גאלדלאקס און די דריי בער'ס (לכבוד פורים)
נשלח: זונטאג פעברואר 24, 2013 2:29 pm
אין א ווארעמע שבת נאכמיטאג איז א אינגל מיטן נאמען חיים גאלדלאקס געגאנגען באזוכן זיינע חבר לייבל בער. ער האט געקלאפט אויפן טיר אבער קיינער האט נישט געענפערט. גאלדלאקס האט געעפנט די טיר און איז ארייןאין די קאך פון משפחת בער. אויפן טיש זענען געווען דריי באקסעס טשיריאס. ער האט געטשעקט די ערשטע באקס און געזען אז סהאט נאר א OU. "זיי זענען צי מיקל", האט ער געזאגט. ער האט געקוקט די צווייטע באקס און ער האט געזען אז סהאט א בד"ץ הכשר."זיי זענען צו מחמיר", האט ער געזאגט. נאכדעם האט ער געקוקט די דריטע באקס און געזען אז סהאט א וואלאווע. "דאס איז פונקט גוט" האט ער געזאגט און ער האט אויפגעגעסן די גאנצע באקס. נאכדעם איז אריין אין די דיינינג רום און געזען דריי שטענדערס מיט ספרים. ער האט געקוקט אויף איינס און געזען אז ס'האט א שב שמעתתא. "דאס איז צי טיעף" האט ער געזאגט. ער האט געקוקט אויף די צווייטע און געזען אז ס'האט א פסקי תשובות. "דאס איז צי פלאך" האט ער געזאגט. נאכדעם האט ער געקוקוט די דריטע און ער האט געזען אז עס האט א משנה ברורה. "דאס איז פונק גוט" האט ער געזאגט. און ער האט זיך גענומען לערנען. ער האט געלערנט אזוי פלייסיג אז די שטענדער האט זיך צובראכן. "יעצט איז עס מקוצה" האט ער געזאגט. ער האט געלאזט אלע שטיקלעך אויפן ערד און ער איז ארויפגעגאנגען צו די שלאף צימער. די ערשטע בעט איז געווען פון מזרח צו מערב. "דאס איז קעגן די שלחןערוך", האט ער געזאגט. די צווייטע בעט איז געלעגן פון דרום צו צפון. "דאס איז קעגן די זוהר", האט ער געזאגט. די דריטע בעט איז געווען פון צפון צו דרום. "דאס איז ווי די משנה ברורה'ס פסק! ספונקט גוט". און ער האט זיך געלייגט שלאפן דארט. מר. בער און זיינע צוויי זון חזקי און לייבל זענען אהיימגעקומען. "איינער האט געבאבערט מיין סיריעל" האט מר. בער געזאגט. "איינער האט געבאבערט מיין סיריעל" האט חזקי בער געזאגט. "און איינער האט געבאבערט מיין סיריעל און עס אינגאנצן אויפגעגעסן" האט לייבל בער געזאגט. נאכדעם זענען זיי אריין אין די דיינינג רום. "איינער האט געבאבערט מיין שב שמעתתא", האט מר. בער עגזאגט. " איינער האט געבאבערט מיין פסקי תשובות" האט חזקי בער געזאגט. %און איינער האט געלערנט און יין מזנה ברורה און צובראכן מיין שטענדער. נאכדעם זענען זיי ארויף צו די שלאף צימער. "איינער האט געקוקט אויף מיין בערט" האט מר. בער געזאגט. "און איינער האט געקוקט אויף מיין בעט" האט חזקי בער געזאגט. "און איינער האט געקוקט אויף מיין בעט און ער שלאפט אין עס" עאט לייבל בער געזאגט. מר. בער האט אויפגעוועקט גאלדלאקס. "כזע אז דו האסט גענונען די גוטע הכשר, האסט געלערנט די גוטע ספר און האסט גענומען די בעט וואס פאלגט די פסק פון משנה ברורה. ווילסט ווערן מיין איידעם?". "ראטעוועט!" האט גאלדנלאקס געשריגן. און ער איז ארויסגעלאפן פון בעט און אהיימגעלאפן און קיינמאל נישט צוריקגעגאנגען.