דור שכולו זכאי או דור שכולו חייב

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

דור שכולו זכאי או דור שכולו חייב

שליחה דורך שמעקעדיג »

אסאך שטעלן זיך שוין אויף דעם חז"ל, ווי אזוי איז מעגליך אז משיח וועט נישט קומען אדער בדור שכולו זכאי אדער בדור שכולו חייב, לכאורה איז דאך די 2 כרחוק מזרח ממערב, און בכלל קיין איינע פון די איז דאך נישט שייך, ס'קען נישט זיין פשוט פשט.

מיין איך בדרך פורים קען עס מסביר זיין אזוי. איך האב שוין מערערע מאל ארויסגעברענגט מיין אנטריסונג אויף דעם התנהגות פון אונז אידעלעך, וואס האבן נישט קיין פראבלעם דערמיט אז אנדערע אידן, אונזערע ברודער, שמאכטן אין די אמעריקאנער טורמעס, נאר זינגען דעם אויסגעדראשענעם פזמון "you do the crime, you do the time", אן אריינגיין אין דעם פעלערהאפטיגן און צווייפלהאפטיגן יוסטיץ סיסטעם, איז איינער וואס זאגט דאס מוז זיין פארזינקען גאר נידריג.

איך רעד נישט יעצט פון איינעם וואס איז באמת א סכנה פאר די גאס אדער די יוגענט, איך וויל נישט צוריק אויפרייסן די האלב פארנייטע-האלב פארלאטעטע סומא-טאכע, דארט קען מען דן זיין, אבער אידן וואס זיצן פאר פשוט'ע ווייט-קאלער קריימס פאר צענדליגער יארן, איז דאך ממש נישט שכל'דיג ווי אזוי מענטשן (?) קענען זיין אזוי מאדנע "קארעקט", און פארטיידיגן די זינלאזע משפטים בל ידעום.

כלפי מה דברים אמורים? איך האב געהערט פון ערשט-האנטיגע אינפארמאציע אז עסקנים זענען ארומגעגאנגען דעם פורים נאך געלט פאר משפחות פון ארעסטאנטן, און אויך צו קענען שיקן עפעס געלט פארן ארעסטאנט אליין, וואס איז, כידוע, א גרויסע הילף. איך רעד דא פון משפחת ר' מרדכי יצחק סאמעט הי"ו, וואס זיצט שוין בערך 12 יאר (און האט נאך צו גיין מער ווי דאפעלט!), פאר א גניבה וואס איז שוין צוריקגעצאלט געווארן, און די ריכטערין האט בשעת'ן פראצעס קלאר געזאגט אז זי גיט אים די הארבסטע שטראף וואס ס'איז שייך כדי אים צו לערנען טאנצן, און ווייל ער איז א איד, און ער האט געזאלט וויסן בעסער, א.א.וו.

פארציילט מיר איינע פון די עסקנים, אז פילע "בעלי צדקה" האבן געוואלט וויסן "פארוואס זיצט ער"? אה, גניבה? "זאל ער זיצן"! ער האט זיך עס ערליך פארדינט! (עפ"ל!!). אנדערע האבן נאך גרויסע מוטשענישן געגעבן אפשר א צענער, "יוצא צו זיין" בעל כרחם.

איך גיי נישט בארעכטיגן קיין גניבות, אבער איך טראכט מיר אזוי צוריק, במשך די דורות אין היסטארי פון כלל ישראל איז כסדר געווען שווינדלערייען, וויפיל מעשיות האבן מיר שוין געלייענט פון אמת'ע ערליכע אידן וועלכע האבן נישט געהאט קיין לחם לאכול און בלית ברירה געמאכט א אויסנאם צו אונזער מדת היושר און געמוזט שווערצן ביים גרעניץ אדער דרייען ביים פארקויפן די בראנפן אין קרעטשמע, און אסאך דערפון מיט די פולע גוטהייסונג פון צדיקים אמיתיים, וועלכע האבן פארשטאנען אז אין גלות קומען די השפעות פארן איד דורכן גוי, דורך געדרייטע וועגן, קיינמאל האט מען נישט אראפגעקוקט די סארט אידן, מען האט פארשטאנען אז נויט האט געבראכן אייזן, און טראץ דעם ווילן צו זיין ערליך, האט מען געמוזט צוקומען צו א דריידל דא-און-דארט, (ווי דעם באקאנטן ווארט, "ואם שלש אלה לא יעשה לה", אויב מאכט מען נישט קיין "דריידל", ויצאה חנם אין כסף, בלייבט מען מיט ליידיגע טאשן...), און אדרבה, מען האט רחמנות געהאט אויף אזא איד, און אויב איז די באהערדע געקומען אויף יענעמ'ס שפורן איז יעדנ'ס הארץ געווארן אנגעפילט מיט רחמנות, און זיך אויסגעליידיגט די טאשן פאר פדיון שבויים, קיינער האט אים נישט געבלעימט.

פון די אנדערע זייט, איז דאך היינט א דור מיט רחמנות בלי שיעור. אזויפיל ארגאניזאציעס פון חסד האט נאך נישט עקזיסטירט מאז היתה ישראל לגוי. אלע סארטן גמ"ח'ן און סארטן הילף. כמעט וואס איז נישטא קיין שוועריגקייט וואס האט נישט קיין הילף דערצו, צו העלפן דעם נויטבאדערפטיגן זיך ספראווען דערמיט און נישט בלייבן אליין אויפן וואסער. און עס ווערן נאכאנאנד נתחדש נייע ארגאניזאציעס, מיר אליינס האלטן דא מיט אין שטיבל ווי עס האט זיך געגרינדעט לעצטנס א פלאץ פאר גרושים, און א אויסגאבע פאר קינדער פון גרושים, יעדע סארט סופפארט וואס איז שייך, וואס עס שרייעט ארויס פון זיך אליין מיט פאטאס: מי כעמך ישראל!

און דא קומט מיין קשיא: האיך יתקיימו שניהם?? איז עס טאקע דער זעלבער פאלק?

דוכט זיך אז מיט דעם קענען מיר פארשטיין חז"ל'ס ווערטער, אונזער דור איז מצד אחד א "דור שכולו זכאי", ווען מען נעמט אין באטראכט די אומצאליגע מעשי חסד מדי יום ביומו; און מצד שני א "דור שכולו חייב" ווען מען הערט ווי אזוי די זעלבע מענטשן האבן זיך פיינט איינער דעם צווייטן, א וועלט א שטיק מחלוקת, חסידות'ן, קאורט קעיסעס, יחיד'ישע ווי ציבור'דיגע, סתם שונאים וואס אלמלא מוראה של מלכות איש את רעהו חיים בלעו, שנאת חנם ברענט און פלאקערט, נישטא קיין רחמנות, פדיון שבויים? וואס-ווען-וואו. א קליין הייפעלע עסקנים טוען דערין, און נאך עטליכע בעלי רחמים גייען וויזיטן די ארעסטאנטן, אבער א גרויסער עולם, בפרט די נישט היימישע, ווילן "יוסטיץ"! מען הערט מסירות כסדר, גניבות וגזילות, ממש א פחד!

וואס מיינט איר? קען מען לערנען בדוחק דעם פשט??
וירח ה' את ריח הניחוח
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

זייער שיין שמעקי, דער אייבערשטער זאל עס אננעמען און אונז שוין אויסלייזן.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך קען אפשר הערן וואס דו זאגסט, אבער קענסט ביטע מסביר זיין מער באריכות דעם חילוק צווישן אמאל און היינט?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

איך ווייס נישט פונקטליך די חילוק פון אמאל און היינט, אבער עס איז יא א גרויסע חילוק פון באשווינדלען גוים אדער אידן, ווי איך געדענק האט ער באשווינדלט אידן אויך, און דערפאר האט מען נישט געהאט אזא סימפאטיע צו אים, אבער קען זיין אז ער איז שוין אפגעקומען זיינ'ס.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

אזוי לאנג ווי מען פילט נישט דער טעם פין ווערען בא'גנב'ט ביג טיים, למשל האלב מיליאן דולר וכדומה, קען מען נישט דן זיין די וואס זאגען אז גנבים דארפען זיצען וכו'.

דער הודעה טוט נישט רעפלעקטען וואס אני הקטן האלט בנוגע עונשים פאר גנבים.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

שמעקעדיג, דיין פשט איז סיי ווי גוט, אפילו אויב עס שטומט נישט אזוי גוט מיט דיינע משלים, ווייל די מציאות איז למעשה אזוי ביי אסאך מענטשן אז פון איין זייט זוכט מען יעדן צו העלפן מיט אלע מיני ארגענעזאציעס, און פון אנדערע זייט קען מען אין די זעלבע צייט טרעטן אויף א צווייטן.
עס דערמאנט מיר א מעשה פון א פרוי וואס האט געוואלט גיין באזוכן א קראנקן אין שפיטאל, און זי האט גערופן איר מאן, אבער ער האט נישט געקענט קומען ווייל ער האלט אינמיטן א שיעור... האט זי בלית ברירה גערופן "חסד", און זיי האבן צוגעזאגט צו שיקן גלייך א וואלענטיר, און ווען זי איז ארויס געקומען צו די קאר, האט זי געטראפן איר מאן ביים רעדל.
די ספרים זאגן פארוואס האט דער אות "צ", באקומען אזא שיינעם נאמען צדיק? ווייל ער טראגט א איד אויף זיין אקסל; אבער לויט דעם וואלט דאך דער "א", אויך געדארפט באקומען א שיינע נאמען, ער טראגט דאך אויך א איד אויפ'ן אקסל? אבער דער אלף טרעט אין די זעלבע צייט אויך אויף א צווייטע איד...
אמאל איז חסד געווען א געפיל זאך, א איד וואס האט געהאט א געפיל צו א צווייטן האט פרובירט יענעם ארויס צו העלפן מיט וואס מעגליך, אבער היינט איז עס מער אזא פארמאלע זאך, מען ארבעט ביי די ארגענעזאציע, און מען פאלאוד די ראל'ס, און ווען עס קומט צו העלפן א איד מיט א צווייטע נושא, זאל זיך יענער הענגן, עס איז דאך נישט מיין חסד-ליין.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
אברעמעל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 496
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 100 מאל

שליחה דורך אברעמעל »

ס'דא נאך א וויכטיגע זאך וואס מ'דארף באמערקן, תפיסה איז א געוויסע שטראף וואס די שטאט האט אויסגעוועלט צו געבן פאר א מענטש נאכן זיך פארזינדיגן, אפילו אמת'ע קריימס, נישט נאר ווייט קאלער.
די מציאות האט זיך אבער אויסגעשטעלט אז א איד באקומט סאאאך א גרעסערע שטראף, וואס די גוי פארן זעלבן עבירה באקומט נישט אזאנס, דער גוי ווען ער קומט אן אין תפיסה הייבט ער צוביסלעך אן זיך מסדר זיין, ער שאפט נייע פרענדס, קוקט זיך די טעלעוויזשאן, מאכט עקסערסייז וכו' האט אפילו א פארטי ביי א האלידעי.
משא״כ דער איד קומט אן אין א סביבה וואס ער איז נאך אין זיין לעבן נישט געשטאנען אפילו נאנט צו דעם, עקלט זיך פון די נידריגע גוים, האט נישט די מינימאלע באדערפעניש וואס די גוי האט, באקומט זייער שוואך אדער בכלל נישט די רעליגיעזע באדערפעניש, ווייניג מאל האט ער א איד מיט וועם אויסצושטוישן א ווארט, די גארדס זענען געווענליך נישט קיין אידן פריינד און ווייזן עס ארויס ווען מ'קען נאר.
בקיצור ערגער ווי די טויט במלא מובן המילה.
אמת אז ס'איז דא מענטשן וואס פארזינדיגן זיך, ס'אפילו דא מענטשן וואס זענען א סכנה פאר די מענטשהייט, נאך אלעם דארף מען אויך טראכטן אז די גוי אין זעלבן סיטועישאן ווען ער טוט דעם קריים באקומט ער נישט דעם זעלהן שטראף ווי דער איד,
און פאר דעם דארף מען ארויסזעהן א איד פון תפיסה.
איי וואס דארף מען יא טיהן, דארף מען עפעס אויסטרעפן.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

ברסלבער האט געשריבן:אמאל איז חסד געווען א געפיל זאך, א איד וואס האט געהאט א געפיל צו א צווייטן האט פרובירט יענעם ארויס צו העלפן מיט וואס מעגליך, אבער היינט איז עס מער אזא פארמאלע זאך, מען ארבעט ביי די ארגענעזאציע, און מען פאלאוד די ראל'ס, און ווען עס קומט צו העלפן א איד מיט א צווייטע נושא, זאל זיך יענער הענגן, עס איז דאך נישט מיין חסד-ליין.

איך האב געטראכט די זעלבע לגבי מחלוקת, רוב מחלוקת איז אויך מצות אנשים מלומדה.

און די חילוק צוווישן אמאל און היינט איז פשוט, אפילו מ'קען טרעפן פלאץ פאר סימפאטיע, אויב נישט פארן שווינדלער אליין, כאטש פאר זיין משפחה, אבער אמאל איז מען געווען אונטער אנטיסעמיטישע רעגירונג, וואס מ'האט געצאלט קאפ-שטייער פארן בלויזן חטא פון זיין מזרע אברהם, מ'האט אונטערדרוקט דעם איד, עם נישט געלאזט האנדלען גלייך מיט יעדעם, אין אסאך פלעצער האבן אידן נישט געטארט פארמאגן קיין לאנד, אא"וו, ממילא איז פארן איד נישט געבליבן קיין ברירה אויב האט ער געוואלט קענען שפייזן זיין פאמיליע. היינטיגע צייטן אבער, די חברה וואס זיצן יארן זיצן נישט פארן מאכן פופציג טויזענט דאלער שווארץ, און אפילו נישט פארן מאכן סעקשען 8 אויף די אייגענע הויז, נאר זיי זיצן פארן פארוואשן מיליאנען דאלארן און אנדרייען אנדערע אויך.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

אברעמעל האט געשריבן:ס'דא נאך א וויכטיגע זאך וואס מ'דארף באמערקן, תפיסה איז א געוויסע שטראף וואס די שטאט האט אויסגעוועלט צו געבן פאר א מענטש נאכן זיך פארזינדיגן, אפילו אמת'ע קריימס, נישט נאר ווייט קאלער.
די מציאות האט זיך אבער אויסגעשטעלט אז א איד באקומט סאאאך א גרעסערע שטראף, וואס די גוי פארן זעלבן עבירה באקומט נישט אזאנס, דער גוי ווען ער קומט אן אין תפיסה הייבט ער צוביסלעך אן זיך מסדר זיין, ער שאפט נייע פרענדס, קוקט זיך די טעלעוויזשאן, מאכט עקסערסייז וכו' האט אפילו א פארטי ביי א האלידעי.
משא״כ דער איד קומט אן אין א סביבה וואס ער איז נאך אין זיין לעבן נישט געשטאנען אפילו נאנט צו דעם, עקלט זיך פון די נידריגע גוים, האט נישט די מינימאלע באדערפעניש וואס די גוי האט, באקומט זייער שוואך אדער בכלל נישט די רעליגיעזע באדערפעניש, ווייניג מאל האט ער א איד מיט וועם אויסצושטוישן א ווארט, די גארדס זענען געווענליך נישט קיין אידן פריינד און ווייזן עס ארויס ווען מ'קען נאר.
בקיצור ערגער ווי די טויט במלא מובן המילה.
אמת אז ס'איז דא מענטשן וואס פארזינדיגן זיך, ס'אפילו דא מענטשן וואס זענען א סכנה פאר די מענטשהייט, נאך אלעם דארף מען אויך טראכטן אז די גוי אין זעלבן סיטועישאן ווען ער טוט דעם קריים באקומט ער נישט דעם זעלהן שטראף ווי דער איד,
און פאר דעם דארף מען ארויסזעהן א איד פון תפיסה.
איי וואס דארף מען יא טיהן, דארף מען עפעס אויסטרעפן.

איך קען גראדע איינער וואס איז זיך גאנץ גוט אויסגעקומען סיי מיט די אנדערע ארעסטאנטן, און סיי מיט די גארדס, זיי האבן עם ריספעקטירט פאר'ן זיין א איד, שבת האט מען עם געגעבן זיין פרייוועסי צו מאכן זיינע סעודות, אפילו די קריסטליכער טשעפלעין האט ליב געהאט צו שמועסן מיט עם, (ער האט גראדע מער ארויסגעהאלפן ווי די אידישע טשעפלעין...), ער האט זיך געמאכט פרענדס וואס ער האט נאך מיט זיי קאנטאקט ביז היינט, (ער איז שוין אינדערויסן), די חברה האבן עם פראבירט ארויסצוהעלפן ימים טובים, צוצושטלען זיינע באדערפענישן, עם געזאגט דזשאוקס און אונטערגעמוטיגט וויסענדיג אז יו"ט איז א צייט וואס מ'פארברענגט מיט די משפחה, און דער זיצט זיך איינזאם אין זיין צעל.
אקיצור, א מענטש צוווישן מענטשען קען זיך אויסקומען, נישט אלע ארעסטאנטן זענען טונקעלע פארשוינען, און נישט אלע גארדס זענען אנטיסעמיטן.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

געפילטע פיש האט געשריבן:איך קען גראדע איינער וואס איז זיך גאנץ גוט אויסגעקומען סיי מיט די אנדערע ארעסטאנטן, און סיי מיט די גארדס, זיי האבן עם ריספעקטירט פאר'ן זיין א איד, שבת האט מען עם געגעבן זיין פרייוועסי צו מאכן זיינע סעודות, אפילו די קריסטליכער טשעפלעין האט ליב געהאט צו שמועסן מיט עם, (ער האט גראדע מער ארויסגעהאלפן ווי די אידישע טשעפלעין...), ער האט זיך געמאכט פרענדס וואס ער האט נאך מיט זיי קאנטאקט ביז היינט, (ער איז שוין אינדערויסן), די חברה האבן עם פראבירט ארויסצוהעלפן ימים טובים, צוצושטלען זיינע באדערפענישן, עם געזאגט דזשאוקס און אונטערגעמוטיגט וויסענדיג אז יו"ט איז א צייט וואס מ'פארברענגט מיט די משפחה, און דער זיצט זיך איינזאם אין זיין צעל.
אקיצור, א מענטש צוווישן מענטשען קען זיך אויסקומען, נישט אלע ארעסטאנטן זענען טונקעלע פארשוינען, און נישט אלע גארדס זענען אנטיסעמיטן.

דו מאכסט מיר כמעט וועלן גיין אין תפיסה
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

גיימער באראבעווען א באנק?
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

איך טאר נישט, כ'בין א שומרים מעמבער
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

אקעי זר, קענסט שפייען אויף א פאליציאנט. אדער ווייז דעם מיטעלן פינגער פאר א שופט.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

אן ענטפער צו שמעקעדיג הי"ו

שליחה דורך berlbalaguleh »

דיין פשט'ל איז זייער פיין (כ'האב דיר טאקע געגעבן א לייק( אבער דער "כולו" איז שווער. ווייל סוכ"ס נישט א יעדער מאכט נאך ר' מרדכי יצחק סאמעט הי"ו. און נישט א יעדער קריגט זיך מיט אנדערע חסידות'ן וכו' וכו'. ס'איז דא א גרויסער עולם (דע סיילענט מעדזשאריטי) וואס מישט זיך נישט אין מחלוקת.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ברסלבער האט געשריבן:איך ווייס נישט פונקטליך די חילוק פון אמאל און היינט, אבער עס איז יא א גרויסע חילוק פון באשווינדלען גוים אדער אידן, ווי איך געדענק האט ער באשווינדלט אידן אויך, און דערפאר האט מען נישט געהאט אזא סימפאטיע צו אים, אבער קען זיין אז ער איז שוין אפגעקומען זיינ'ס.

במחכ"ת הרמה איז נישט אקעי צו באשווינדלען גוים אויך. ווייל ס'איז גניבה. און ס'ברענגט אראפ דעם אידישן כבוד. נאר ווען איינער פעלשט דאקומענטן האט ער כמעט דעם דין פון א רודף. ווייל ס'קען פאטענציעל שטעלן א יחיד און א רבים אין סכנה. חוץ פון דעם וואס די רעגירונג פארלירט דעם רעספעקט און טראסט וואס זיי האבן אפשר אמאל געהאט פאר אן ערליכן יוד. בדידי הוו' עובדא. ביי מיר איז זיך פארלאפן די פאלגענדע געשיכטע. איך בין אריין אין א גוי'אישן געשעפט קויפן עפעס. ארויסגייענדיג האב איך באמערקט אז די נישט אידישע (ספאנישע) אנגעשטעלטע האט מיר געגעבן די נישט ריכטיגע סומע טשעינדזש (מער ווי ס'קומט מיר). בין איך צוריקגעגאנגען אין סטאר און אויפמערקזאם געמאכט און צוריקגעגעבן די סכום וואס ס'קומט מיר נישט. זי האט זיך זייער באדאנקט און געזאגט "נאר א יוד וועט צוריקברענגען געלט וואס ס'קומט איהם נישט. איינער פון אונז וועט דאס קיינמאל נישט טון"....
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

ביזט 100% גערעכט אז מען טאר פונקט אזוי נישט באשווינדלען גוים.
איך האב גערעדט לגבי די סימפאטיע חלק, די מציאות איז אז ווען איינער זיצט פארן באשווינדלען גוים האט מען מער סימפאטיע צו אים, ווי ווען איינער זיצט פארן באשווינדלען אידן, ודו"ק.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

געפילטע פיש האט געשריבן:גיימער באראבעווען א באנק?

פון אידישע האלד-אפ מענטשן האב איך נישט מורא.
באניצער אוואטאר
אברעמעל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 496
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 100 מאל

שליחה דורך אברעמעל »

געפילטע די מציאות וואס דו לייגסט אראפ איז א אויסנאם, פרעג דיך נאך ביי רוב משפחה פון ארעסטירטע וועסטו הערן ווי ס'גארנישט אזוי פויגלדיג.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

קען זיין, איך קען נישט קיין סאך ארעסטאנטן, אבער איך שטעל מיך פאר אז ס'איז ווי א תפיסה, און ווי א מענטש.
פארשפארט