בלאט 1 פון 1

המן איז געווען א איד!!

נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2013 4:33 pm
דורך [NAMELESS]
המן איז געווען א איד!!

אסאך ראושנים ואחרונים פרעגן ווי אזוי האט מרדכי געקענט נעמען המנ׳ס הויז, מ׳טאר דאך נישט הנאה א האבן פון א עמלקי. 

רבי יונתן אייבשיץ שרייבט אין יערות דבש זייער אן אינטערעסאנטע זאך; 

ווי באקאנט האט זיך המן פארקויפט פאר א קנעכט פאר מרדכי ווען ער האט געדארפט געלט ביים מלחמה, און מרדכי האט דאס אויפגעשריבן אויף זיין שיך.

די הלכה איז אז א עבד כנעני דארף האלטן מצוות אזוי ווי די פרויען. במילא זאגט רבי יונתן, האט מרדכי גע׳טובל׳ט המן לשם עבדות. 

פארדעם האט מרדכי געקענט נעמען המן הויז, ווייל כל מה שקנה עבד קנה רבו.

די חיד״א און די חתם סופר טייטשן מיט דעם די פסוק כי הגיד להם אשר הוא יהודי. אז מרדכי האט געזאגט פאר אחשורוש אז ״המן״ איז א איד. 

פארדעם האט מרדכי אייביג געוויזן זיין שיך פאר המן, אים צו טשעפענען אז ער איז א איד.


מיט דעם זאגט אויך רבי יהונתן, האו אסתר געמעגט מאכן די סעודה פאר המן און אחשורוש, איי מ׳מעג קאכן יום טוב נאר פאר א איד און נישט פאר קיין גוי, (און אסתר האט געפאסט) און די סעודה איז דאך געווען פסח. נאר אזוי ווי מיר פריער געזאגט אז המן האט געהאט א דין ווי א איד, במילא האט זי געמעגט.

און נאך אין נושא, נאך שבת אי״ה.

נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2013 4:37 pm
דורך זר זהב
און וואס איז מיט א ברית מילה?

נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2013 4:50 pm
דורך יאיר
איך געדענק עפעס א מדרש אז המן האט נישט געוואלט ארויסגעבן די גזירה אויך אויף די עבדים פון די אידן ווייל ער איז אליין געווען אן עבד כנעני פאר מרדכי, און דערפאר זענען עבדים נישט מחוייב במקרא מגילה משום שלא היו באותה הנס.

נשלח: זונטאג פעברואר 24, 2013 8:52 am
דורך קאווע טרינקער
נעכטן האב איך דורך געלערנט וואס מו"ר אברהם קורמאן האט צו זאגן וועגן דעם עמלק, פלאי פלאים.
לויט ווי שרייבט איז המן נישט קיין איד.

נשלח: זונטאג פעברואר 24, 2013 10:43 am
דורך דענקער
קאווע טרינקער האט געשריבן:נעכטן האב איך דורך געלערנט וואס מו"ר אברהם קורמאן האט צו זאגן וועגן דעם עמלק, פלאי פלאים.
לויט ווי שרייבט איז המן נישט קיין איד.

אין א ניסל-שאלאכץ, וואס זאגט ער?

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 1:03 am
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:און וואס איז מיט א ברית מילה?

המן האטזיך נישט געלאזט.