בלאט 1 פון 6
אסיפת הסברה "חנוך לנער"
נשלח: פרייטאג מערץ 30, 2012 6:51 pm
דורך אךשמח
דער עתיד פון אונזערע קינדער גייט געראטעוועט ווערן!
אזוי אנטשפרעכט א מעלדונג אינעם דבר יום ביומו איבער אן אסיפה וואס גייט בקרוב פארקומען איבער די שעדליכקייט פון ליין מאטעריאל וואס איז א געפאר פארן חינוך פון אונזערע קינדער.
סטעי טונד!
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
נשלח: זונטאג אפריל 01, 2012 2:40 am
דורך דבילה
דאכט זיך אז דאס איז דער זעלביגער גרויסארטיגע אסיפה וואס גייט פארקומען אין סיטיפילד. ס'זעט אויס ווי די עסקנים גיבן זיך נישט קיין עצה אליין האבן זיי געשאפן אליאנסן מיט נאך עסקנים פון אנדערע מערכות. נאך אפאר מערדז'ערס זענען אויף די אג'ענדא. קען זיין מציצה בפה, קען זיין הדרת נשים אין א"י. ווארטס געדולדיג און האלטס מיט די פאן
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
נשלח: זונטאג אפריל 01, 2012 8:01 am
דורך אבי גערעדט
דאס איז א פראדשעקט פונעם בעל kdc קאמערא, אין אלע זיינע פינגערפרינטס זענען די בעסטע עדות
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
נשלח: זונטאג אפריל 01, 2012 11:47 am
דורך אךשמח
מה ענין שמיטה?
וואס האט ליין מאטעריאל מיט א קאמערא צו טון?
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
נשלח: זונטאג אפריל 01, 2012 12:13 pm
דורך אבי גערעדט
אנטשילדיגט, האב איך געמיינט די רעדסט פון א אנדערע אסיפה וואס קומט פאר חול המועד פאר מלמדים איבער די טעכנעלאגיע
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
נשלח: זונטאג אפריל 01, 2012 1:26 pm
דורך [NAMELESS]
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
נשלח: זונטאג אפריל 01, 2012 9:39 pm
דורך עסן עסט'זיך
די ליידיגייערס האבן נישט וואס צי טאן? זאלן זיי מאכן א פארטעסט ביי אבי ראזן און לאזן אידן צירי
די וויפילטע בין הזמנים איז עס וואס זיי מאכן שוין אסיפות חרמות, הפגנות און משוגעתן
א נארמאלע טאטע לאזט נישט א קינד גיין צו אזאנע מיטורפים
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
נשלח: מאנטאג אפריל 02, 2012 3:34 pm
דורך בן-זומא
איך וואלט פארגעשלאגן אז א פלאקאט וואס רופט צו סיי וואספארא מעשים זאל מוזן אונטערגעשריבן ווערן פון די נעמען וואס שטייען אונטער דעם. אויב די שרייבערס און ארגאניזירערס וועלן זיך מוזן אידענטיפיצירן, וועלן די מערכות אנהייבן טראגן א מענטשליכן פנים, א ניס מיט א הוס וועלן נישט פארוואנדלט ווערן אין סכנות פאר אונזער עתיד, די לשונות וועלן אנהייבן זאגן עפעס אנשטאט באזילבערטע מליצות באין אומר ואין דברים, און מענטשן וועלן וויסן מחלק צו זיין פון שלשול מערכות ביז ערנסטע פראבלעמען.
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 10:41 pm
דורך [NAMELESS]
איך פארשטיי נישט פארוואס קאנטינענטעל לאזט זיי האוסטן אזא איווענט אין זיין זאל? וואלט די שטערן אמאל געהאט א ארטיקל קעגן הירש און זיין זאל?? פארוואס זאל ער ערלויבן אזא זאך קעגן די שטערן??
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2012 10:21 am
דורך משה געציל
פאנגט שוין אהן שמעקן וואו עס ליגט דא פארשטעקט פריוואטע אינטערעסן, היינט צופרי געזעהן אין ביהמ"ד א פרישע מודעה אז עס גייט פארקומען אויפען פלאץ א גרויסע עקספא פון די אלע א.ג. כשר'ע ליין מאטריאל אין אויסגאבעס, קוקט אויס אז דער שטערן טוט זיי שטארק שטערן אין ביזנעס...
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2012 11:00 am
דורך בן-זומא
טיפיקל. זיי בארגן אויס די הייליגסטע, האקעלסטע קאנצעפטן פאר יעדער נארישער מערכה אויף דער וועלט. אפילו דער שטערן זאל באמת זיין א פראבלעם - אפילו א גרויסע פראבלעם - איז עס נישט גענוג צו פאמפען מיט "למען עתיד דורותינו" לאזונגען. ס'איז פונקט ווי איינגאנזשירן א פלאטע טאנקען צו הרג'ענען א פליג.
איך גלייב נישט אז די אסיפה וועט אויסמאכן עפעס ממשות'דיג. איך גלייב אבער אויך אז אויב וועט "עתיד דורותינו" באמת זיין אין א סכנה, וועט א נייע שפראך מוזן באשאפן ווערן אז עולם זאל פארשטיין וואס קומט פאר.
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2012 11:37 am
דורך הדד בן בדד
א ליצנות און געלעכטער הייבן ניטאמאל אן צו מסביר זיין וואס דא קומט פאר. ליצים און ליידיגייער האבן נישט וואס צו טוען מיט די צייט, די עסקנים פון סיטיפיעלד פארנעמען צופיל ארט אויפן אויבנאן פון דעם ציבור'ס געדאנקען, און די וועלכע עס שמעקט נישט די מערכה, אדער האבן נישט מצליח געווען צו ווערן פון די שוויצערס דארט, גייען אין א מלחמה קעגן זיי, מיט אן אייגענעם איניציאטיוו למען עתיד דורותיהם (זייט וועט טייטשט דורות "געלט").
נו נו, ס'זאל זיי וואויל באקומען. אסאך הצלחה.
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2012 12:20 pm
דורך אךשמח
ס'דא נאך אפאר שטארקע בילדער וואס איז היינט ארויסגעקומען.
איך האב שוין אין מיין יונגען לעבן מיטגעהאלטן אסאך מערכות (אן אפטע ערשיינונג אין הייליגן וויליאמסבורג) אבער דער מערכה פאר די אסיפה 'חנוך לנער' איז עפעס אויסער ווי געווענליך, און די געלט וואס ווערט פארשוועמט דערפאר מוז גרייכן אין די הויכע נומערן.
איך וועל אוודאי נישט גיין צו אזעלכע כינוסים (אפי' ווען מיין נייגער ברענט אין מיר) וואס איז קלאר שלא לשם שמים און האט נישט קיין מקום ביי ערליכע אידן, אבער אין וויליאמסבורג איז אלעס אנצונעמען. וואס האט דען די תורה א דיעה בכלל אין דעם שטאט?
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2012 2:12 pm
דורך גדעון
קיינער פארדינט נישט קיין כבוד פון דער מעמד אויב עפעס בזיונות, די איינציסטע סיבה פארוואס דער כינוס לשם שמים ווערט גערופן איז ציליב דער עתיד פון אונזערע קינדער, אדרבא לאמיר הערן די זש'יניעס תירוצים פארוואס מ'מאכט דעם מעמד ווי די מחנכים פון "ענקערע" קינדער גייען ארימרעדן פון זייער ערפארונג וואס סשלעפט אוועק קינדער און בחורים פון די גמרות, ווי האטליינס, גויאיש-אידישע ליין מאטריאל אא"וו.
דער עקספאו גייט זיין א גרויסע אויסוואל פון אידישע ביכער און כשר'ע ליין מאטריאל אזאלעכע וואס פארכאפט נישט די קעפ פון די קינדער אבער איז יא אינטערעסאנט און ציענד, וואס וועט דינען אלס אלטערנאטיוו פאר די וואס זוכן וואס צו געבן צו ליינען פאר די קינדער אין די ליידיגע צייט. אזוי אויך גייט זיין א דיסקאונט (נתנדב) פאר די וואס ווילן סובסקרייבן פאר די ריינע אויסגאבעס,
די אסיפה איז נוטראל, רבנים ומנהלים פון "אלע" מוסדות האבן זיך ציגעשטעלט, בלויז אנצומערקן: איינע פון די דרשנים גייט זיין פון די פאפא קהילה,
(אינטערעסאנט דא זוכט מען פריוואטע אינטערעסן פון אינטער דער ערד אבער דאס אז ש. ר., בערגער און נאך שרייבער האבן א פינאנציעלע אינטערעסע דאס גלייבט זיך שוין נישט)
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2012 2:18 pm
דורך אורח
פאר די אלע וואס האבן א פראבלעם מיט "וויליאמסבורג", דער בעלזא רבי האט שוין פאר פינעף און צוואנציג יאר צוריק געזאגט אז וויליאמסבורג איז א עיר הנידחת, שוין צייט צו מאפען קיין בארא פארק אדער מאנסי
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2012 2:20 pm
דורך שמואל הלוי
אורח האט געשריבן:פאר די אלע וואס האבן א פראבלעם מיט "וויליאמסבורג", דער בעלזא רבי האט שוין פאר פינעף און צוואנציג יאר צוריק געזאגט אז וויליאמסבורג איז א עיר הנידחת
טראצדעם איז דא דארט א בעלזער שטיבל.
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2012 2:24 pm
דורך זר זהב
א עיר הנדחת, ווייל ס'האט אים אוועקגעשטיפט, גוט.
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2012 7:43 pm
דורך nescafe
א אויטא מיט א מייק גייט יעצט ארום די שטאט, אז מארגען נאכט........
נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2012 9:11 pm
דורך דעינעש
כ'ווייס נישט פ"וו, אבער עפעס דערמאנט מיר די אויסגערופעכטץ פין לאקאלע באהערדע וואלן עפאכע,
אפשר ווייל עס זענען ביידע אויפ'ן זעלבע מכיוון ..!?
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2012 10:07 pm
דורך משה געציל
גדעון האט געשריבן:(אינטערעסאנט דא זוכט מען פריוואטע אינטערעסן פון אינטער דער ערד אבער דאס אז ראלניצקי, בערגער און נאך שרייבער האבן א פינאנציעלע אינטערעסע דאס גלייבט זיך שוין נישט)
ב"ה מען האלט שוין אויף א וועג גדעון איז שוין מסכים אז זיי האבען ס"ה "פונאנציעלע" אינטערעסן, און נישט וואו עס האט זיך געליינט אין די פאשקעוויל -וואס די אנאנעמיס גרופע אונטערן נאמען "המעוררים" האבען ארויסגעשיקט- אז עס דארף צו הייסען אז די רבנים האבען גובע עדות געווען אז דר. ראלינצקי האט קלאר געזאגט אז ער האט אן אנדערע אגענדע מיט די גאנצע שרייבעריי...
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 12:26 am
דורך הדד בן בדד
אורח האט געשריבן:פאר די אלע וואס האבן א פראבלעם מיט "וויליאמסבורג", דער בעלזא רבי האט שוין פאר פינעף און צוואנציג יאר צוריק געזאגט אז וויליאמסבורג איז א עיר הנידחת, שוין צייט צו מאפען קיין בארא פארק אדער מאנסי
ליובאוויטשער רבי האט עס דאכצעך שוין געזאגט נאך פריער
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 11:00 am
דורך אבי גערעדט
אינעם היינטיגן "דער איד" דער אפיציעלער/אומאפיציעלער ארגאן פון די טערער באנדע איז נישט דערמאנט אפילו ברמז קיין כל שהוא איבער די היינט נאכטיגע אסיפה, עס איז גאר גאר אינטערעסאנט וואס די פשט דערפון איז, האבן זיי אויך איינגעזען מיט וועם זיי האבן דא צוטאן? הלוואי והלוואי. אין אנדערע נייעס איז ערשינען אין בלאט א שארפע ארטיקל קעגן די שוידערליכע אימדערהערטע זלזול תלמוד חכם מיט די פאשקעוויל וואס איז אנגעקומען אויף די פאסו פארגאנגענעם יום טוב.
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 12:00 pm
דורך אבי גערעדט