בלאט 1 פון 3

א נייע פרשה רודערט אויף אנטווערפען - רציחת הק׳ משה יצחק נאה

נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2013 2:56 am
דורך מיילעך
דא האט איר אן איבעזעצונג פון א פלעמישן צייטונג:

משה אריה פרידמן דורש פתיחה מחדש של חקירת הרצח של הק׳ משה יצחק נאה


בימים האחרונים הרב משה אריה פרידמן לא ישב בשקט. בין היתר הוא הלך להגיש ארבע תלונות בבית משפט הגבוה באנטוורפן אצל השופט החוקר מר. מישל יורדנס. הוא מצהיר, שהכל הוא יכול להוכיח עם עדים נאמנים ועם מסמכים שחור על לבן. אנחנו נתמקד רק על אחת מהתלונות: והוא החקירה שנקטע בפתאומיות אודות הרצח של הגבאי משה יצחק נאה ב18 נובמבר 2004. הוא היה חבר רבת השנים של משפחת פרידמן. ומכאן. חוץ מזה הוא רואה כמה קשרים בין המקרה הזה למקרים האחרים. וזה עושה שיחה עם היהודי החסידי מעניין מדי.

חוץ מהבעיות לילדיו להתקבל רשום בבית ספר שהם בחרו, יש עוד שלוש תלונות: אחד אודות תיק הרצח של הגבאי משה יצחק נאה, השני אודות הונאת קצבת ילדים וביטוח לאומי מהממשלה של הקהילה היהודית באנטוורפן, והשלישי אודות תפקידו של מנכ״ל משרד המשפטים בכל אלו, אבל העיקר הוא תיק בית הספר. היות ובתלונה מואשם אחד מפרקליטות המדינה ככל הנראה התלונה יטופל בבית המשפט הגבוה ביותר בבלגיה. גם שם במקרה הזה ימונה אחד מהשופטים לשופט חוקר לחקור את העניינים.


עבודה פנימית


על אף, על פי פרידמן, ארבעת התיקים מקושרים אחד לשני היות שמאחורי הקלעים בכולם אותם גורמים משחקים, נתרכז
היום רק התלונה השנית: נגד הרוצח, ושותפיו לרצח ואלמונים שהיו מעורבים בההתקפה והרצח על משה יצחק נאה שהתרחש ב18 נובמבר 2004 בערך בשעה 2:30 בשעות הבוקר המוקדמות מאוד. במשך שנים הוא היה חבר של משפחת הפרידמנים. אנחנו אכן נזכרים שפתאום לא הגיעו עוד שום חדשות אודות החקירה.

משה פרידמן: ״הרצח בוצעה ברחוב ציבורי לפני פתח הבית של הקורבן ברחוב ׳לאנגע קיויעט׳ כאשר הוא הלך הביתה מבית הכנסת. כבר מההתחלה, נעשו כל מאמצים דרך דוברי המשטרה והפרקליטות לתאר את הרצח כפיגוע גזעני על ידי טרוריסטים מוסלמים. אנחנו גרנו ועבדנו אז עדיין בווינה, אבל כבר דקות אחדות אחרי היריה לא רק שהייתי כבר מודע על גורלו של ידידנו, אלא גם על הרקע לתקיפה. מיד הודעתי דרך מקורות נאמנים באוסטריה ובלגיה כי בשום מקרה לא מדובר פה במתקפה גזענית או פיגוע טרור, אלא מדובר בעבודה פנימית מבין היתר מאפיה יהודית חרדית.

מתרגמים בזדון לא נכון

פרידמן משוכנע שהמידע שלו כבר בהתחלה שיחק תפקיד מרכזי בהשתנות האסטרטגיה של החקירה המשפטית. המשטרה הפדרלית אכן הגיעו למסקנה שמדובר פה במזימתו של הפשע המאורגן, בעיקר המאפיא שהיו להם להלבין הון ממחלקת היהלומים והסמים. מהבית ומבחוץ שמו אותם תחת לחץ כדי בדחיפות להתערב. כך סילפו במודע ובמזיד כמה חקירות ותשאולים של רבנים על ידי המשטרה, דרך המתרגם היהודי״.

״המשטרה כבר היתה בעקבי הרוצח לתפוס אותו, בו בעת שהמאפיא החרדית (היהודית)ניצלו את כוחם והשפעתם אצל משרד המשפטים - ובעיקר אצל פרקליטות המדינה - בכדי להפסיק את החקירה ולפטר אותו עם התירוץ שאין ראיות מספיק״ אומר פרידמן עוד. ״תוך ימים ספורים הייתה העיסקה הפלילית גמור בין גורמים מהמאפיא החרדית ובין פרקליט המדינה. זה הוביל להפסקת כל מעשה חקירה בעניין הרצח והפסקת כל הודעה בעניין הזה להעיתונות״.


שלוש דרישות


התוצאה מכל זה הייתה, עדיין על פי פרידמן, שהרוצח האכזרי, המשלחים והשותפים לרצח נותרו ללא פגע. כל האירגון יכולים בביטחה להמשיך בפעולתם. ״עד היום הם מוגנים בשקט על ידי משרד המשפטים. הרוצח ושותפיו מסתובבים חופשי ברחובות עירנו וארצינו. התוצאה הוא שעד היום המשפחה של הקורבן חיים בפחד ומוגבלים ביכולות שלהם לעשות משהו בעניין בכדי להגיע לצדק בעניין הזה״.

פרידמן דורש שלושה דברים:

1) שהחקירה בבית ובחוץ ייפתח מחדש בדחיפות
2) שייפתח חקירה אחרי חקירה אחרי הרוצח ושותפיו וכל הפעולות של אירגון הפשע, וכל המעורבים להעמידם לדין, כך שהצדק ניתן לעשות על ידי לדון אותם ושיקבלו את העונש הראוי.

3) שייפתח חקירה על השחיתות וקשירת הקשר של אנשים מסוימים בפרקליטות המדינה ובמשרד המשפטים, כדי כל המעורבים להעמידם לדין.

נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2013 3:05 am
דורך מיילעך
די פאלגענדע ארטיקעל איבער די רציחה פון פשעווארסקער רבינ׳ס גבאי ר׳ משה יצחק נאה זצ״ל הי״ד וואס ווי ס׳זעהט אויס גייט מען עפענען די חקירה איז ערשינען היינט אין בעולמם של חרדים:

http://bshch.blogspot.co.il/2013/02/blo ... 1.html?m=1

נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2013 3:21 am
דורך היימיש
עס איז געווען היינט ארויסגעקומען א בליץ נייעס פון די וועכענטליכע אויסגאבע ׳למען תדע׳ איבער די עניין, איינער קען עס אפשר ארויפלייגען?

נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2013 11:15 am
דורך עסן עסט'זיך
ליידער ליידער איז יש דברים בגוי די פרשה פון רציחת משה יצחק נאה איז נישט פשיט איך האב מיטגעהאלטען בשעתו די יודעי דבר האבען געוויסט אז דא ליגט באהאלטן א בארג מיסט

נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2013 11:25 am
דורך קאווע טרינקער
עסן עסט'זיך האט געשריבן:ליידער ליידער איז יש דברים בגוי די פרשה פון רציחת משה יצחק נאה איז נישט פשיט איך האב מיטגעהאלטען בשעתו די יודעי דבר האבען געוויסט אז דא ליגט באהאלטן א בארג מיסט


טאקע? - קול מבשר האט גארנישט געמאלדן דעמאלסט.
לאמיר הערן, ס'דרייען זיך ארום חסידישע רוצחים? נחום, גיב ארויס.

בד"וו, פאר אזעלכע ענינים, על צד ס'יש דברים באיד, איז כדאי פאר כלל-ישראל אזעלכע משוגעים ווי פרידמאן (משוגעים? צו א שיינע ווארט. יאנקל מאך עפעס א ווארט)

נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2013 11:28 am
דורך [NAMELESS]
יא, ליידער איז יש דברים באיד (א זיסע אויסדרוק, די ביסט אייזן, קאווע טרינקער!) קיינער זאגט נישט קלאר אז עס איז געווען א אידישער מערדער, אבער א פינסטערע פרשה באהאלט זיך דארטן וואס מען האט געמוזט פארדעקן. אלזא, מזל טוב חסידישע אידנטום, מיר פארדעקן נישט בלויז מעלעסטעישאן, נאר מיר פארדעקן אויך מארד! (אויב איז נישט געווען גענוג די פרשה פון מאטי בורגער הי"ד)

רבותי, מיר האבן מער נישט קיין קארפעט, די קארפעט איז דורכזיכטיג!
משוגעים? יא, משוגעים, אבער צו זענען זיי משוגע אדער זענען מיר משוגע? איך ווייס אליין נישט

נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2013 11:41 am
דורך נייגעריגער
היימיש האט געשריבן:עס איז געווען היינט ארויסגעקומען א בליץ נייעס פון די וועכענטליכע אויסגאבע ׳למען תדע׳ איבער די עניין, איינער קען עס אפשר ארויפלייגען?

אויב מיינסטו דאס דאן נאדיר, אן אויסשניט פונעם לעצטן אויסגאבע פונעם אנטווערפענער למען תדע, אויפן לעצטן זייט!
אינטערעסאנט די נאמען וואס זיי רופן דעם משה ארי': "אויסלענדער"
shot_000005-1.png
shot_000005-1.png (19.68 KiB) געזען געווארן 4932 מאל

נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2013 11:44 am
דורך היימיש
יישר כח, נייגעריגער

נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2013 11:51 am
דורך נייגעריגער
היימיש האט געשריבן:יישר כח, נייגעריגער

האסט הנאה געב א לייק!

נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2013 11:52 am
דורך בן תמליון
קופערניקעס במחילת כבודך, האט איר עפעס קראנטע אינפארמאציע אז איר שרייט מיר פארדעקן מארד? לעצטע מאל האט עס [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] פעלדמאן געשריבן אין איר בוך און למעשה לא נגע ולא פגע. בכלל ווייסט איינער פון די היימישע מאפיע אין אנטווערפן? שטויבער מיט דרעזנער? חברים קאווע טרינקער איך מיין מיר פארלירן דעם באלאנס דא. דער פרידמאן איז נישט נאר משוגע מטורף ער איז א געפערליכער אכזר און מסור אנגעהויבן ביי די אייגענע קינדער. א שאד ער האט איבערגעלאזט די נטורי קרתא מיט חיזבאלא און אנגעהויבן מיט אונז. ער שרייבט דא געדענקט אבער ווער ער איז.

נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2013 12:09 pm
דורך מיילעך
ס׳איז מיר היינט אריינגעקומען אסאך חומר פון פלעמישע צייטונגען ווי זיי האבן שוין געשריבן אין יאר תשס״ה אז עס רעדט זיך קלאר נישט פון א ראסיסטישער מארד נאר פון א אינערע זאך. איך האף אי״ה נעקסטע וואך צו קענען ארויפלייגען און פארטייטשן.

נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2013 12:10 pm
דורך יואליש
צום מיליאנסטן מאל, דעם שופר'ס פסיכילאגישע און מאראלישע צושטאנד איז לגמרי נישט מעלה ומוריד. יעדער פארשטייט אז ער טיט עס פאר נקמה, און די מאטיוו איז אויך נישט די אישו. די שאלה איז, איז ער ארויסגעקומען מיט סודות פון חדר, אדער בלויז ווי פעלדמאן, מיט א שקר. די פראגע וועט נישט געענטפערט ווערן אויב באהאנדעלט מען פריעדמאן. מ'ברויך פרעגן, וואס זענען די פאקטן ארום די מארד?

נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2013 12:10 pm
דורך [NAMELESS]
א ריכטיגע מסור דמתא. צו עס איז אמת צו נישט ווייס איך נישט, אבער דעם רשע גלייב איך זיכער נישט!

קופרניקוס, ווי אזוי קענסטו גלייבן איינער וואס קושט זיך מיט די וועלט גרעסטע טעראריסטן???

ווי אזוי קענסטו גלייבן אזא איינער וואס האט גע׳מסר׳ט צוויי אידן אין ניו יורק סתם לשם רשעות??

ווער ער איז געפארן קיין איראן האסטו געשריגן אז ער איז א פערד בן פערד בן זונה. אבער פלוצלינג ווען ער הייבט אן צו שרייען קאוועראפ, ווערסטו זיין חסיד??

נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2013 12:11 pm
דורך בן תמליון
מיילעך האט געשריבן:ס׳איז מיר היינט אריינגעקומען אסאך חומר פון פלעמישע צייטונגען ווי זיי האבן שוין געשריבן אין יאר תשע״ה אז עס רעדט זיך קלאר נישט פון א ראסיסטישער מארד נאר פון א אינערע זאך. איך האף אי״ה נעקסטע וואך צו קענען ארויפלייגען און פארטייטשן.


מיילעך ביזטו משה אריה פרידמאן? יא אדער ניין?

נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2013 12:13 pm
דורך מיילעך
ניין

נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2013 12:15 pm
דורך נייגעריגער
מיילעך האט געשריבן:ס׳איז מיר היינט אריינגעקומען אסאך חומר פון פלעמישע צייטונגען ווי זיי האבן שוין געשריבן אין יאר תשע"ה אז עס רעדט זיך קלאר נישט פון א ראסיסטישער מארד נאר פון א אינערע זאך. איך האף אי״ה נעקסטע וואך צו קענען ארויפלייגען און פארטייטשן.

ליין איך גוט? יאהר תשע"ה??
א טעות אדער סארקאסטיש?!

נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2013 12:20 pm
דורך [NAMELESS]
בן תמליון האט געשריבן:קופערניקעס במחילת כבודך, האט איר עפעס קראנטע אינפארמאציע אז איר שרייט מיר פארדעקן מארד? לעצטע מאל האט עס [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] פעלדמאן געשריבן אין איר בוך און למעשה לא נגע ולא פגע. בכלל ווייסט איינער פון די היימישע מאפיע אין אנטווערפן? שטויבער מיט דרעזנער? חברים קאווע טרינקער איך מיין מיר פארלירן דעם באלאנס דא. דער פרידמאן איז נישט נאר משוגע מטורף ער איז א געפערליכער אכזר און מסור אנגעהויבן ביי די אייגענע קינדער. א שאד ער האט איבערגעלאזט די נטורי קרתא מיט חיזבאלא און אנגעהויבן מיט אונז. ער שרייבט דא געדענקט אבער ווער ער איז.


ניין טייערער בן תמליון. מיר צוויי קענען זיך זייער גוט פארשטיין. איך רעספעקטיר דיר אלס א קלוגער יונגערמאן, דער מחבר פון שיר השירים באידיש און א אפענע קאפ, וואס האט זיך אנגענומען העפטיג פאר וועבערמאן און וואס בארעכטיגט טאטאל אונזער געמיינדע קעגן די דרויסנדיגע אנגריפן.

יעצט לאמיר זיך פארשטעלן. איך בין איינער וואס האט ליב אונזער ציבור אהבת נפש, איך האב ליב אונזער געמיינדע, אהבתי את אשתי ואת אדוני לא אצא חפשי. איך האב נישט די בליק פון די OTD אז מען מוז חרוב מאכן אונזער געמיינדע, היה לא תהיה! אבער איך זעה די זאך אנדערש ווי דיר, איך זעה אז מיר מוזן זיך טאטאל טוישן. וועלטס ציוויליזאציע האט יסודות און מהלכים, און קטנ'ען אויף זיי בשאט נפש, וועט אונז אנשפריצן מיט ניצוצות מנתזין על רגליו.

די וועלט פון יוסטיץ איז גאר שטרענג און אכזריות'דיג, אפטמאל רשעות'דיג און טפשות'דיג, און איך פארשטיי אז מיר ווילן איר פארמיידן אין אונזער מחנה, אבער אונזער געמיינדע איז די לעצטע יארן געווען די לאבארטאריע ווי די טעסט האט זיך ארויסגעשטעלט קליפ און קלאר צו זיין א דורכפאל! יוסטיץ איז שלעכט, אבער זי איז דערווייל די איינציגע וועג!

די מענטאליטעט אז מיר לעבן אין אונזער געטא, מיר באהאנדלען אונזערע פראבלעמען אליין, האט עקספייערט און פראסקעט אונז אין פנים. די מענטאליטעט אז אונזערע מנהיגים ווייסן וואס זיי טוען, און מען קען פירן דעם ציבור מיט די ים האט געטענה'ט דרושים, אן אנרירן אונזערע גרעסטע פראבלעמען על ראשו ועל כרעיו ועל קרבו, ארבעט נישט!

ניין, משה ארי' פרידמאן דער ימח שמו'ניק, דער אכזר, דער מטורף ומסור וואס איז זיך מתאכזר צו זיין אייגענע מאמע, ווייב און קינדער איז נישט קלוגער, האט נישט מער ליב דעם ציבור, און איז נישט קיין בעסערער מנהיג ווי להבדיל בין קודש לחול בין אור לחושך דער הייליגער ליכטיגער רבי ר' לייבוש לייזער שליט"א, אבער די שאלה איז וואס קען מען טון אום תשע"ג? וואס קען מען טון ווען יעדער קוקט אויף אונז? ווען מיר האבן מער נישט קיין מויערן וואס נעמען אונז ארום!

ליידער לעבן מיר אין א צייט ווען ווי איך האב געזאגט איז די קארפעט דורכזיכטיג.

די פרשה פון משה יצחק נאה האט געהאט אונטער זיך אסאך שמוץ. ער איז נישט געווען קיין קרבן ציבור הי"ד, פאר זיין א איד, נאר איז געפאלן א קרבן פארן וויסן זאכן איבער א מאפיאנער, אדער פשוט פארן זיין אין די נישט ריכטיגע פלאץ און כאפן א קויל וואס איז געווען געאייגענט פארן מאפיאנער.

ניין, אידן האבן אים נישט געמארדעט, אבער א פינסטערע פרשה באהאלט זיך אונטער זיין מארד. די מיינונג פון די קהלה פירער איז ווארשיינליך געווען אז מען דארף פרובירן צו משתיק זיין די מעשה, און מען קען פארשטיין זייערע מאטיוון, שוגג, גרויסע משפחה, אומשולדיגע אידן וועלן ליידן, די משפחה פון נרצח וועט אומזיסט ליידן ; אבער מיט אזעלכע חשבונות גייט מען קעגן די יסודי היסודות פון די וועג וויאזוי די ציוויליזירטע וועלט ארבעט, וויאזוי מען גרונטעוועט אין אזוינע קרימינאלע פרשיות ביזן יסוד, אפשר איז בעסער אזוי, צו פארשטילן א פארווייטאגטע פרשה, אבער אין 2013 ארבעט דאס שוין נישט!

יא, ביי יחזקאל שמש האט עס געארבעט, מען האט פארדעקט א פרשה, אבער משה יצחק נאה איז שוין געשעהן א שיינע פאר יארן שפעטער.

אלע גוטע חשבונות קענען זיין אמת, אבער זיי ארבעטן נישט!

קוק אן די פרשה אין לאנדאן, איך גלייב אז די כוונות זענען זייער מעגליך גוטע, אבער קוק אן די מצב איז דאך על הפנים, די גאנצע שטאט איז איבערגעדרייט, די שענסטע אידן אין שטאט ווערן באטראכט ווי שותפים לדבר עבירה, די נאמנות אין די רבנות דמתא איז צעטראטן עד לעפר, עס קען נישט אזוי אנגיין!

קוק אן וויאזוי מיר האבן געהאנדלט וועבערמאן, אכט מענטשן זענען געווארן ארעסטירט וועגן אים, און ער האט באקומען 103 יאר, מיר האבן עס געהאנדלט פאצעריש, די ערגסטע וועג וואס איז שייך!

אונזערע מנהיגים מיינען גוט, אבער צו מאכן זיי א גוטע דזשאב?
אז דער מעגא-מעלעסטער איז אינדרויסן ווייל ער זינגט שיין קל-אדון און איז דער טאטע פון חיים יאנקל און קאזין פון משה, זיינע וויקטימס האבן שוין מאלעסטעט אנדערע, ותולדותיהם כיוצא בהם וחוזר חלילה, און מה שאין כן דער בטלנישער דאסקאלאוויטש איז אין דזשעיל, דאס איז א גוטע דוגמא אויף אונזער יושר וצדק, רחמים וחמלה.

איך קען אזוי אנגיין א לאנגע צייט, אבער הזמן יכלה והסומאטאכע לא יכלה.
הלוואי קענען מיר ווען קעיר נעמען פון אונזערע פראבלעמען אליין. אין א עולם התיקון, ווי מיר קלויבן אויס מיט דעמאקראטישע אידישע וואלן אפאר קלוגע מנהיגים און זיי ווערן גוט באצאלט (אויף די בוקס...) און באקומען מאכט צו קעיר נעמען פון אונזערע פראבלעמען פעסט און גרונטליך, וואלט געווען אן עולם התיקון, אבער ווילאנג עס געשעהט נישט, און רבנים נעמען קעיר פון זאכן דורך זאגן "אה, א וויכטיגע זאך טאקע, רוף מיר צוריק תיכף נאך ל"ג בעומר..." מוזן מיר גיין צו די אויטאריטעטען און מיר באגראבן זיך מיט יעדן טאג וואס מיר טוען עס נישט.

נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2013 12:26 pm
דורך נייגעריגער
בן תמליון האט געשריבן:
מיילעך האט געשריבן:ס׳איז מיר היינט אריינגעקומען אסאך חומר פון פלעמישע צייטונגען ווי זיי האבן שוין געשריבן אין יאר תשע״ה אז עס רעדט זיך קלאר נישט פון א ראסיסטישער מארד נאר פון א אינערע זאך. איך האף אי״ה נעקסטע וואך צו קענען ארויפלייגען און פארטייטשן.


מיילעך ביזטו משה אריה פרידמאן? יא אדער ניין?

אויף אזוי ווייט וואלט'ך אים נישט באשולדיגט!
אבער אפשר א מיני משה ארי' פרידמאן, אזויווי "זר'עלע" האט ארויסגעברענגט דא...

נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2013 12:32 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב רעדאגירט מיין תגובה, ווער עס האט עס געליינט בשעת כתיבתו זאל עס נאכאמאל איבערקוקן, איך האב זיך בעסער מסביר געווען

נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2013 12:39 pm
דורך חזקיהו המלך
דא קען מען דאונלאודען דעם " למען תדע" מסתם יעדע וואך,
http://ladaat.info/gilyonot.aspx

נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2013 12:51 pm
דורך זר זהב
געוואלד מ'נעמט פון מיר אוועק מיין אינאסענס! גנבים :-x

viewtopic.php?f=4&t=2256

נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2013 12:54 pm
דורך [NAMELESS]
זר זהב האט געשריבן:געוואלד מ'נעמט פון מיר אוועק מיין אינאסענס! גנבים :-x

http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=4&t=2256

לעבן ברענגט סורפרייזעס. לעבן איז נישט אזוי פויגלדיג. אשרי חלקם פון די וואס טרעפן עס אנליין און נישט אין געריכט הויז-שפיטאל-בית דין שטיבל וכדומה

נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2013 2:31 pm
דורך DotCom
לויט ווי איך געדענק איז די מעשה מיט נאה געווען אז ער איז געווען ערב פאר איינעם ט.... וואס האט געבארגט ריזיגע געלטער פון די מאפיא, דער ט.... האט נישט געצאלט און כמנהג המאפיא האבן זיי געהרגט דעם ערב אלס ווארענונג אז ער איז נעקסט.