בלאט 1 פון 1

שמחת פורים

נשלח: מוצ"ש פעברואר 23, 2013 7:20 pm
דורך [NAMELESS]
צו אלע טייערע ברודער און שוועסטער דא.

א שמחת פורים און א שמחת תמיד, כל הפושט יד נותנים לו. ענק האבן פויעלן אזוי סאך געלט ווי די אמעריקאנע חוב, אזוי סאך קינדער ווי המן (ווער עס וויל), און אזא אריכות ימים ווי משותלח.

שמחת פורים ושמחת תמיד.
ממי

נשלח: מוצ"ש פעברואר 23, 2013 7:25 pm
דורך [NAMELESS]
שקויעך פאר די ווארימע ברכות!!!
סעים טא יא, מיט טויזענטער קינדער (אויב די ווילסט) און טריליאנען דאלארס (אויב די ווילסט)

א פרייליכען ףורימ

נשלח: מוצ"ש פעברואר 23, 2013 8:53 pm
דורך שמעקעדיג
א פרייליכן פורים ברודער!
קומעך יעצט פון סמעדרעש, אהה, א קריאת המגילה, הימלען און טויערן דורכגעבראכן, עס קנאקט מוזיק אויף די גאסן, עס שפירט זיך ווי עס קומען השפעות און ישועות.. לאמיר אלע פרייליך זיין....

אוי הייליגער באשעפער.... מיר האבן דיר זייער ליב.... אוי אוי....

נשלח: מוצ"ש פעברואר 23, 2013 9:00 pm
דורך ידען
נישט ביי מיין שטאט.

איך בין נאך שבתדיג :(

נשלח: מוצ"ש פעברואר 23, 2013 9:05 pm
דורך לאדיך אפ
קנאקט מוזיק? כאנישט געהערט. א העפפפי פורים טא אל!

נשלח: מוצ"ש פעברואר 23, 2013 9:06 pm
דורך קאווע טרינקער
[center]
:!: :!: :!: :!: :!: :!: :!: :!: :!: :!:
מודעה מטעם אדונינו ה' ירום הודו קאווע טרינקער.

היות שהיום הזה, מיועד לשתות יין ולא קאווע
ע"כ לא יהיה מרן שליט"א בשטיבל עד לצאת הכוכבים דשושן פורים.
לשאלת מקשה יולדת, אפשר להתקשר דרך טעקס משעה 12:30 עד האלב-איינס.
:lol: פורים שמח :lol:
דבורה, חנה, ציפורי ורבקה[/center]

נשלח: מוצ"ש פעברואר 23, 2013 9:10 pm
דורך ידען
דבורי חני ציפי רבקי נעמען יא אויף פורים?
:)

נשלח: זונטאג פעברואר 24, 2013 8:40 am
דורך קאווע טרינקער
ידען האט געשריבן:דבורי חני ציפי רבקי נעמען יא אויף פורים?
:)

לא תחמוד אשת רעך, עבדו ואמתו שורו וחמורו וכל אשר לרעך

נשלח: זונטאג פעברואר 24, 2013 2:41 pm
דורך נולד מאוחר
כ'טריי מיך צי פארשטעלן התאחדות הרבנים מתקן זיין א פורים.
פערשטעלן שיכרן וואלט געווען א טענדלער געדאנק.
הללות שיכרות. סקען ציקומען צי אלע דריי הארבע עבירות. גריל אן ליע, פרעס טראק, שמאלע געפאסטע, גל פז....

נשלח: זונטאג פעברואר 24, 2013 2:45 pm
דורך געפילטע פיש
קאווע טרינקער האט געשריבן:
ידען האט געשריבן:דבורי חני ציפי רבקי נעמען יא אויף פורים?
:)

לא תחמוד אשת רעך, עבדו ואמתו שורו וחמורו וכל אשר לרעך

יד ל"אמה" תקצץ!

נשלח: זונטאג פעברואר 24, 2013 2:55 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:א פרייליכן פורים ברודער!
קומעך יעצט פון סמעדרעש, אהה, א קריאת המגילה, הימלען און טויערן דורכגעבראכן, עס קנאקט מוזיק אויף די גאסן, עס שפירט זיך ווי עס קומען השפעות און ישועות.. לאמיר אלע פרייליך זיין....

אוי הייליגער באשעפער.... מיר האבן דיר זייער ליב.... אוי אוי....

ס'זעט אויס אז דו האלטסט ווי יענע פוסקים וועלכע זאגן אז מ'מעג יא טרונקען פלוימען זאפט (שליוואוויטץ, בלע"ז) פאר'ן דאוונען.

נשלח: זונטאג פעברואר 24, 2013 10:54 pm
דורך שמעקעדיג
אוי רבותי... מיין קאפ דרייט זיך.... כאב ניש קיין כח...אוי אוי....

נשלח: זונטאג פעברואר 24, 2013 11:59 pm
דורך משה געציל
שמעקעדיג האט געשריבן:אוי רבותי... מיין קאפ דרייט זיך.... כאב ניש קיין כח...אוי אוי....

אוי שמעקי... דארפסט א היטש?

נשלח: מאנטאג פעברואר 25, 2013 12:11 am
דורך לעמאן דזשוס
פרעגאיךאייך, דארף מען ווארטן א גאנץ קייךעכיג יאר אויף דעם עדלאידע טאנת??! מיתן והיה יעדן זונטאג נאכט און טאקע טאנצן!!!


טשולדיגט די ספעלינג מעסטעיקס....דאס איז סמערסטע וואס כזעה אימפצט!

נשלח: מאנטאג פעברואר 25, 2013 1:00 am
דורך שמעקעדיג
בארכאשעם שוין אינדערהיים.! האום סוויט האום! שקויעך מוישעגעצל.
לעמאן דזשוס, יעך גיב דיר גערעכט, כהאלט אז יעדע שבת מברכים זאל מען זיך אנטרינקען כדבעי.

נשלח: מאנטאג פעברואר 25, 2013 4:19 am
דורך טעפל
אידען!! מ'האט זיך שוין אויסגעטשוכעט??

נשלח: מאנטאג פעברואר 25, 2013 11:28 am
דורך לעמיל
טעפל האט געשריבן:אידען!! מ'האט זיך שוין אויסגעטשוכעט??

עס קוקט נישט אויס אזוי די עולם דא שלאפט נאך

נשלח: מאנטאג פעברואר 25, 2013 11:50 am
דורך [NAMELESS]
דאס האב איך געשריבן לנעילת החג אין די אשכול "פורים קווענקלענישן" אבער אפשר באלאנגט עס ליבערשט דא:

אבי מען האט מיר טיטולירט אלס פורים רב, קוקט ווער האט אייך אונטערגעהאלטן דאס פורים? די צוויי טאלאנטפולע הומאריסטן, קאווע טרינקער מיט זיין זיסן, האלב ניוראטישן הומאר, און משה געציל מיט זיין קרטיקירנדע און ניכטערע בליק וואס קוקט אויף מענטשהייט ווי א ניכטערער צווישן שיכורים. איך, דער אזוי גערופענער פורים רב איז ניטאמאל געקומען אין שטיבל. ממש, תגא בלא מלכותא. און אייגענטליך מיט אזוינע צוויי שטיקער טאלאנט ווי קאווע טרינקער און משה געציל, אזוינע צוויי מעין דישעס פון גוטזאגעריי ווער דארף מיין לחם עוני?

על כל פנים, מיין פורים האט זיך דורכגעקוועטשט צווישן די משלוח מנות אומגליק, פון אניאגן אלע מלמדי תינוקות ופליטת בית סופריהם מיט האלב צעמאלענע משלוח מנות מטורח הדרך, זיך אפשאקלען פון די קליינע פאנדרעיזערלעך וועמען דער מנהל האט אנגעהעצט צו שאפן פאר די מוסדות הקדושים וואס ראנגלען זיך (העי, די מאכסט דאך מיליאנען פון די פאלשע קאמפיוטער-אינטערנעט פראגראם... די מיינסט איך ליין נישט די זשואיש וויק?) זיך אפטשעפען פון די שיכורים וואס א דאנק די מאלאגא וויין פירן זיי שוין א ראמאנס מיט גאט ברוך הוא. און אזוי ווייטער.

די ארגסטע טראגעדיע איז געווען ביי מיין שווער, ווען מיין שוואגער האט מחליט געווען צו זינגען "להתתוווודדדדעעע או אילהיייייגגגגאללללאווווייייס " דווקא אינעם תנוך אוזן הימנית פון קופערניקוס, און וען איך האב אים איידל מרמז געווען אז ער זאל גיין ווי בענדזשאמין-ראשעקאל שיקן ידידינו ר' הערשל'ען, האט ער אנגעהויבן שרייען "קופערניקוס, די מיינסט די מוזט זיין קאאל, ס'איז פורים, העי, קום טאנצן, ווייז דיין נשמה פנימית...... עד דלא ידע". פון גרויס ניכטערהייט און אנגעגעסנהייט האב איך אים א זאג געטון די היינטיגע מאדערנע ווערסיע פון "שלום עליך רבי ומורי" וואס גייט ווי פאלגענד "גא, -- יורסעלף" ווי נאר איך האב געזאגט דעם דאזיגן לחש (וואס ווערט נישט געברענגט אין רזיאל המלאך, אבער וואס געוויסע האלטן אז עס איז מרומז אין די באקאנטע לחש פון ישמח משה'נען "מען האט שוין גע'פאק'ט און געמוז"ל'ט") איז געווארן חושך מצרים, עס איז געווארן והעיר שושן נבוכה, מיין שבר איז געווארן בלאס, מיין פלונית'טע איז געווארן אומבאקוועם, און לא עברו ימים רבים און איך בין אהיימגעפארן אבל וחפוי ראש.

איך האב זיך פארבענקט אין די צייטן בהלו נרו של רבינו על ראשנו, אין די בעפאר-פליפן-הייזער עפאכע, ווען די ארבעטער פלעגן פורים נאך מגילה ליינען אנטין ס'קוטשמע, צאמנעמען די געבליבענע ניקעלס פון אונטערן טלית בייטל, און גיין אין דר'ארבעט אריין. אוי, גוטע צייטן געווען, אויסגעמיטן די משלוח מנות סומאטאכע און די גאנצע פורים טראגעדיע.

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 3:54 pm
דורך זר זהב
וואלט איך געווען א ספרדי וואלט איך נישט געהאט אזא שמחת פורים ביים מגילה הערן, אזוי אן די פורים ספיריט טעם, יויש

http://www.jdn.co.il/news/192270

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 4:18 pm
דורך יידל
חכם, ס'איז דאך פורים דמוקפים!

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 4:57 pm
דורך זר זהב
ווענעווער ס'איז סאונד עס מער ווי מגילת איכה

נשלח: מיטוואך מערץ 04, 2015 3:42 pm
דורך [NAMELESS]
א פרייליכן פורעם!!!