פורים קווענקעלנישען

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8035 מאל

פורים קווענקעלנישען

שליחה דורך קאווע טרינקער »

פורים איז שוין דא, אין א שלימזל'דיגע שעה.

מיין פראבלעם מיט פורים מער ווי אלע אנדערע נעכט פון א גאנץ יאר, איז צוליב דעם וואס זי איז נצחי. ימי הפורים האלה לא יעברו. אנדערע ימים טובים ווי שלש-עשרה-מידות, חמשה-עשר-בשבט, שבת נחמו, ווי שווער זיי זאלן נאר זיין, האבן זיי כאטש אן ענדע-דאטום, ווען ס'וועט זיין ומלאה הארץ דעטע, אבער פורים איז הער טו סטעי.

יא, פורים איז נישט מיין favorite. כ'ווייס נישט פארוואס, אפשר ווייסעך יא? כ'ווייס אליינס נישט.
איז דאס צוליב דעם וואס אלץ קינד בין איך געווען פון דיע וואס האבן קיינמאל נישט געהאט קיין גראגער כמו שצריך, ווער רעדט נאך פון אנדערע מכשירי קולות?

אפשר איז דאס צוליב דעם וואס ממחרת ימי הפורים האט מען מיך באפאלען אין חדר "הע, הא, קאוועלע, דיין טאטע איז נעכטען ביים טיש געווען שיכור", און דאס בושה איז איינגעקריצט עד היום הזה? איז דאס צוליב דעם וואס אלץ בחור האט מען מיך abused בעצם יום הפורים? להוי ידוע, abused מיינט נישט דוקא עניני נח"ר. אויסצונוצען הערשאפט און מיין יונגע תמימות און מיך צווינגען צו גיין נאך געלט און זאמלען כמספר את רובע זרעך וכו', איז abuse נוממער צוויי. און אויב דו מנהל, ראש ישיבה, מיינטס אז ס'האט זיך דיר אויסגעצאלט, האסט מיך אפגעקויפט מיט א זכות אין א ליזענסקער-גורל, וויל איך דיר זאגן, אז דו האסט פארלוירען פי כמה, שוין יארן וואס מער ווי מיין יערליכע 10 דאללער דינער-געלט גייט נישט אריבער פון מיר צו דיר, אפילו ווען איך קום שוין יא צום א.ג. כינוס התלמידים, איז דאס נאר צו טרעפן אלטע לצים, און זעהן ווער ס'איז קלוגער געווארן זינט דעם פאריעריגען יובל-דינער. מיינע קינדער, וואס דו פרעגסט מיך אלץ ווי אלט זיי זענען שוין, וועלען ביי דיר נישט לערנען. פינטעל.

אפשר איז דאס צוליב דעם וואס איין יאר אלץ בחור בין איך געווען א שיכור, און ס'איז מיר פון טאש ארויסגעפאלן מיין לוח-המפואר (מ'מאכט דאס נאך היינט?), און דער טרעפער האט געזעהן מיינע רשימות פון חטאים און זייערע דאטום. נאך היינט גיי איך אריבער דעם גאס ווען ער קומט אין מיין תחום יום-טוב. (זארגט אייך נישט, ס'אלץ נתהפך געווארן לזכיות).

אפשר איז דאס צוליב וואס אלץ שנה ראשונה האב איך זיך געשלעפט מיט וויליאמסבורג-בארא-פארק באס מיט א גרויסע אייער באקס (דער מחבר פון שטיקל 5, דאס הינער איי, האט פארגעסן צוצולייגן "מיט אים טוט מען באקסעס מעסטען") מיט א כלומר'שע משלוח מנות פאר די באבע, און די בושה, פון די צוקוקער, באגלייט מיך עד היום הזה. (בושה פון וואס? קאווע, דו מיינסט טאקע? להוי ידוע, קיינער קוקט ניטאמאל אויף דיין זייט...)

אפשר איז דאס ווייל אין שנה שניה, איז געווען א שטיקל געפעך אינדערהיים "וואו גייט מען קודם?", און זייענדיג אנגעצויגען און אפשר אביסל חכלילי עינים'דיג האב איך א זאג געטאן "כ'וועל דיר הרג'ענען", און דאס באגלייט מיר עד היום הזה, נישט נאר פורים, נאר א גאנץ יאר.

אפשר איז דאס צוליב וואס זינט שנה שלישית והלאה קומען צו נאך צוויי רבי'ס און דריי טיטשערס אויף די שלועכמאנעס דעליווערי, און דורכצודרייווען די גאסן בעצם היום איז אזוי מעגליך ווי אריינצוגיין אין שומרי-שבת שול אן גיין נאנט בתוך ד' אמות פון א מתפלל.

אפשר ווייל איך שעהם זיך מיט איר משלוח-מנות (המשך אין מאחורי) (הע הע, ס'איז נישט קיין לינק, כ'האב נאר געוואלט טשעקען ווי נייגעריג דו ביסט אין מיין פרגודיגע ענינים)

אפשר ווייל קיינער ברענגט מיר נישט קיין משלוח-מנות? (ביטע נישט קומען צווישען 7 אינדערפרי ביז 10 ביינאכט)
נאכדעם הייבט זיך אן מיין יאהר יערליכע דעבאטע איבער די קטנות פון גדולים וואס פארשטעלען זיך, מאכן זיך נאריש, בעבי'ש און זענען מגלה פאר תבל ומלואו זייער גרויסע שבירת-הכלים. פון איין זייט נעם איך אן כמעט פאר זיכער אז א נארמאלע צופריעדענע מענטש, א אינגערמאן מיט א Job ווייב און קינדער, איז מקיים דעם גאנץ-יעריגען דאורייתא פון שם-לשון-מלבוש, און גייט אנגעטוהן פורים גארנישט אנדערשט ווי חול המועד פסח. מ'איז נישט מזלזל און מסלסל די דיוקנא קדישא דרבנן, און מ'טוישט נישט די הויזן-זאקן צו לאנגע הויזן, און vice versa. מ'איז נארמאל. אמאל ווערט מען אביסעל לעבעדיג פון טרינקען א גלעזעל דא א גלעזעל דארט, אבער מ'איז ביי זעך די גאנצע צייט. מ'איז א מענטש אן קיין בויך וויי און אן קיין קאפ וויי. – די וואס טוישען א זיז כל שהוא, לאזען אראפ די גאנץ-יעריגען פארקניפטע פיאות, צינדען אן א רויטע, לכה"פ א געלע, לעמפעל, לאמר: עפעס איז נישט בסדר מיט אים, וואס באדערט אים? ק"ו פארקערט, אז מ'דרייט ארויף די לאנגע פיאות, און מ'שטעקט דאס ערגץ וואו אונטערן אויער, דאס צינד שוין אן א פלאם פייער בליטשקעדיגע לעמפעל, עפ"י יסוד וואס דער רבי אין חדר האט עומד ומצוה געווען, פירוש ולא סתם: פורים קען מען זעהן וואס א אינגעל וויל באמת זיין. – אסור להרהר אחר רבו, כנראה האט ער געהאט גאר א ווייטע בליק, ווייל לעת עתה זעהט מען נאך נישט די תוצאה, וויפיל איך ווייס. יוחנן, פלעגט אלע יארן זיין א סאלדאט, היינט איז ער קאר-סערוויס דרייווער, יאנקי'ס מאמע פלעגט אים פארשטעלן ווי מרדכי הצדיק, היינט איז יאנקי א הויפט-שומרים, און איך, פלעג אלץ זיכען א פארשטעלעץ וואס פארלאנגט זיך לאנגע האר און א נעק-טיי, און בעוה"ר עדיין לא נושענו.

פון די אנדערע זייט הער איך א בת קול מודזשעט אין אויער: קאווע, דו ביסט צו-חושט (וואס מיינט דיע ווארט?), ביסט אזוי נישט גערעכט.. דו ביסט אזוי אנגעזעצעט.. פארגינסטעך נישט אביסעל זיך צוצולאזן, כאפן א טאנץ אינמיטען העלן גאס. דו בעל-גאוה! ס'פאסטעך נישט?! הע? אדער האסטו מורא דו וועסט ארויסלאזן סודות פון שטיבל? וואס האסטו צו באהאלטען, דאס אליינס טויגט נישט?
וואס איז די אמת?
ביי מיר, די ריכטיגע שמחת פורים איז, ווען כ'דאווען מעריב ביים זמן. כ'גיי אהיים, כ'לייג מיך שלאפן, כ'שטיי אויף שושן פורים פארטאגס, כ'קום אריין אין קאווע שטיבל (די עכטע) און כ'דאווען מיט די 7 אזייגער מנין מיט די אלטע אידן (וואס געדענקען נאך שושן פורים אן קיין שטריימל), כ'לערען אביסל, וואס קען זיין בעסער פון דעם?
ומתן שכרה בצדה, ס'קען ביי מיר געבוירען ווערען א בעל-שם-טוב, ווער נאך לערענט אין די צייט?

בד"וו, די גאנצע שמחה אין פורים איז מיר נישט אזוי קלאר. שריי נישט, לאמירמעך מסביר זיין. ערשטענס, אכתי עבדי אבאמא אנן. צווייטענס, איך פארשטיי מ'מאכט א זכר פאר א נס/הצלה וויטש טוק פלעיס 1000'נטע יארן צוריק. אבער זיך פרייען באמת פאר אותו נס, דאס איז שוין א מדרגה. פסח למשל איז א פייערונג פאר יציאת מצרים, די אתחלתא פון יסוד האומה ביים קבלת התורה. ס'איז א יו"ט מיט אלע טעמים (איידער די גזירה פון געבראקסט), די זעלבע איז שבועות און סוכות. גראדע ביי פסח שטייט טאקע חייב אדם לראות את עצמו כאילו הוא יצא ממצרים, אבער דאס איז שוין תוספות מצוה, א הידור. משא"כ פורים, די גאנצע צולאזענקייט קומט, עכ"פ דארף צו קומען, פון דעם וואס מ'פרייט זיך אז מ'איז ניצל געווארן ממות לחיים. נישט נאר אלץ א זכר, ווייל פאר א זכר דארף איך נישט זיין פרייליך. פסח איז נישט קיין מצוה זיך צו פרייען אז מ'איז ארויס פון מצרים.

בקיצור, כ'האב נישט קיין געדולט מסביר זיין מיין קשיא, כ'פארלאז מיך אויף די וד"ל חברה.
Under influence

דער אשכול פארמאגט 41 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר