בלאט 1 פון 4
פאפולערע יודישע אויסדרוקן
נשלח: פרייטאג מערץ 30, 2012 8:24 am
דורך קרעמער1
אפטמאל קען אויסקוקן ווי א פאפולערע זאץ האט נישט קיין הענט און פיס, אבער ווען מען דערגרונטעוועט זיך דערין זעהט מען פון וואו עס קומט במקורו.
למשל אויף דעם אויסדרוק "דא ליגט דער הונט באגראבן", זאגן מאנכע פשט אז דער אויסשפראך שטאמט פון דייטש וואו "הונדע" (Hunde) מיינט אן אוצר.
Da liegt der Hunde bargraben איז כפשוטו, דא איז באהאלטן דער אוצר. מיט דערצייט איז פון hunde געווארן hund-הונט. און פון דארט איז געווארן "דא ליגט דער הונט באגראבן".
(אזוי ווי איך קאן נישט דויטש, נעם איך נישט קיין אחריות דערויף).
וואס איז פשט אינעם אויסדרוק "איך האב דיר אין בוידעם"?
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 2:30 am
דורך חד גדיא
בוידעם אויסדרוק איז מסתמא ווייל דארט האלט מען זאכן וואס מ׳קעירט נישט דערפאר.
Re: פאפולערע יודישע אויסדרוקן
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 8:37 am
דורך איחוד פעלד
לא דובים ולא יער
איז פון א מעשה און נ"ך.
א שווארץ יאר?
גיי דיך צו אלע רוחות?
ער'ז געווארען א גאנצע שאץ מאץ?
קנאקערס?
שיסערס?
Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 11:00 am
דורך טעפל
חד גדיא האט געשריבן:בוידעם אויסדרוק איז מסתמא ווייל דארט האלט מען זאכן וואס מ׳קעירט נישט דערפאר.
כ'מיין אויך אזוי.
נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2012 12:56 pm
דורך מאמע לשון
און וואס איז "מיטן פוטים אראפ"? (בכלל איז עס פיטום אדער פיטער?!)
א נעכטיגער טאג
איך האב דיך אין בארד... (שטעלט אייך פאר א מגולח זאגט דאס..)
א מכה און א רעטעך
וכו' וכו'
נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2012 2:35 pm
דורך יידל
מאמע לשון האט געשריבן:און וואס איז "מיטן פוטים אראפ"? (בכלל איז עס פיטום אדער פיטער?!)
א נעכטיגער טאג
איך האב דיך אין בארד... (שטעלט אייך פאר א מגולח זאגט דאס..)
א מכה און א רעטעך
וכו' וכו'
און איך פלעג אלץ זאגן/הערן "איך האב דיך אין באָד".
אזוי אויך "א מכה אין א רעטעך" נישט "און א רעטעך". אדער א "מכה בדופן".
נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2012 3:05 pm
דורך מאמע לשון
באד מאכט נישט דעם אויסדרוק מער פארשטענדליך... (אדער איז עס גאר דער גאליציאנער חיתוך הדיבור פון אויסלאזן דעם ר')
און/אין, מען דארף זיין אין א בחינה פון רואים את הקולות צו זען דעם י' אדער ו',אבער העיקר איז וואס איז פשט פונעם אויסדרוק 'אידער וועי'?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 6:45 am
דורך מורינו הרב
די עלטערע דור פלעגט מער נוצן אידישע אויסדריקן. דער יונגער דור דארף זיך אביסל צולערנען.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 4:10 am
דורך מאמע לשון
די אינטערעסע און ווארימקייט צום שפראך בכלל ווערט אלס ווייניגער ביים יונגווארג, די אידן פונעם אלטן דור האבן זיך געזשאלעוועט מיט יעדן ווארט, געלעבט מיט יעדן אלטן אויסדרוק.
זיי האבן געלעבט מיטן שפראך ווייל דאס איז וואס זיי האבן געהאט.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:50 am
דורך על המחיה
פון וואנעט נעמט זיך די פאלגענדע אויסדריקען?
ער רעדט פאר פייער און פאר וואסער
קינד און קייט
סטראשע די גענז
רעדען צום לאמפ
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 3:38 am
דורך שמעקעדיג
זעה דא פאר נאך שאלות
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=823(זעה שאלה 9 און 19, צווישן אנדערע)
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 18, 2012 11:40 pm
דורך גוטזאגער
די אויסדריק פון קינד און קייט ווערט באהאנדעלט אין די מעלות פון תשרי ע"ג אינעם רובריק "מאמע לשון"
מיטען פיטום אראפ קען מען זאגען אז עס מיינט מיטען פיטער אראפ דהיינו אז ער איז אזא שלימזל אז ווען זיין ברויט פאלט אראפ פאלט עס אויף די זייט וואס עס איז ארויפ געשמירט די פוטער (און די צייטשריפט ע"ה איז געווען א בהאנדלונג אויב סאיז אמת אז עס פאלט אלעמאל אויף די פוטער זייט)
ווען מען רעדט פון שפראך איז גיט צו געדענקען אז במשך הזמן קען ווערן פאדרייט די ווערטעראון איך וועל אייך דא געבן צוויי ביישפילען:
יעדער פון אייך האט זיך שוין זיכער באגעגנט מיט די אויסדריק "בחור הזעצער" און עס מאכט וואונדערן צו די וואס האבען געדרוקט ספרים זענען טאקע נאר געווען בחורים ?
די ענטפער דערצו איז אז די אלע נעמען וואס מען האט געגעבן פאר די בית הדפוס האט געהאט אן פיזישען שייכות די ווארט "דריק" איז געקומען וויבאלד מען האט גענומען אותיות און אויסגעלייגט אויף א גראדע באורד און צוגעשרויפט די אלע אותיות צום באורד און אזוי האט מען עס ארויפ געלייגט אויפן פאפיר און פינעם "דריק" איז ארויסגעקומען א פארטיגע דף
יעצט דער וואס האט אויסגעשטעלט די באורד מיט די אותיות האט מען אנגערופען און די דייטשע שפראכע "בוכ זעצער" איז פון דעם געווארען "בוכער (בחור) הזעצער"
א צווייטע טערמין וואס עז איז געווארען פארדרייט איז די ווארט "נעבעך" וואס עס שטאמט פון ניט ביי אייך (לא עלינו) י
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 18, 2012 11:48 pm
דורך גוטזאגער
וואס מיינט לאכט און די פויסטען
סאיז דא פלאץ לרחצה
גיי ווי די שווארצע פעפער וואקסט
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 12:09 am
דורך גוטזאגער
גראדע טראכט איך אז די טעאריע קען יא שטימען וויבאלד מען האט עס נישט גערופען בלשון רבים און אלענפאלס
האב איך עס געהערט פון הר"ר סיני מוליבעצקי שליט"אי
און דאס וואס דו שרייבסט אז "נעבעך" איז נישט קיין אקאראנים נאר עס שטאמט פון פוליש וואלט איך געוואלט וויסען
פון וואסערע שורש עס שטאמט צו עס האט די זעלבע מיינונג ווי די שורש
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 12:30 am
דורך געפילטע פיש
יאנקל, 'ביכער' אין דויטש איז גראדע יא Bücher.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 12:50 am
דורך לאדיך אפ
יאנקל האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:יאנקל, 'ביכער' אין דויטש איז גראדע יא Bücher.
[url=Ü[/url] איז נישט [url=
נאך אלץ ענליך צו "בחור".
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 12:51 am
דורך געפילטע פיש
ס'טאקע נישט U אבער אויך נישט E, די פראנאונסיעשען אין גערמאניש איז בערך
Buecher.
לאדיך האקט, דיין לינק איז נישט גוט אויסגעקומען.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 12:56 am
דורך זר זהב
האלטס א רגע. 'גוטזאגער' זאגט אז ס'קומט פונעם דייטשן "בוכ זעצער". -- "בוך" איז א לשון יחיד, און אויף דייטש איז עס "buch" מיט א געהעריגן U. "ביכער" ווערט אין דייטש געשריבען מיטן אנדער'ן סארט U וואס הערט זיך מער ווי א חירוק.
Deutschland über alles
דויטשלאנד איבער אלעס
לפי"ז שטימט יא וואס גוטזאגער שרייבט
נשלח: מאנטאג אקטאבער 29, 2012 12:38 am
דורך געפילטע פיש
יעצט געזען א
מקור פארן אויסדרוק חוזק אין די לענג.
וועגן אפשטאט פון ״חוזק אין דער ברייט״ געפינען מיר אין ספר אורי וישעי
אליעזר הכהן(בערלין, תע״ד, 1714, פרק י, יח,/ב)
,
פון דעם דרשן ר׳ אברהט בר
אזא מעשה וואם מיר גיבן זי איבער אויף יידיש? ״דעד שוטה איז ערגער פון
א ממזר און א בן־הנידה. ווי אזוי? דערציילן מענטשן: דער ממזר און דער
שוטה זיינען געגאנגען צוזאמען. זאגט דער ממזר צום שוטה: היט זיר פון רעדן
נארישקייטן און זאג ניט אוים אז איד בין א ממזר, וועל איך ניט אויסזאגן אז
דו ביסט א שוטה. גוט — האט געענטפערט דער שוטה. זיינען זיי געקומען צו
אן אכסניא. זאגט דער ממזר: איך וועל גיין דער ערשטער און איד וועל זאגן
אז עם קומט נאך מיר א חכם, וועט מען אונת ביידן אויפנעמען מיט כבוד.
גוט — ענטפערט דער שוטה. דער ממזר האט אזוי געטאן. דער שוטה גייט נאך
אים און האלט זיין שטעקן אין דער ברייט. קען ער ניט דורכגיין דורד דער
טיר. האבן אלע אנגעהויבן צו לאבן. רופט זיר אפ דעד שוטה: דער ממזר האט
אייך שוין געזאגט אז איד בין א שוטה!״ עם זעט אויס אז פון דעם נעמט זיר
דער אויסדרוק: חוזק אין דער ברייט.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 12:17 pm
דורך שמעקעדיג
דער אשכול איז טאקע פאר פאפולערע "יודישע" אויסדרוקן, אבער מען קען אין ענגליש אויך טרעפן מאדנע אויסדרוקן.
זייער אסאך מאל לייען איך - סיי אידיש און סיי ענגליש - ארטיקלען מיט אינטרעסאנטע אויסדרוקן, צו וועלכע מיר זענען שוין אפשר צוגעוואוינט, אבער ווען מען טראכט אריין דערין איז עס מאדנע.
וואס מיינט "א גרינע דינסטאג"?
ווארטן א "יאר מיט א מיטוואך"?
אסאך מאל ווען עפעס איז מורא'דיג, איז פאראן 2 אויסדרוקן אין ענגליש,
1. JAW DROPPING, דהיינו די יאסלעס פון מויל צועפענען זיך גרויס מיט וואונדער
2. IT WILL KNOCK YOUR SOCKS OFF, דא בין איך אן לשון. קען דאס איינער מסביר זיין?
כ'האב נאך עטליכע, ווען כ'וועל מיך דערמאנען וועל איך צוריקקומען פרעגן.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 11:11 pm
דורך petergrifin
The idiom 'Knock your socks off!', came from the middle of the 19th century. It was used in relation to fighting with someone. Not only would you lose so badly your shoes would come off, but your socks would too. It was repeated through society in boxing rings and other competitive occasions.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 11:19 pm
דורך מנשה לוסטיג
איינרעדן זאלסטו מיין באבעס קאץ
א פייג אין הויזן
כ'האב דיך אין לינקע קעשענע [לינקע זאקן]
ס'האט עהם געהאלפן א רעטעך
א ראיה פון באבע חיה
וואס מאכסטו א מישקאט באבעלע
נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 8:19 pm
דורך ונבנתה העיר
איך האלט יעצט אינמיטן לייענען קווארטין'ס בוך
'מיין לעבן', זייער אינטערעסאנט און אפגעשריבן אין א זאפטיגע שפראך.
ווען ער האט געהאט א געשעפט בשותפות מיט זיין פלומעניק האט זיך דער לעצטער כסדר ארומגעקריגט מיט זיין שווער וועלכער איז געווען דארט אן איינגעשטעלטער:
מענשען זענען זיך אפט צוזאמענגעלאפן הערענדיג די שרעקליכע געוואלדען מיט די רוסישע "מי שברכ'ס" מיט וועלכע זיי האבן זיך איינע די אנדערע מכבד געווען.
היינט לייגט ער אראפ זיין חסידישן בעל אכסניא אין דער גאליציאנער שטאט יאראסלאוו:
דאס איז געווען א איד מיט א גראבן בויך, א לוסטיגער און מונטערער, און עס זעהט אויס אז ער האט זיך גארנישט גענומען צום הארצן וואס ביי אים אין שטוב האבן זיך ארומגעדרייט צוויי עלטערע בתולות, וואס ביידע צוזאמען זיינען זיי אלט געווען א פינף און זיבעציג יאר.