פאעזיע פארמעסט אדר-תשע״ג עפילאג!!!

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

פאעזיע פארמעסט אדר-תשע״ג עפילאג!!!

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

יידעלעך, ברודערלעך, חברי הפארום און געסט;

מיר האבן נארוואס געענדיגט דעם ערשטן פאעזיע פארמעסט, און אין איין ווארט וויל איך סך הכל'ן "סוקסעס!!!" אויב סוקסעס דארף א משל איז עס אונזער פארמעסט, אויב "סוקסעס" דארף א נמשל איז עס ווידער אונזער פאעזיע פארמעסט, אנגעהויבן האט זיך די גאנצע שפין צו וועבן ווען קופערניקוס האט אנגעהויבן זינגען אז שטיבל ברענגט ארויס די הערליכע אינערליכע כוחות פון חברי הפארום, באלד דערנאך בין איך אויף אים ארויפגעשפרינגען מיט א קעפל פארמעסט כעוורע האבן אנגעהויבן רעדן און טראכטן דערפון הויך, טייל האבן אפילו פארגעשלאגן אז די געווינער זאל פארדינען א סקאלערשיפ גאר בקיצור די זאך האט אנגעהויבן צו פארן, אבער א דרייווער האבן מיר נישט געהאט! עד, ביז דעם אנדערן אינדערפרי האט זיך ידידינו היקר ר' משה געציל הי"ו זיך געגעבן א זעץ צו צום דרייווער זיץ און אפן דערקלערט פאעזיע פארמעסט. און ער האט נישט פארגעסן צוצולייגן דעם ! אזוי אז דער עולם זאל נישט חלומ'ן אז עס איז א וויץ לכבוד חדש אדר....

פון דא און ווייטער האט זיך די זאך אנגעהויבן צו קוילערן און פליען אויף א שטיקל טענה'ריי!! וויזוי גייט מען אויסשטעלן דעם פארמעסט, וויזוי גייט מען שטימען, ווער גייט שטימען, וויפיל צייט, וויפיל שטיקלעך און אזוי ווייטער. בין איך אריינגעקומען און ארויסגעגעבן סודות פון אייוועלט ווי ידידי הרב געלעגער האט הערליך און טאלאנטפול אנגעפירט מיט א ענליכע פארמעסט דארט אין וועלט

וואס גייט מען שרייבן? אהבה. יראה, מאחורי, אידן אין תפיסות, וואסארא סטייל? עס זענען דא צענדליגע וועגן וויזוי צו שרייבן און אזוי ווייטער און ווייטער. בקיצור די זאך האט אנגעהויבן צו ווערן ערענסטער פון מינוט צו מינוט, אינמיטן די העפטיגע טענה'ריי שרייבט מיר משה געציל אין קורצע ווערטער "לעמאן, דו גייסט פירן דעם פארמעסט" קודם פארשטייט זיך האב איך זיך געאייסערט, הכלל? איך קען נישט פירן, איך בין דא א האלבע גאסט, ווער וועט זיך מיט מיר קימערן, איך קען רעדן אין בויבעריק, וואס פארשטיי איך צו רעדן מיט מענטשן און אזוי ווייטער, אבער, האבנדיג דעם רייץ אז עס זאל צושטאנד קומען, און נאך געציל'ס הבטחה אז ער גייט מיר שטיין צו הילף דורכאויס די גאנצע פארמעסט, האב איך מסכים געוועהן...

שוין, איך נעם מיך פויקן, און האקן, איך שריי א געפילדער, איך דערשרעק, איך דערפריי, איך פרוביר מיט אלע כוחות אנצודרייען עפעס א מצב מיט מיין שטילע שטימע און דערוילעם ווייכט און צעגערט, טייל לאכן, טייל קייכן גאר פאר געלעכטער!! עפעס א מין איינגערעדטער דער, פאעזיע שמעזיע וואס וויל ער דא האבן, לאמיר גיין צום סאמאטוכע און צו מאחורי און לאזט אונז רוען....עד שבא ידידינו הרב בענדזשאמין פרענקלין און דוכטזיך צום ערשטן מאל ארויסגענומען זיין אידישן פעדער פון בוזעם קעשענע און פארשריבן א לאנגס און ארויסגעשטעלט אין א שטילן מוצש"ק.....פון דארט און ווייטער איז היסטארי, אלעס האט אנגעהויבן ערענסט צו באטראכטן די לאגע. סטיישטט? ס'דא א פארמעסט אין שטיבל, און עס איז גאר העפטיג דערצו, און איך העל שטיין אינדרויסן ווי א גולם און נישט אנטייל נעמען??!! ניין!

כעוורע האבן אנגעהויבן ארויפשארצן די ארבל, און ארויסציען די הרגישים פון הארץ און ארויפגעלייגט אויפ'ן שרייב טישל...........................עס האבן אנגעהויבן אריינצופליסן הערליכע שטיקער כעוורע האבן נישט געגלויבט אבער די פאקט איז געוועהן מיט מיר, מיר האבן דאן אנגעהויבן מיט די אפדעיטס כעוורע האבן געליארעמט און געשטורעמט חתך את צואת השור און אנדערע האבן עס אפילו בלינד איבערגענוצט...אנדערע האבן גאר ארויסגערופן א וויי געשריי אין נוסח פון א שיר און איך שטיי דא אינדערמיט און כאפ שפיזיגע פיילן פון די עליטע גאר. פון איין זייט שטייט ר' יאנקל און שטופט דעם וואגן פאראויס, פון די אנדערע זייט שרייען לעיקוואד מיט קאמפיוטער ענגליש פליז און יידל שטייט מיט און פארשטייט גארנישט אנדערש!!!

רבונו של עולם, אין וואס האב איך מיר דא אריינגעלייגט? אבער משה געציל בארואיגט און זאגט; ס'איז גארנישט העסט זעהן עס גייען זיין גרויסע זאכן, זיינע זאך קעננער גיבן אים איבער אז עס גייט מינומים זיין 11 שטיק, איך לאך!! ביזט אינגאנצן פארריקט, אפשר אז דו און איך העלן שרייבן פיר איטליכער העט זיין 10 מיט בן תמליון און יאנקל....רבותי! משה געציל איז געוועהן גערעכט איך האב אונטערגעשאצט די מצב!! (בענזשאמין, איך בעט דיר נעם מיר איבער, איך בין נישט אזוי גוט אין דעם, דו מאכסט א סופער דזשאב, ביטע)

איך וויל נאר א ווארט ארויסברענגן איך קען אייך נישט גענוג זאגן און דערציילן איבער די פארגאנגענע צוויי וואכן, מיין אישי קעסטל און מיין אימעיל אינבאקס זענען לעבעדיגע עדות דערויף, איך זאג אייך נישט קיינע גוזמאות איך רעד זייער ערענסט....יידן פון אלע שיכטן פון פאלק שרייבער און נישט, פאעטיקער און רוצה להיות'לעך האבן געשיקט געליינט געארבעט, איך קען נישט בשום אופן גיין ווייטער אן באדאנקן אין נאמען פון אייך אלע פאר ידידינו החשוב והיקר באריסטא וואס איז צוגעשטאנען צו מיר פון די ערשטע רגע, איך האב נאר איין אישי אים געשיקט און פופצן מינוט דערנאך האב איך געקראגן פון אים א צוזאג בזה"ל מיר וועלן צושטיין צו אייך, צו אלע אייערע געברויכן במשך'ן פארמעסט און כך הוה, ער האט תיכף געעפענט א באזונדערע פארום דעת הקהל און דארט האבן מיר דיסקוסירט איבער די גענויע דעטאלן פונעם פארמעסט, און ער מיט זיין שטאב האבן טאקע גאר גאר מייסטערהאפטיג צוגעשטעלט די פארמעסט און בפרט די שטים בודקעס וואס איז געפירט געווארן אין גרויס געהיים און מיט שטארק תבונה ודעת!! אין נאמען פון אלע באטייליגטע אין די פארמעסט, און חברי הפארום בכלל; א גרויסע דאנק אייך הנהלת קאווע שטיבל פארן זיין די אכסניא של ה'פארמעסט!

איצט, וויל איך מסיים זיין, איך האב שוין אסאך אסאך געשריבן אין די פארמעסט אשכולות און אין די קאמענטארן אשכול איבער מיין פערזענליכע איבערראשונג!! איך האב אפילו פארשריבן איין נאכט מיין איבערגענומענקייט פון די תהלוכה, און נאכדעם באשלאסן אז עס קען גענוצט ווערן אלס א שטיקל אינעם פארמעסט גופא!! ליינט עס איבער, איך שרייב דארט וועגן דעם יונגערמאן (אונז אלע) וואס וויל וויל וויל רעדן א שפראך פון הארץ ער וויל לעבן א גייסטיגע לעבן און עס קענען ארויסברענגען און ארויסגשרייבן!!! און ער דערגרייכט דאס זייניגע מיט זיין שטארקע רצון און זיין נפש ווערט דערפון ערפולט....

פאר הונדערטער יארן צוריק להבדיל אלף הבדלות האט זיך דער גרויסער אבן עזרא געטראפן מיט ר' יהודה הלוי דער גרויסער פייטן-בעל הכוזרי, האבן זיי געמאכט צווישן זיך א תחרות פיוט פשוט ארויסצוברענגן דעם שענסטן שיר בבחינת קנאת סופרים תרבה!

די פארמעסט האט ארויסגעברענגט טיפע סטרונעס וואס יעדעס הארץ פידל טראגט, מיר האבן זיך געפונען אינדרויסן אינעם פראסטיגן ווינטער נאכט זעהנדיג דעם קעצל'ס פרייד, מיר האבן זיך געפונען ווישן א קליין קינד'ס טרערן מיר קענען די קינדער פון טאג טעגליכן לעבן און מיר האבן זיך באקענט מיט זייער ליידן!!! מיר זענען דערנאך צוריק געווארפן געווארן אין ווארעמען שויס פון מאמע'ן און געוואיר געווארן אז מיר אלע זענען כגמול עלי אמו!!! מיר נאגן אונזער מאמע בשעת'ן שלאגן איר ברוסטקאסטן!!! דערנאך האבן מיר זיך דערזעהן אלס צובראכענע יונגערמאן וואס זיין פאסטקעסטל איז זיין איינציגע טרייסט מיר קענען אזוינע יונגעלייט, וואס ווארטן אויף א גוט ווארט, א שמייכל, פארוואס זאל זייער פאסטקעסטל דארפן זיין זייער לעבנסדערהאלטער??! מיר זענען געגאנגן דערנאך אין גאס צוזאמען מיט בנימין ער האט געטראפן א איי און אונז באוויזן איר וויכטיגקייט איר רייכע באנוץ איר שיינקייט און נוצבארקייט!! א אוצר..דערנאך ווייטער שפאצירנדיג אויף די בערג און טאלן פון הרגישים האבן מיר באגעגנט דאס בלעטל צוטראטן על אם הדרך מיר האבן אפגעליינט די טרויעריגע מציבה און דערציטערט געווארן,.....זענען מיר ווי דאס בלעטל? ווער האט אונז פארווארפן, פארוואס האבן מיר זיך געלאזט?! לאמיר פרובירן צו זעהן אלע בלעטער זאלן זיך פעסט האלטן צו זייער שטאם....מיר שפאנען אריין אין נענטסטן שול פאר א מנחה'לע נאר צו באגענען דעם פאסקונדיאק וואס ווילסטו פון אונז האבן, ווילסט דינען ג-ט לויט דיין השגה, געזונטערהייט אבער לאז אונז פשוט'ע יודן זיך אויסגיסן דאס הארץ פאר אונזער טאטען אין הימל לויט אונזער מצב, מיינסט טאקע אז אין הימל קוקט מען אויף דיר מער וועגן דיין ברייטען הוט?! ארויסגייענדיג פון שול האט אונז די וועלט אנגעהויבן צו באווייזן פארקערטע בילדער אלעס איז פשוט און קאמליצירט, עס ווענד זיך אין דעם קוקער קוק גוט העסטו זעהן אונטער א געוויין באהאלט זיך א סארקאסטישן שמייכל, אונטער א פרייליכן אויפגעלייגטן לעלו קאר זיצט א נעבעך'ל וואס ווארט אויף אויפמערקזאמקייט-הער אויף קוקן אויף יעדע זאך ווי א שוטה און דום, קוק טיפער צו כאפן וואס טוט זיך!!! געוולדיג. מיר גייען פון דארט אהיים מיר טרעפן דאס ווייב פריש אויפגעבראכט פון די נעכטיגע שרייעריי און זי איז גערעגט און וויל נישט קוקן אויף אונז מיר פארשרייבן איר א שיין לידל אויף א פאסטקארט מיר גיבן איר איבער דעם קאנווערט....זי ליינט. זי ליינט. זי וויינט!!! און יא צוזאמען וועלן לאכן און וויינען און לאכן!! מיר הערן פלוצים א בהלה א כאפצעם אין שטאט וואסאיז? א ספאנישע גוי האט געמאכט א קאווע אין א אידישע געשעפט!! שומו שמים אלע קינדערלעך לעמפעלעך מען שרייט און פארפירט, דער נעבעכדיגע אימיגראנט וואס ווייסט נישט וויזוי א באגאבונט קוקט אויס נעמט זיך דאס לעבן...סארא חילול הקדש, חילול שמי בגוים!! מיר וועלן וויסן פון היינט וואס צו טון. מיר גייען און גייען מיר דעזעהן מיסטער קינות גירושין, מיר גיבן אים א שאקל צו "א גוטן" נא וויזוי גייט עס? אוקעי, ביי! פארגעס מיר נישט צו רופן צו דיין חתונה. {כאב נאך קיינמאל נישט געזעהן א סעקאנד מערידש} מיסטער קינות פארשטעקט די קאפ אין רעקל און פארגיסט א טייך טרערן געמישט מיט רויט בלוט עס פארמירט א געשריבן געזאנג מיט האלב שיר השירים וואס זינגט זיך ארויס פון טיפענישן פון עמקי תהום רבה!! ער זינגט דעם ניגון וואס די "גרושים" האבן נישט קיין צייט צו זינגען ווייל זיי זענען פארנומען מיט די עקס!! ער זינגט זיין געזאנג ווערט העכער און העכער און מישט זיך אויס מיט א ים של דמעות וואס מיר אלע לאזן ארויס!!! עס שטעכט עס ציפט אבער....?! דאס איז אבער זיכער ווי טאג, חברי הפארום האבן הארציגע הערצער, א הארץ וואס ווען עס שפירט ווייטאג-אפילו יענעמס-וויינט עס מיט! תיתי ליכי פון דארט פאלן מיר גראד אריין אין באן-מיר זעהן א מאן וואס קלאגט אויף זיין בענקשאפט ער בענקט צו א זאך וואס ער וועט נישט האבן, און האט רחמנות אויף זיין אמאליגע ליבע!! וועלן מיר פון היינט קוקן אויף ליבע ווי א זאך וואס מען קען פארלירן און קיינמאל מער נישט טרעפן?! וועט דאס אונז עפעס לערנען. יא די אויסגאנג פון די וואלן זאגן דאס...מיר גייען אין נענטסטן געשעפט דערכאפן דאס הארץ און מיר טרעפן הרב יגיע כפיך כי תאכל-מאכט זיך א קאווע ווי נאריש און זינלאז ביזטו גנב'עסט פון די רעגירונג געלט אנצופילן דיין פוסטקייט, ביזטאך ליידיג און ווייניגער ווי א סאניטאציע ארבייטער-יענער האט א שטיקל דיגרי און מאכט זיין געלט כשר!! דו פרעסט דאנאטס פון אנדערע'םס ארבייט, שעם דיך!!! עס איז צפעדיג. דארט טרעפן מיר דעם יונגערמאן וואס וויל זיינע כוחות פארשטיקן און שרייט ואיני יכול לנגוע בך און לויפט און לויפט אין שול....טאקע הערליך. און אט דערזעהן מיר אונזערע חברי ה'פארמעסט וואס האבן יא אויפגעוועקט זייער זעהל און ער וויל נאר שרייבן און דערזעהן ווי די נאטור רעדט צו אים און רופט אים...ער וויל זעהן העכערס און טיפערס, און שרייבן און שרייבן!

אלזא, טייערע ברודער די פארמעסט איז אייער הצלחה, אייער געווינס, אייער מתנה פאר אונז אלע.....איר האט באוויזן גרויסקייט, שטארקייט, און שעפערישקייט...עלה והצלח. כאפטס אייך ארויף אויף די פליגל פון שיר און פליהט דערמיט אין ד' כנפות הארץ, באזוכט די שמי שמים און די תהום מתחת, רייסט אויף די פיר ווענט וואס נעמען ארום אייער טאלאנט און צוגיסט שירים פון אייער זעהל, און ווערט אויף אייביג נייע מענטשן!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

MASSIVE
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

לעמאן דזשוס, ביזט געוואלדיג!
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

וואו! אזא הערליכע עפילאג פארדינט טאקע א באזונדערע אשכול! א דאנק אייך מנהלים פארן עס אפטיילן! און פאר דיר לעמאן... עפעס נעם נארמאליש גוט!
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

מיר גייען אין נענטסטן געשעפט דערכאפן דאס הארץ און מיר טרעפן הרב יגיע כפיך כי תאכל-מאכט זיך א קאווע ווי נאריש און זינלאז ביזטו גנב'עסט פון די רעגירונג געלט אנצופילן דיין פוסטקייט, ביזטאך ליידיג און ווייניגער ווי א סאניטאציע ארבייטער-יענער האט א שטיקל דיגרי און מאכט זיין געלט כשר!! דו פרעסט דאנאטס פון אנדערע'םס ארבייט, שעם דיך!!! עס איז צפעדיג.

גוט ארויסגעברענגט
Under influence
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

לסיומא דמלתא!

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

עס דארף ארויסגעברענגט ווערן באזונדער לשבחם פון די קריטיקירער ווי שוין צוגעוויזן געווארן איז קריטיק די באנוצטע ווארט ווען מען רעדט פון ליטעראטורישע ווערק די פארמעסט זעלבסט איז געוואלדיג, און ווי שוין ערווענט ארויסגעברענגט די שרייבער פון אונטער די דעקעס, אבער די קריטיקירער וואס האבן זיך גענומען און געטון צו די זאך, אפגעליינט בעומק די שטיקער און עס צונעמען כראוי וכיאות, דאס האט געגעבן דעם פארמעסט דעם געוואלדיגן ערענסטן חותם...

גלייכצייטיג האבן די הערליכע קריטיקס געגעבן א זאג און געווארנט (זארג נישט-מען טיילט נישט פרעסק.) די צושויער און די שרייבער פארן קומענדיגן פארמעסט בעזר השם; מיין נישט אז קענסט טאקע געבן א חלום צו א שטיקל, און בין יום ללילה, אזוי אין בלעם'ס רגע'לע-בין השמשות'דיג אפשרייבן עפעס א שטיקל געוועבאכטס און שוין, דער עולם וועט בלויז קלאטשן מיט די האנט און לויבן און פארלוימדן...ניין, דו ביזט טאקע א געווינער אז ביזט אינעם פארמעסט, אבער זיי וויסן יונגע שרייבער; דא איז דא יאנקל ער וועט דיר צונעמען אויף קליין געלט. ביז יעדע איינציג גייט דורך זיין קריטיק יונגע שרייבערדא איז דא משה געציל ער וועט אריינווארפן זיין קורצע מבינות'לעך. דא איז דא יאיר'ל ער טוט זיך אן מיט די דחילו ורחימו גדפין...קלערט איבער און פארצייכנט א גאר רייכע ריוויו נישט פארן מאכן זיכער אז דער ווארט פאעזיע שטימט אינעם מילון...זאלסט וויסן שרייבערל אז מיר פארמאגן קאווע טרינקער ברילן וואס דערלאזט נישט זאכן אזוי דורכגיין אן א גרונטליכן מיינונג...וויסן זאלסטו יונגע שרייבער מיר האבן דא דעם רבי'ן אליין-פשוט קאמפליצירט ער וועט עס מאכן אין איין שורה...אבער ארייניאגן אין באבע'נס באבן א פונקטליכע באריכט! אפילו מר. קאמפיוטער וועט אריינלאזן א קורצע דערהער אויף א שטיקל וואס האט אים בארירט. דערנאך וועט דיר לעמאן דזשוס באזינגען, ער וועט געבן פריוואטע אטטענציע פאר איטליכן ער וועט פרובירן ארויסהאבן יעדע שטיקל אפילו אריינלערנען פרישע פשטים בלויז צו ווייזן אז א פאעזיע איז אוניווערסאל און דער מחבר איז נישט אינגאנצן בעלבית צו זאגן פונקטליך פשט! יונגע שרייבער מיר פארמאגן דא רב ברסלבר וואס וועט דיר צונעמען. און מיר האבן דא הרב קופערניקוס וואס וועט דיר באזינגען און בא'טאנצן און וועט נישט אויסלאזן קיין איינס וויסן זאלסטו מיין פריינט מיר האבן דא יידל'ס אנאליטישע פעדער, ער וועט דיר צופיצלען ביז ער וועט פונקטליך ערקלערן וואס דו ווילסט...אפילו געפילטע פיש וועט זיין דא ביים האלבן קריטיק!!! אלזא, היט דיר דיין פעדער פון שרייבן סתם אין קאווע אריין!

און נאך אלעם, מוזטו דיך אבער יונגע שרייבערנישט אינגאנצן מייאש זיין, ווייל אפילו אויב דו שרייבסט ממש סתם א געמיש פון ווערטער....און אומפארשטענדליכע זאצן וועט זיך יאווען איינער זאל עס שיין ערקלערן, גיב א קוק אונזער פאעזיע המבואר פשוט קאמפליצירט וועט קומען און וועט שרייבן א פירוש רש"י דערויף!

א יישר כח אייך קריטיקירער! אן אייך וואלט די פארמעסט געוועהן א פארמעסט, מיט אייך א שטיק קונסט!
חשבון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 116
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 10, 2013 10:36 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

שליחה דורך חשבון »

האסט מיר געמאכט קאלטע פיס פארן קומענדיגן
The pessimist complains about the wind; the optimist expects it to change; the realist adjusts the sails.


William Arthur Ward
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

וואו! וואס מיר פארמאגן אלט׳ס נישט... הפלא ופלא! ס׳איז צום שטוינען ווי אלעס איז געווען ביזן פארמעסט... איך טראכט אסאך מאל (שטיל); שטעלט אייך פאר אז מען טוט ווען אקצעפטירן אין די חסידישע וועלט די געדאנק פון טאלאנט, איר האט א מושג וואס מען וואלט אלטס געקענט פראדעצירן?!
דער איד און בלאט וואלטן מיט זייער יצטיגע צורה פארקויפט אפשר הונדרעט קאפיס פון זייער אשר יצר פאפיר, די צייטונג אפשר הונדרעט פופציג, באט דעטס איט! אלימלך דייטש מיט הרב טעללער וואלטן ווען געדארפט פארקויפן היטן אדער קאטשמאס צו לייזן אפאר גראשן, הוד כ״ק מרן עט״ר ראשינו ותפארתינו שליט״א וואלט געווען א טיטול נאר בין ד׳ כותלי בית מדרשו, חיים זעליג דער אלטס ווייסער וואלט ווען געהאט זיינע פאקטן אביסל מער באזירט אויפן ריאלעטעט ווי דאס וואס וואס שטימט מיטן פארטיי, מיר אלע וואלטן ווען נישט געדארפט ארויס געבן די הארץ קוועטשענישן פארשלאסן אונטער טיפע בונקערס, יאנקל און יידל וואלטן זיך מחי׳ געווען מיט זייערע תלמידים לוקחי תורתם, קופערניקוס וואלט זיך ערלויבט צו שרייבן זיינע גאוניש׳ע הומאר פארן ברייטן פאבליק, קאווע טרינקער וואלט ווען געקענט מאכן א יארד סעיל אויף זיינע היטן אין הארץ פון ווילאמסבורג, זר זהב וואלט נישט געדארפט בלאשען ווען דער בעל קורא ליינט פרשת תרומה, וכו׳ וכו׳.

ליידער ליידער איז דער געדאנק פון טאלאנט אזוי אפגעפרעגט, אחוץ אויב עס איז להגדיל הפארטיי ותפארתו, מיטן מאכן שיינע קרוינען מיט בליטשקעדיגע לעמפלעך ביים רבינ׳ס חופה, אדער קאמפאזירן א קול רינה לכבוד דעם רבינ׳ס שמחה -אן קיין הענט און פיס (בחינת מאדערן ארט...). און אלטס רעזולטאט זיצן מיר דא ווי אפאר אפגעפליקטע לעמעלעך וואס דער פאסטיך האט זיי פארטריבן, און באהאלטנערהייט געט מען זיך ארויס בין ד׳ כותלי האינטערנאץ.

אוי! ווען וועלט וואלט געווען וועלט... צימערמאן דילעווערט די באקסעס פאר זיבן דאללער א שעה... קלאר וואשט די ביה״כ אין בית המדרש... י.מ. סופר דרייט זיך ארום קאלעקטען קאפיקעס און טיילט ברכות... דער ויזתא פון נתיבות עולם וואס פאברענט די פענער, זיצט אין מקוה באמאכט... שוין, לאמיר זיך אפשטעלען פאר איך דמיון זיך טאקע אז דאס איז דער ריאלעטעט, און איך פאנג אן רעדן הויך...
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

משה געציל ריזיג האסט מיר געמאכט דעם פורים, (פארשטייט זיך אז איך וועב ווייטער דיינע דמיונות, ס'גייט גוט!)
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

שוין גארנישט אזוי פורמדי׳ג טעפל, עס איז היבש ווייטאגליך...
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

יאנקל, מיר ווארטן מיט דארשט אויפן המשך!
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

משה געציל האט געשריבן:יאנקל, מיר ווארטן מיט דארשט אויפן המשך!

יאנקל האט שוין באקומען דעם אזוי געגארטן געלע לאטע, ער איז שוין זאט.
האדם לא נברא אלא להתענג
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יאיר האט געשריבן:
משה געציל האט געשריבן:יאנקל, מיר ווארטן מיט דארשט אויפן המשך!

יאנקל האט שוין באקומען דעם אזוי געגארטן געלע לאטע, ער איז שוין זאט.

נישט נאר יאנקעל , נאר אלע פיר געלאטעטע געווינער האבן אפגעפיצט!
הכבוד מוצאין את האדם מן העול..... הקאווע שטיבעל.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

זעט נאר ווי גוט ס'האט געארבעט! אויב יאנקל וועט נאכאמאל פארגעסן צו אראפברענגען דעם נייעם אשת חיל ארטיקל אדער באריכטן א נייעם בוך דארף מען אים נאר סטראשען מיט'ן סטריפן פון די געלע לאטע און ער וועט קומען צוקריכן אויף אלע פיר.
האדם לא נברא אלא להתענג
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ריגעלע ריגעלע רוגז....
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

די באליס איז אלס געווען מאוס ביי מיר אזוי ווי ביי אלע ערליכע אידן וואס האבן סולד געווען פון אזא ריכטיגע עבודה זרה גענוי ווי פון מרדוך און עשתר. אבער ביטע, דעם אזלא גרש זאלסטו מיר נישט אוועקנעמען, ווייל אויב יא וועל איך טאקע מאכן אן אזלא גרש און מער נישט צוריקקומען. ס'וועט אפילו נישט העלפן קיין קרני פרה אדער ירח בן יומו.
האדם לא נברא אלא להתענג
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

נעה, יו דאנט העוו די באליס.
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

יאנקל האט געשריבן:בארואיגטס אייך. כ'בין דא...

יאנקל, איך ווארט נאך...
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

משה געציל האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:בארואיגטס אייך. כ'בין דא...

יאנקל, איך ווארט נאך...
פארשפארט