בלאט 1 פון 3
שושן פורים
נשלח: מאנטאג פעברואר 25, 2013 11:41 am
דורך ידען
פורים האט קיינער נישט געשריבען ווייל מע איז געווען ביזי אבער שושן פורים האט מען מער צייט און מע שיכורט נישט,
וואס איז די מנהגים פאר שושן פורים?
אין וויליאמסבורג גייט מען אנגעטוהן יו”טדיג. כאב געהערט אז נישט איבעראל גייט מען אזוי אנגעטוהן.
ווער ווייסט?
און וואס טוהט זיך מיט די סעודות?
עפעס א יו”ט איז עס?
נשלח: מאנטאג פעברואר 25, 2013 11:44 am
דורך לעמיל
א אנדרע שאלה האב איך, בין איך די איינציגסטע קאקא דא וואס ארבעט געהעריג היינט?
נשלח: מאנטאג פעברואר 25, 2013 11:56 am
דורך ידען
לעמיל האט געשריבן:א אנדרע שאלה האב איך, בין איך די איינציגסטע קאקא דא וואס ארבעט געהעריג היינט?
איך ארבעט
כאב נעכטען אויך געארבעט אבער נאר אביסעל.
נשלח: מאנטאג פעברואר 25, 2013 12:01 pm
דורך לעמיל
ידען ניחמתני
נשלח: מאנטאג פעברואר 25, 2013 1:39 pm
דורך שמעקעדיג
איך ארבעט אויך געהעריג שושן פורים.
נשלח: מאנטאג פעברואר 25, 2013 1:41 pm
דורך משה געציל
די בעסטע זאך איז צו ארבעטן שושן פורים, דער עולם דרייט זיך ארום אין ביהמ״ד פארכמארערט אבל וחפוי ראש, מען שאקעלט דעם קאפ זייער מילד. קוקט אויס ווי תשעה באב פאר כל נדרי.
נשלח: מאנטאג פעברואר 25, 2013 1:50 pm
דורך לעמיל
משה געציל האט געשריבן:די בעסטע זאך איז צו ארבעטן שושן פורים,
איך האב אויך אזוי געמיינט אמאל איך בין עלטער געווארען בין איך קלוגער געווארען
נשלח: מאנטאג פעברואר 25, 2013 1:57 pm
דורך [NAMELESS]
ווי איז אינטערעסאנט צו גיין זעהן היינט נאכט?
נשלח: מאנטאג פעברואר 25, 2013 2:00 pm
דורך לעמיל
און ווילי איז דא א פלעי ביי די דינובע טיש איך מיין אויך ביי קראלע רביס טיש
נשלח: מאנטאג פעברואר 25, 2013 2:14 pm
דורך boxcover
לעמיל האט געשריבן:משה געציל האט געשריבן:די בעסטע זאך איז צו ארבעטן שושן פורים,
איך האב אויך אזוי געמיינט אמאל איך בין עלטער געווארען בין איך קלוגער געווארען
איך האב אויך אמאל געמיינט אז זינט איך בין עלטער געווארען, בין איך אויך קלוגער געווארען, אבער ס'שטעלט זיך ארויס אז גיין ליידיג איז נישט בעסער ווי ארבעטן.
נשלח: מאנטאג פעברואר 25, 2013 2:16 pm
דורך boxcover
ידען האט געשריבן:און וואס טוהט זיך מיט די סעודות?
עפעס א יו”ט איז עס?
אין די רמ"א שטייט (או"ח סי' תרצ"ה) אז אין שושן פורים איז מען מחויב אביסל משתה ושמחה, און אזוי פירט מען זיך. מען זאגט אויך נישט קיין תחנון.
נשלח: מאנטאג פעברואר 25, 2013 2:34 pm
דורך לעמיל
boxcover האט געשריבן:לעמיל האט געשריבן:משה געציל האט געשריבן:די בעסטע זאך איז צו ארבעטן שושן פורים,
איך האב אויך אזוי געמיינט אמאל איך בין עלטער געווארען בין איך קלוגער געווארען
איך האב אויך אמאל געמיינט אז זינט איך בין עלטער געווארען, בין איך אויך קלוגער געווארען, אבער ס'שטעלט זיך ארויס אז גיין ליידיג איז נישט בעסער ווי ארבעטן.
איך מיין אז שושן פורים איז דא גענוג וואס צו טין אז מ'זאל נישט דארפען גיין ליידיג
נשלח: מאנטאג פעברואר 25, 2013 3:06 pm
דורך ידען
לעמיל האט געשריבן:ידען ניחתמתני
יעצט פריי איך מיך צו ארבעטען
נאך א מזל אז מיין באס לאזט מיך שרייבען און זיין אויפען קאמפיוטער אויב כאב גענדיגט מיין ארבעט
נשלח: מאנטאג פעברואר 25, 2013 3:12 pm
דורך לעמיל
אונז וועלען דיך קומען העלפען אז דו זאלסט שנעלער ענדיגען אז דו זאלסט שנעלער קענען שרייבען דא
נשלח: מאנטאג פעברואר 25, 2013 3:43 pm
דורך נייגעריגער
ארבעטן איז טאקע זייער א גוטע זאך, און איך ארבעט אויכעט היינט!
אבער.....
כ'האב געזעהן צוברענגן בשם דער ר' הערשעלע מזידיטשוב אז שושן פורים איז נאך אפילו א העכערע טאג פון פורים זעלבסט, פורים אויב טרינקט מען וויין איז עס כאילו מ'וואלט געפאסט א וואך משבת לשבת, און אויב טרינקט מען שושן פורים איז עס אזוי ווי פאסטן צוויי וואכן משבת לשבת!!!
סאו, לאמיר אלע זיין פרייליך
נשלח: מאנטאג פעברואר 25, 2013 3:48 pm
דורך [NAMELESS]
ער מיינט עס ערענסט. נאך א הענגאווער פון פורים קען מען נישט עסן א גאנצע וואך, טרינקען היינט אויך? מיין מאגן גייט נקמה נעמען אין מיר 2 גאנצע וואכן. ער האט עס געמיינט ערענסט.
נשלח: מאנטאג פעברואר 25, 2013 3:49 pm
דורך לעמיל
ממי_שאמרו האט געשריבן: מיין מאגן גייט נקמה נעמען אין מיר 2 גאנצע וואכן. ער האט עס געמיינט ערענסט.
2 גאנצע וואכען??? טשעק דיך אויס
נשלח: מאנטאג פעברואר 25, 2013 3:49 pm
דורך געפילטע פיש
ס'דא וואס פירן זיך צו וואשן היינט, ספעציעל אויב איז מען שמוציג געוועארן נעכטן.
נשלח: מאנטאג פעברואר 25, 2013 3:54 pm
דורך קאווע טרינקער
געפילטע פיש האט געשריבן:ס'דא וואס פירן זיך צו וואשן היינט, ספעציעל אויב איז מען שמוציג געוועארן נעכטן.
מ'וואשט זיך צו געפילטע פיש?
ס'גייט עפעס נישט די לייק קנעפעל. און פטור ולא כלום האלט דאך דער רבי אי אפשר
נשלח: מאנטאג פעברואר 25, 2013 4:01 pm
דורך געפילטע פיש
ניין, מ'וואשט זיך אפ פון די געפילטע פיש.
נשלח: מאנטאג פעברואר 25, 2013 4:40 pm
דורך זר זהב
לעמיל האט געשריבן:ידען ניחתמתני
כתיבה
וחתימה טובה
נשלח: מאנטאג פעברואר 25, 2013 5:02 pm
דורך לעמיל
זר זהב האט געשריבן:לעמיל האט געשריבן:ידען ניחתמתני
כתיבה
וחתימה טובה
הא???
נשלח: מאנטאג פעברואר 25, 2013 5:58 pm
דורך געפילטע פיש
האסט געשריבן ניחתמתני, מלשון ונחתום בטבעת המלך, האט ער דיר געווינשען א חתימה טובה.