.
זעהט זיך אויס אז מ'שפילט זיך ארום מיט "אלוקות" ווי מיט אלע אנדערע תוארי כבוד.
און דער אמת איז, וואס איז דאס אנדערשט ווי די טיטול "הקדוש"?

- הודעות: 129
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 13, 2013 7:22 pm
- האט שוין געלייקט: 17 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל
מיר זענען אלע אלוקות ממש. איז דען דא עפעס אינדערויסען פין דעם אין סוף? אויב איז דא עפעס אינדרויסען מיינט דאך דאס אז ערגעץ האט ער זיך געענדיגט. איז ער דאך נישט אין סוף. מיר זענען אלוקות וואס האט זיך מצמצם געווען.קאווע טרינקער האט געשריבן:אין ישיבת תולדות אהרן איז געווען א ר"מ (ר"ת פון: מגיד שיעור) א חב"ד'סקער חסיד. בדרך כלל, במשך'ן יאר פלעגט ער נישט מפיץ זיין חסידות צווישען די בחורים, אבער נאך חודש תשרי, ווען ער פלעגט זיך צוריק קערען פון 770 איז ער געווען אויף א HIGH, בלי מצרים, און נישט געשוינט קיין דיבורים איבער די גרויסקייט פונעם רבי'ן, דער נשיא פון כולל שומרי.. אה, סארי, דער נשיא פון די גאנצע דור.
איין יאר, האט דער מגי"ש איבערגעצויגען דעם שטריק, און געזאגט אז דער רבי איז ממש אלקות. אזוי?! זענען די בחורים געווארן ווילד, געלאפן צום רבין, זצ"ל, אויסצוזאגן די מגי"ש פארן פרעדיגען דברי כפירה. דער תולדות אהרן רבי ז"ל האט מיט א רוהיגקייט געענטפערט: שטייט אין תניא, אז א צדיק וואס ארבעט זיך אויס (וואס מיינט דאס?) ווערט ער א אלוקות.
זעהט זיך אויס אז מ'שפילט זיך ארום מיט "אלוקות" ווי מיט אלע אנדערע תוארי כבוד.
און דער אמת איז, וואס איז דאס אנדערשט ווי די טיטול "הקדוש"?
פונקט ווי דו און איך קענען מיר זיך מצמצם זיין אונזער מח, און זיך מלבש זיין אינעם שכל פון א קליינע מיידעלע, דהיינו זיך שפילען מיט איר עד כדי כך אז מיר פארגעסען אז מיר זענען ערוואקסענע מענטשען. דאס זעלבע מעגסטו דאך געבען קרעדיט פאר גאט אז ער קען דאס אויך. און דער צימצום פון אין סוף צו די דרגא פון מענטש, ביסטו.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 129
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 13, 2013 7:22 pm
- האט שוין געלייקט: 17 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל
פארוואס פרעגסטו נישט דיין קשיא אויף לולקע פשוט פון דעם אז דו ריקסט דיין האנט. עס איז דאך פון דעם א ראי' אז עס איז דא שינוי, ניין?יאיר האט געשריבן:נולד מאוחר האט געשריבן:יאיר איז נישט דא ראשונים וואס האלטן אז תפילה איז געמאכט צי טוישן די מענטש, נישט די מציאות?
וואס א חילוק ווער עס טוישט זיך? למעשה וויל דער באשעפער נאכגעבן פאר'ן מענטש נאר נאכדעם וואס ער טוישט זיך דורך תפילה, און לויט לולקע'ס הבנה מיינט דאס אז עס איז שייך א שינוי אין גאט אליין.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 129
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 13, 2013 7:22 pm
- האט שוין געלייקט: 17 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל
גאט איז נישט אנגעבליך איבעראל. די מושג פון גאט איז די מושג פון אחדות הפשוט. דאס איז וואס לולקע זאגט דא כפי הבנתי. לולקע'ס גאט איז אחדות הפשוט. [אגב ער מיינט לכאורה פרי-אחדות הפשוט, נישט פאוסט-אחדות הפשוט]. אחדות הפשוט און אין סוף איז נישט אנגעבליך איבעראל. עס איז לגמרי נישט שייך אז עס זאל זיין עפעס אנדערש חוץ דעם אין סוף. אויב איז דא עפעס אנדערש, האט דאך דער אין סוף יא א סוף.יאיר האט געשריבן:פארוואס איז מיין רוקן דאס האנט א ראיה אז עס איז דא א שינוי אין באשעפער? דו מיינסט צו זאגן וויבאלד גאט געפינט זיך אנגעבליך איבעראל, און דאס מיינט אז ער געפינט זיך אויך אין מיין האנט?
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
נו, ס'איז געשען א צמצום אינ'ם אין סוף...
ערנסט גערעדט, איך האב שוין געשריבן ערגעץ אנדערש אז לדעתי איז דאס וואס גאט איז נישט מוגבל צו קיין שום זאך מיינט נישט אז גאט געפינט זיך בפועל אין מיין האנט, ווייל אויב אזוי קען מען פונקט אזוי פרעגן, זמן איז דאך נישט מוגבל צו מקום, מוז דאך זיין אז זמן געפינט זיך אויך אינ'ם האנט, און היות דער האנט איז מוגבל צו מקום איז דאך דער זמן אויך מוגבל צו מקום?

- הודעות: 6957
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל