הענדיקעפט פארקינג VS ריינע גאסן = גלגל החוזר
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 6
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 18, 2013 12:04 am
- האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל
הענדיקעפט פארקינג VS ריינע גאסן = גלגל החוזר
אין ניו יארק סיטי, איז פארמאגן א קאר פארבינדן מיט פארשידענע פראבלעמען. איינע פון די פראבלעמען איז פארקינג. די פארקינג פראבלעם ווערט שווערער ווען עס קומט צו דער אישו פון אלטערנעט סייד פארקינג, אז מען מוז רוקן די קאר פון איין זייט גאס, כדי דער קלינינג טראק זאל קענען דורכפארן און רייניגן די גאס.
לאמיר נישט יעצט אריינגיין צו די קלינינג טראק טוט יא אויף צו נישט, צו עס רוקט בלויז שמוץ פון איין זייט גאס צום צווייטן, לאמיר לאזן דעם עלנדן דרייווער פונעם טרעקל זיצן הויך אין זיין זיץ, מיטן אייפאד עירפאון אין איין אויער, טוענדיג דעם מאנאטאנישן פליכט וואס ער טוט טאג איין טאג אויס, בעת וואס מיר וועלן בארירן א זייטיגע נקודה. [האט איינער שוין אמאל אריינגעטראכט ווי באורינג אזא דזשאב איז?, זיצט אליינס אין טראק, קיין שום סאציאלע פארבינדונג מיט אנדערע במשך די ארבייט שעות, טוט גארנישט חוץ פארן ארויף און אראפ גאסן]
וויליאמסבורג האט ווי באקאנט, א גרעסערע פראבלעם מיטן אלטערנעט סייד פארקינג פראבלעם. דהיינו, צוויי מאל א וואך איז פארבאטן צו פארקן אויף יעדע זייט פאר א שעה-א-האלב, סך הכל פיר מאל א וואך וואס מען איז פארנומען מיטן רוקן די קאר. בעת וואס רוב געגענטער באגניגען זיך מיט צוויי מאל א וואך, און גאר ריינע געגענטער איז אפילו גענוג איין מאל א וואך.
וואס האט מיר געמאכט טראכטן, איז א נייעסל וואס איז געווען באריכטעד אין "נייעס באריכט" איבער א קאמיוניטי באורד מיטינג אין וויליאמסבורג איבער דעם פראבלעם. די פארשטייער פון די געגענט, מיט די קאמיוניטי לידערס, מיט די סעניטעישאן דעפארטמענט, האבן זיך צונויפגעזעצט מטכס עצה זיין איבערן פראבלעם.
די פארשטייער האבן פארלאנגט צוויי זאכן, איינס, אז מען זאל שניידן די טעג וואס מען רייניגט די גאסן פון פיר טעג אויף צוויי טעג. צווייטנס, אז מען זאל ערלויבן – ווי אין פילע אנדערע געגנטער – צו דאבל פארקן די קארס, בשעת די אלטערנעט סייד פארקינג. וואס צוליב דעם וואס אין וויליאמסבורג איז דאס נישט ערלויבט, איז די אלטערנעט סייד פארקינג פראבלעם, פילפאכיג שווערער, און פארקינג איז ממש א יקר המציאות יענע שעות.
די סעניטעישאן דעפארטמענט, האט אפגעווארפן די פארלאנג צו שניידן די קלינינג טעג, צוליב דעם וואס אלע רעפארטס קומען צוריק אז די גאסן זענען נישט גענוג ריין, און די גאסן באקומען נישט גענוג א הויכע ריינקייט סקאור, וואס זאל ערלויבן צו שניידן די קלינינג טעג.
די פארשטייער האבן אנגעוויזן, אז די סיבה פארוואס די גאסן ווערן נישט געהעריג ריין, איז צוליב דעם גרויסן צאל פון הענדיקעפד פארקינג פערמיטס וואס עס איז דא אין וויליאמסבורג, וואס מיט אזא פערמיט, מוז מען נישט רוקן דעם קאר. ממילא אויב די קאר בלייבט דארט, קען די טראק נישט דארט פארן, און די שמוץ בלייבט אנגעלייגט.
לאמיר לאזן די פארשטייער פון די קאמיוניטי אויפקומען מיט א לעזונג צום פראבלעם, כי לכך נבחרתם.
דא איז אבער דא א שטיקל גלגל החוזר. היות די פארקינג איז גאר שווער, איז נישט פארהאן קיין ברירה זיך גרינגער צו מאכן, חוץ אויב מען האנדלט זיך איין א הענדיקעפט פארקינג פערמיט, יעצט אויב ראובן האט א פארקינג פערמיט, דארף דאס שמעון אויך האבן, אויב ראובן און שמעון האבן עס, רוקן זיי נישט די קאר, אויב רוקט מען נישט די קאר, קען די טראק נישט דורכפארן, אויב די טראק קען נישט דורכפארן, קען די גאס נישט ווערן ריין, אויב די גאס ווערט נישט ריין, קען מען נישט שניידן די טעג וואס מען רייניגט, אויב שניידט מען נישט די שעות וואס מען רייניגט, בלייבט די פראבלעם פון פארקינג, בלייבט נישט קיין אויסוועג, נאר זיך איינהאנדלן א הענדיקעפט פערמיט, וואס די תוצאה פון אזא פערמיט וועט זיין אז מען רוקט נישט די קאר, קען די טראק נישט דורכפארן, ווערט נישט גאס ריין, קען מען נישט שניידן די טעג, וכו' וכו' וכו'.
כגלגל החוזר.....

- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
ההוא גברא דזבין מיניווענאי סייאנאעי
יומא חד חטפי ליה אונסי דשינה בצפרא דאלטערנאוויע סיידאי
ועד דאקים ואזיל פגע ביה ההיא שיחררותאי דאיבראם לינקאלינאי(מאחוראי פירושיה נוקבי שחוראי בתחתונטי מבוגראי)
ועד דהאי גברא איתחלי הוויקילאי דיליה לא שבק לה ההיא טרפקייאי וסגרת הדרך בוויקיליסאי
וכתבי ליה גט מקושר בקופסא דוארי אדמדמת דדמיא ככתובאי
איכא דאמרי ככתובה בדמי, וא״כ דעבידני ליה מיניווענאי נכסא צאן ברזל בטיקיטאי

My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
כרגע קען איך נישט טרעפן ווי אין שטיבל ס'ווערט ארויסגעברענגט די פיר-מאל-וואך-אלטערנעט-סייד אין עיר ה(....) וה(....) וויליאמסבורג VS אין בארא פארק וואס איז נאר צוויי מאל א וואך.
אז דו שטעלסט דאס צוזאם מיט די הענדי-קעפ פאר פלייצונג. איז כדאי אנצומערקען די קולטורישע חילוק פון וומ"ס און ב"פ. אויף מיין גאס וואוינט א משב"ק פון כאק מעראן אדמער שליטע, און ער האט א רעכט צו פארקן וואו און ווען אימער. אויך וואוינט איינער וואס איז אן אמת'ע העדניקעפ (אע"פ וואס דער דרייווער אליינס איז נישט הענדיקעפט, ס'איז נאר איינער אין די משפחה, וואלט דאך לכאורה נישט געווען קיין מקום להוציאו מן הכלל, אבער עכ"פ דאס איז די געזעץ). אינטערסאנט אנצומערקן, אז ביידע פון זיי רוקען די קאר ביום הנקיון!! זיי פארשטייען אז למען די ריינקייט פון די גאס איז נישט מער ווי נארמאל צו ריקען די קאר.

Under influence
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
קאווע טרינקער האט געשריבן:כרגע קען איך נישט טרעפן ווי אין שטיבל ס'ווערט ארויסגעברענגט די פיר-מאל-וואך-אלטערנעט-סייד אין עיר ה(....) וה(....) וויליאמסבורג VS אין בארא פארק וואס איז נאר צוויי מאל א וואך.
אז דו שטעלסט דאס צוזאם מיט די הענדי-קעפ פאר פלייצונג. איז כדאי אנצומערקען די קולטורישע חילוק פון וומ"ס און ב"פ. אויף מיין גאס וואוינט א משב"ק פון כאק מעראן אדמער שליטע, און ער האט א רעכט צו פארקן וואו און ווען אימער. אויך וואוינט איינער וואס איז אן אמת'ע העדניקעפ (אע"פ וואס דער דרייווער אליינס איז נישט הענדיקעפט, ס'איז נאר איינער אין די משפחה, וואלט דאך לכאורה נישט געווען קיין מקום להוציאו מן הכלל, אבער עכ"פ דאס איז די געזעץ). אינטערסאנט אנצומערקן, אז ביידע פון זיי רוקען די קאר ביום הנקיון!! זיי פארשטייען אז למען די ריינקייט פון די גאס איז נישט מער ווי נארמאל צו ריקען די קאר.
די מעשה מיט די פיל (פאלשע) פארקינג פערמיטס אין וומסב"ג איז ענליך צו די כעלעמער מעשה מיט די פאס בראנפן. מסתמא רוב עולם איז באקאנט מיט די מעשה . אבער צוליב'ן מיעוט וואס ווייסט דאס נאכנישט איז כדאי איבערצוחזר'ן. והנה: אין די שטאט כעלם האט מען אמאל זיך געוואלט גאר שטארק משמח זיין אום שמחת תורה. דער פראבלעם איז געווען אז ס'איז געווען ווייניג בראנפן. האבן די טובי הקהל ארויסגעגעבן א באפעל אז א יעדע וואך מוז אן אנדער בעה"ב פון די קהילה ברענגען א פלעשל בראנפן און אריינגיסן אין א גרויסן פאס וואס שטייט אין חצר ביהמ"ד. און ביז איבעראיאר שמחת תורה וועט שוין זיין גענוג בראנפן. די ערשטע וואך (שבת בראשית) האט מען אריינגעגאסן א גאנצן פלעשל בראנפן. אבער דער וואס האט געדארפט ברענגען פ' נח האט געטראכט צו זיך. "איך וועל ברענגען א פלאש וואסער. זאלן די איבריגע אריינגיסן בראנפן. קיינער ועט נישט באמערקן". אזוי האט געטראכט (און געטון) גאנץ כעלעמער קהל. פארשטייט זיך אז שמח"ת האט מען געהאט א פאס פול מיט וואסער. דער נמשל איז זעלבסט פארשטענדליך. נאר לפענ"ד איז דער פראבלעם מיט אלטערנעיט סייד פארקינג אין וומסב"ג ווייל דער עולם שטייט אויף שפעט. און ווען מ'דארף רוקן די קאר שלאפט נאך דער עולם.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
נאר לפענ"ד איז דער פראבלעם מיט אלטערנעיט סייד פארקינג אין וומסב"ג ווייל דער עולם שטייט אויף שפעט. און ווען מ'דארף רוקן די קאר שלאפט נאך דער עולם.
דאס קען מען אויך צולייגען צום "גלגל החוזר", עפ"י רוב זענען די זמנים פון רוקען די קאר אין וומ"ס אסאך שפעטער אין טאג ווי אין ב"פ.
ממילא איז די חשבון אזוי:
1) 11 אזייגער איז פרי
2) ממילא מוז זיך שאפן א פערמיט
3) ממילא זענען די גאסען שמיציג
4) ע"כ מוז מען צוויי מאל א וואך רייניגען.
Under influence
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
וואס איז פשט אין דעס נישט לאזען דאבעל פארקינג?
עפעס האב איך אמאהל געהערט אז עס קומט פין "היימישע" עסקנים, וואס האנדלען זיך איין פערמיטס, און פאר זיי איז שווערער צו פארקען נארמאל אין די זמנים ווען יעדער טוט דאבעל פארקען, ממילא האבען זיי געמאכט אז מען טאר נישט דאבעל פארקען.

א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).