בלאט 1 פון 3

אריינשטעלן בילדער אין א הודעה

נשלח: פרייטאג מערץ 30, 2012 12:36 pm
דורך געפילטע פיש
שרגא האט געשריבן:וויאזוי שטעל איך אריין א בילד וואס איך האב אויפ'ן קאמפיוטער?

ס'דא אסאך אימעדש האוסטיג סייטס, דא איז איינער פון זיי וואס צ'ברויך נישט קיין קאנטע ביי זיי.
tinypic.com

נשלח: פרייטאג מערץ 30, 2012 12:42 pm
דורך שרגא
געפילטע פיש האט געשריבן:
שרגא האט געשריבן:וויאזוי שטעל איך אריין א בילד וואס איך האב אויפ'ן קאמפיוטער?

ס'דא אסאך אימעדש האוסטיג סייטס, דא איז איינער פון זיי וואס צ'ברויך נישט קיין קאנטע ביי זיי.
tinypic.com

ס'הייסט אז מ'מוז עס דוקא אפלאודן אנליין. אקעי. א דאנק.

אריינשטעלן בילדער אין א הודעה

נשלח: פרייטאג מערץ 30, 2012 1:50 pm
דורך Java
שרגא האט געשריבן:וויאזוי שטעל איך אריין א בילד וואס איך האב אויפ'ן קאמפיוטער?


איר קענט עס טון דורך tinypic אויב איר ווילט אבער עס איז דא א גרינגערע וועג דאס צו טון דירעקט פון קאווע שטיבל. עס פארמאגט די באזונדערע מעלה אז קאווע שטיבל ציילט וויפיל מאל דער בילד ווערט געזען.
פאלגנד זענען די אנווייזונגען:

ווען איר דרוקט אויף שלח תגובה, עפנט זיך אויף די ווינדאו אין וועלכער איר שרייבט די תגובה. סקראלט אראפ אונטערן תגובה קעסטל, וועט איר זען דאס:

add file tab.png
add file tab.png (6.13 KiB) געזען געווארן 9076 מאל

קליקט אויף די טעב אנגעצייכנט אין רויט. די פאלגענדע אויסוואל קומט ארויף:

choose file.png
choose file.png (9.18 KiB) געזען געווארן 9076 מאל


קליקט אויף choose file, און וועלט אויס דעם בילד פון אייער קאמפיוטער וועלכע איר ווילט ארויפלייגן. דאן קליקט דעם קנעפל:

add file.png
add file.png (9.18 KiB) געזען געווארן 9076 מאל


נאכן ארויפלאדענען די בילדער, וועט די ליסטע פון ארויפגעלאדנטע בילדער שטיין גלייך אונטערן תגובה קעסטל:

insert in line.png
insert in line.png (13.81 KiB) געזען געווארן 9076 מאל


אויב שיקט איר דעם תגובה ווי עס שטייט און גייט וועט די בילד ערשיינען אונטען פונעם תגובה. אויב ווילט איר דעם בילד אריינשטעלן אין דערמיט פון א תגובה, לייגט דעם קורסער אויפן ארט ווי איר ווילט אז עס זאל ערשיינען און דאן קליקט "הכנס בשורה".

נשלח: פרייטאג מערץ 30, 2012 1:53 pm
דורך שמואל הלוי
ווי גרויס איז די מערסטע וואס א בילד מעג זיין? וויפיל פיקסלס?

נשלח: פרייטאג מערץ 30, 2012 5:30 pm
דורך Java
שמואל הלוי האט געשריבן:ווי גרויס איז די מערסטע וואס א בילד מעג זיין? וויפיל פיקסלס?

דערווייל אומבאגרעניצט. מיט די צייט, ווען די הנהלה וועט שוין האבן א שטיקל באגריף וואס פארא בילדער דער עולם שטעלט ארויף, וועט עס ווערן אנגעשטעלט.

Re: אריינשטעלן בילדער אין א הודעה

נשלח: מוצ"ש מערץ 31, 2012 10:37 pm
דורך געפילטע פיש
Java האט געשריבן:
שרגא האט געשריבן:וויאזוי שטעל איך אריין א בילד וואס איך האב אויפ'ן קאמפיוטער?


איר קענט עס טון דורך tinypic אויב איר ווילט אבער עס איז דא א גרינגערע וועג דאס צו טון דירעקט פון קאווע שטיבל.

נישט געוויסט פון דעם פיעטשור, שכויעך.

נשלח: מיטוואך אפריל 04, 2012 2:09 am
דורך שרגא
Java האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:ווי גרויס איז די מערסטע וואס א בילד מעג זיין? וויפיל פיקסלס?

דערווייל אומבאגרעניצט. מיט די צייט, ווען די הנהלה וועט שוין האבן א שטיקל באגריף וואס פארא בילדער דער עולם שטעלט ארויף, וועט עס ווערן אנגעשטעלט.


א דאנק פאר די גוטע סערוויס און קלארע אנווייזונגען.
עס איז יא באגרעניצט, ווייל איך האב געמוזט קלענער מאכן דעם בילד עס צו קענען אריינשטעלן און עס האט מיר געמאלדן אז עס איז צו גרויס דער בילד (קען זיין ס'אזוי ביי דיפאולט)

נשלח: מאנטאג מאי 07, 2012 12:55 pm
דורך יואליש
וויאזוי ברענג איך אריין א בילד דא, נישט קיין לינק?

נשלח: מאנטאג מאי 07, 2012 1:17 pm
דורך שמואל הלוי
דרוק די קנעפל "רעאגיר", וועסטו האבן אונטן א אפציע "צולייגן א פייל" און ברענג עס אריין פון דיין קאמפיוטער.

אדער אויב די בילד ליגט שוין ערגעץ אויפן געוועב, דאן קאפי די URL אדרעס פונעם בילד (רייט קליק אויפן בילד וועסטו האבן די אפציע), און ביים שרייבן די תגובה ביי די אפציע אימעידזש לייג אריין די בילד.

נשלח: מאנטאג מאי 07, 2012 1:23 pm
דורך יואליש
כ'האב פרויבירט דיין צווייטע אפציע, מיטן לינק אויפן געוועב, און ס'האט געפאוסט א לינק, נישט דעם עצם בילד.

נשלח: מאנטאג מאי 07, 2012 1:29 pm
דורך שמואל הלוי
יואליש האט געשריבן:כ'האב פרויבירט דיין צווייטע אפציע, מיטן לינק אויפן געוועב, און ס'האט געפאוסט א לינק, נישט דעם עצם בילד.

זאג פונקטליך וואס דו האסט געטון ווייל עפעס האסטו נישט געטון ריכטיג.

נשלח: מאנטאג מאי 07, 2012 1:34 pm
דורך יידל
יואליש faq.php#f3r3

נשלח: מאנטאג מאי 07, 2012 1:40 pm
דורך יואליש
שמואל הלוי האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:כ'האב פרויבירט דיין צווייטע אפציע, מיטן לינק אויפן געוועב, און ס'האט געפאוסט א לינק, נישט דעם עצם בילד.

זאג פונקטליך וואס דו האסט געטון ווייל עפעס האסטו נישט געטון ריכטיג.


כ'האב געדריקט Img און אזוי איידעל פלאצירט די פאלגענדע לינק צווישן די הטמל קאוד.
http://oyveycartoons.files.wordpress.co ... esting.jpg

כ'האב יעצט פאראכטן די הודעה און ארויפגעלאדענט דאס בילד דורך מיין קאמפויטער. אבער אלס ילמדנו רבינו וויל איך וויסן דעם דרך קצרה.

נשלח: מאנטאג מאי 07, 2012 1:43 pm
דורך שמואל הלוי
פארוואס ביי מיר גייט עס יא?

בילד

נשלח: מאנטאג מאי 07, 2012 1:45 pm
דורך יואליש
דא קומט אריין מיין ווייטאג. ): :cry:

נשלח: מאנטאג מאי 07, 2012 1:45 pm
דורך שמואל שלום שלמה
יואליש האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:כ'האב פרויבירט דיין צווייטע אפציע, מיטן לינק אויפן געוועב, און ס'האט געפאוסט א לינק, נישט דעם עצם בילד.

זאג פונקטליך וואס דו האסט געטון ווייל עפעס האסטו נישט געטון ריכטיג.


כ'האב געדריקט Img און אזוי איידעל פלאצירט די פאלגענדע לינק צווישן די הטמל קאוד.
http://oyveycartoons.files.wordpress.co ... esting.jpg

כ'האב יעצט פאראכטן די הודעה און ארויפגעלאדענט דאס בילד דורך מיין קאמפויטער. אבער אלס ילמדנו רבינו וויל איך וויסן דעם דרך קצרה.

html קאוד ארבייט נישט. מ'דארף נוצן bb קאוד.

נשלח: מאנטאג מאי 07, 2012 1:52 pm
דורך שמואל הלוי
יואליש האט געשריבן:דא קומט אריין מיין ווייטאג. ): :cry:

האסט געדרוקט אויף IMG אדער אויף URL?

נשלח: מאנטאג מאי 07, 2012 2:04 pm
דורך Java
פאלגנד זענען די אנווייזונגען וויאזוי ארויפצושטעלן בילדער פון אנדערע וועבסייטס.

  1. קודם גייט צו דעם בילד וועלכע איר ווילט ארויפשטעלן און רייט-קליק דערויף. די פאלגענדע מעניו קומט ארויף (ווענד זיך לויט דעם בראוזער אבער עס איז בערך די זעלבע איבעראל). קליקט אויף copy image URL:
    img0.gif
    img0.gif (22.04 KiB) געזען געווארן 8923 מאל
  2. אינעם רעאקציע פענסטערל אין קאווע שטיבל דרוקט אויף די קנעפל "IMG" וועלכע געפינט זיך העכער דעם רעאקציע קעסטל:
    img1.gif
    img1.gif (17.65 KiB) געזען געווארן 8923 מאל
  3. פעיסט אריין די URL פונעם בילד און דרוקט אקעי.
  4. דאס גייט זיין וויאזוי די קאוד וועט ערשיינען אינעם הודעה:
    img5.gif
    img5.gif (19.2 KiB) געזען געווארן 8923 מאל
  5. לייגט צו טעקסט אונטער דעם אדער העכער דעם, און דאן שיקט דעם תגובה. די תגובה וועט ערשיינען מיט די בילד עמבעדעד דערין.

נשלח: מאנטאג מאי 07, 2012 7:36 pm
דורך אברעמעל
ס'איז כדי אנצומערקן, דאס איז בלויז ביי קראום.
ביי IE דארף מען גיין צו פראפערטי'ס, דארט איז דא א אפשען Address (URL)

נשלח: פרייטאג יולי 20, 2012 3:37 pm
דורך משה געציל
איז דא א מעגליכקייט ארויף צו שטעלען א בילד פון א איי פעד?

נשלח: פרייטאג יולי 20, 2012 5:38 pm
דורך געפילטע פיש
משה געציל האט געשריבן:איז דא א מעגליכקייט ארויף צו שטעלען א בילד פון א איי פעד?

שאר, כאפט א בילד פון א אייפעד און לייגט עס ארויף. אזוי:
בילד

דזשאוקס אסייד, איז די פיקטשער אויפן אייפעד לאקאל, אדער אנליין?

נשלח: פרייטאג יולי 20, 2012 6:39 pm
דורך זיידעטשקע
געפילטע פיש האט געשריבן:דזשאוקס אסייד, איז די פיקטשער אויפן אייפעד לאקאל, אדער אנליין?

פון אייפאן איז מסתמא די זעלבע הלכה. וויל איך דעמאלץ אויך וויסן. איך וויל וויסן אויב די פיקטשער איז אויף די פאון לאקאל.

נשלח: פרייטאג יולי 20, 2012 6:51 pm
דורך געפילטע פיש
זיידעטשקע האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:דזשאוקס אסייד, איז די פיקטשער אויפן אייפעד לאקאל, אדער אנליין?

פון אייפאן איז מסתמא די זעלבע הלכה. וויל איך דעמאלץ אויך וויסן. איך וויל וויסן אויב די פיקטשער איז אויף די פאון לאקאל.

וואס געשעט ווען דו קליקסט אויף " צולייגען א פייל" און דערנאך אויף "Choose file"?