בלאט 1 פון 1

טעות הבחור הזעצער

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 3:29 pm
דורך [NAMELESS]
לכבוד מיין 500 לייקס וועל איך פראבירן מהנה זיין דעם עולם מיט אן אינטערעסאנטע ארטיקל בנוגע דעם בחור הזעצער און די צענזור.
זייער אסאך ספרים אין כלל ישראל זענען פול מיט טעותים (טעויות), טייל פון זיי קומען פון די גויאישע צענזור און טייל קומען פונעם בחור הזעצער.

דער בחור איז געווען יענע חברה מאן, ער פלעגט פראבירן זיין סיי דער מדפיס און סיי דער מגיהה און בעל תלמוד חכם. און טאקע אסאך פראבלעמען זענען געקומען ווען ער האט פראבירט צו עפענען ראשי תיבות און שרייבן געהעריג.

ר"ת איז יענץ געשעפט. למשל אאאא"א קען מיינען אמר אויב ארדוף אשיג אחלק, און אויך אין אומרים א-ל ארך אפים. אפילו אויב לייגט מען צו אן א' קען עס נאך אלס מיינען אם אין אומרים א-ל ארך אפים, אדער איש אל אחיו אבל אשמים אנחנו. אפילו אויב לייגט מען צו נאך אן א' קען עס מיינען אם אין אומרים א-ל ארך אפים אין אומרים (למנצח), אדער אפילו אינו אוכל אחת אחת אפילו אינו אוכל (ברכות פ"ג ה"ה ירושלמי), און די דריטע איז אין מסכת שבועות דף לה. בנוגע שמות הקדושים. נישט צו גלייבן וויפיל א' מ'קען אלס צולייגן, למשל אין מכילתא דרבי ישמעאל (פרשת משפטים) שטייט: אלו אלפים אמה אתה אומר אלו אלו אלפיים אמה או אינו אלא ארבע אמות.

דאס איז אלעס אין לענגערע ר"ת, וואס טוט זיך מיט קלענערע? ב"ה קען מען מיינע ברוך ה', בעזרת השם, בית הלל, בית המדרש, בית המקדש , בית הכנסת, און וואס נישט?

במילא ווען עס איז געקומען צו ר"ת האבן די בחורים געמאכט א לעבן און אונז קענען האבן א געזינטע לאך און אסאך פראבלעמען.

אין חידושי הרשב"א (מסכת ביצה יב.) שטייט: "אלא מעתה הוציא אבנים לב"ה", עכט מיינט ער לויט בית הלל. אין איינע פון די נייערע איבערגעדריקטע רשב"א'ס שטייט בית הכסא אנטשאט בית הלל. וכדי בזיון וקצף.

הוצאת נחמד למראה איז געווען אפילו זיסער, אין פרשת שמות (א ט"ו) זאגט רש"י דארט אז די מילדות איז א לשון כבד. איז די עיקר שפתי חכמים מסביר: כשיש בלמ"ד דגש, נקרא כבד, ובלא דגש נקרא קל. דער מגיהה האט זיך געבראכן קאפ וואס די בלמ"ד איז ראשי תיבות, און יגעת ומצאת תאמין: למאן דאמר!. איז אויסגעקומען אזוי: כשיש בלמאן דאמר דגש, נקרא כבד....

נאך א דוגמה, אינעם פירוש הר"ש אויף מסכת מעשר שני (פ"ד מי"א) שטייט אזוי: ובפרק האשה שלום כתוב בכל הספרים דלא תימא דמוע. די פראבלעם איז אז אזא זאך שטייט נישט אין ערגעץ!. די ר"ש האט זיך באצויגן אויף די גמרא (קט"ו) מצא כלי וכתוב עליו קו"ף- קרבן, מ"ם- מעשר, דל"ת- דמוע, טי"ת- טבל. עפעס אויפן דל"ת האט זיך דער בחור אנגעטשעפעט און "פארשטאנען" אז עס מיינט דלא תימא.

נאך זיסער, אין מסכת שביעית שטייט (פירוש הר"ש פ"ו מ"א) ואמרינן במגילת רות בשם ר' יהושע בן לוי. נישט שלעכט, עלטער געמאכט ר' יהושע מיט עטליכע הונדערט יאר אזוי נישט-מיר-נישט-דיר. ווי אזוי אין די וועלט קען מגילת רות נאכברענגען ר' יהושע?. נאר עס איז געשטאנען מ' רות (מדרש רות), און דער בחור האט פארשטאנען אז עס מיינט מגילת. (יעצט קען שוין פרעה האלטן ווי המן וועלכע האט גע'פסק'נט ווי דעם רמב"ם אז חצי שיעור איז אסור....).

אין אור שמח (מהדורת מסורת ישראל) שטייט אין הלכות נדרים: "דבן י"ג שלא הביא שם שמים". קודם איז געשטאנען ש"ש, וואס דאס מיינט שתי שערות, און עס איז שוין געווארן שם שמים.

אין מדרש רבה (דברים א' י') שטייט אזוי: אמר רבי ברכיה בשם רבי חנינא, צריכין הדייניין שיהא בהן שבע מדות, ואלו הן: חכמים נבונים וידועים, וארבע כמה שכתב ואתה תחזה מכל העם אנשי חיל יראי אלוקים אנשי אמת שונאי בצע- הרי שבע. ולמה לא נכתבו שבע כאחת? שאם לא נמצאו משבע, מביא מארבע. ואם לא נמצאו מארבע מביא משלוש. ואם לא נמצאו משלוש מביא מאחד, שכך כתיב אשת חיל מי ימצא... קאמענטארן זענען איבעריג.

די אדר"ת איז מסביר אז עס איז געשטאנען אחמ"י, וואס דאס מיינט די פסוק ויבחר משה אנשי חיל מכל ישראל, און דער גאון הגאונים האט שוין מיט אזא מהיכא תיתא מחליט געווען אז עס מיינט אשת חיל... א ראיה האט ער פונעם מדרש (שמות רבה ל' י') לפי ששמע משה מיתרו שאמר ואתה תחזה מכל העם ארבע מדות אמר לו ולא מצא אלא אחת שנאמר ויבחר משה אנשי חיל ומינה אותם שופטים על ישראל.

אין די היינטיגע וועלט איז גארנישט בעסער, מיט די אוטאמאטישע קאמפיוטער וועלכע טוישט אליינס טעותים איז אויך א נחת. דער באגאבטער שרייבער הרב שמואל לוינסון שרייבט וואס ער האט אליינס בייגעוואוינט ביי א חופה אן קאמישן געשיכטע:

א חתן וועלכע האט געוואלט געבן פאר די כלה א כתובה וואס אפילו די נאמען איז געווען געשריבן אדורך דעם קאמפיוטער האט באשטעלט א כתובה פון א דרוקער, און ווען עס איז געקומען צום ליינען די כתובה כאפט זיך דער רב אז עס שטייט אזוי: הוי לי לאינתו כדת משה ואליהו..., דער דרוקער האט געמאכט א כתובה פארדעם פאר א חתן מיט'ן נאמען ישראל, האט ער פשוט געמאכט אז אלעמאהל וואס עס שטייט אינעם כתובה ישראל, זאל זיך עס טוישן צו אליהו (דעם יעצטיגע חתן'ס נאמען).

אן אנדערע מאהל איז געשטאנען אנטשטאט "מכל שפר ארג נכסאי" (וואס דאס מיינט אז דער חתן איז זיך מתחייב צו באצאלן די כתובה פון דאס בעסטע וואס ער פארמאגט), איז געשטאנען מכל קאצענלבויגן ארג נכסאי...., דער פאריגער חתן ביים דרוקער האט געהייסן אויפן משפחה נאמען שפר.

נאך שרייבט ער, ער האט אמאל געטראפן אין א צייטונג א מודעה וואס שטייט: הגר"ח קנייבסקי שליט"א אמר שיש סגולה ללמוד את מסכת כינים...

איך ווארט צו טרעפען אין א ספר אנטשטאט עיין שם (ע"ש) זאל שטיין עיר שושן. אדער משה רבינו עם הארץ אנשטאט עליו השלום (ע"ה).

אין דפוס שונצינו שטייט אין מסכת נדה (יז.), פשטן אנשטאט פשתן...

אין מהודרת אמשטרדם תע"ו, אין די הייסע צייטן פונעם צענזור, שטייט אנשטאט "ומזרח עכו היה ספק, וטהרוה חכמים (אהלות פי"ח מ"ט)". דער צענזור האט פארשטאנען אז עכו איז א קיצור פון עכו"ם, (עכו"ם איז אויך אמאל געווען א פראבלעם אויב דער צענזור האט מחליט געווען אז דאס מיינט עובד כריסטום ומרים, און אמאל נישט, ווענט זיך אינעם גוסטע פונעם צענזור) האט ער דאס געטוישט צו: ומזרח נכרים היה ספק. אין מהדורת קארעץ תקס"ו האט מען שוין געטוישט די "טעות" אין געשריבן: ומזרח עכו"ם...

אין תוספות מסכת פסחים (ס ד"ה אבל בשתי) שטייט: דבע"א לא משכחת מקצת ערלה". די ראשי תיבות מיינט בענין אחר, אבער דער צענזור האט מחליט געווען אז דאס מיינט בעובד אלילים, דאס איז דאך א בזיון, האט דער דאס געטוישט צו: דבעכו"ם לא משכחת מקצת ערלה...

אין מסכת שבת שטייט "לא שנו אלא לחזק, אבל לנוי מותר". דער צענזור האט געמיינט אז עס שטייט ולגוי מיט א ג', האט ער דאס שנעל געטוישט צו "אבל לעכו"ם מותר"...

באקאנט איז דער צענזור וועלכע איז אים נישט געפאלן דאס אויסדרוק גוי, ער האט געהאלטן אז דאס איז א קללה וואס עס איז באהאלטן, פיינט געהאט האט ער דעם אראבער, האבן זיי עס געטוישט צו ישמעאל. איז אויסגעקומען אזוי: שומר ישמעאל אחד, שמר שארית עם אחד, ואל יאבד ישמעאל אחד, המיחדים שמך, ה' אלהינו ה' אחד.

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 5:28 pm
דורך ברסלבער
זייער שיין ממי, יישר כח.
נאך א סארט טעות וואס מען טרעפט אסאך איז טעות הדומות ווען די זעלבע ווארט איז געשטאנען אין איין שורה און דערנאך אין נאך א שורה, און דער בחור הזעצער האט געמיינט אז ער האלט שוין א שורה ווייטער, און אזוי האט ער אויסגעלאזט א שורה.
נאך א זאך, אמאל האט דאס אויפטוישן אותיות געהאט מער מיט צוויי אותיות וואס זעהן אויס די זעלבע, און היינט האט עס מער מיט צוויי אותיות וואס זענען שכנים אויפ'ן קיבארד.

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 5:32 pm
דורך [NAMELESS]
אזוי ווי ביים הגדה הנהגת חתם סופר, דארט שטייט רבינו היה אופה בערב פסח מצות, ואוכל קניידליך...

לכתחלה איז געשטאנען רבינו היה אופה בערב פסח מצות, און אין די קומענדיגע שורות איז געשטאנען אז רבינו היה אוכל קניידליך, וואס דאס איז שוין ארויפגעגאנגען אויף פסח אליינס משום געבראקטס. אבער דער בחור האט געמאכט א קניידל דערפון. ווען איך האב עס געזעהן ביים סדר, האב איך זיך שיעור נישט דערשטיקט פון גלעכטער...

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 5:39 pm
דורך געפילטע פיש
געהערט אמאל אז בי הרחמן ביי בענטשען שטייט בשבת אומרים "מגדול", אז ארגינעל איז געשטאנען ש"א מיינענדיג אז אין שמואל אלף שטייט מגדול, און דער בחור הזעצער האט געטוישט צו שבת.


---

יעצט זעה איך אז מ'רעדט שוין דערפון דא, דא און דא און דא (שכויעך נולד).

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 6:49 pm
דורך נולד מאוחר
געפילטע פיש האט געשריבן:געהערט אמאל אז בי הרחמן ביי בענטשען שטייט בשבת אומרים "מגדול", אז ארגינעל איז געשטאנען ש"א מיינענדיג אז אין שמואל אלף שטייט מגדול, און דער בחור הזעצער האט געטוישט צו שבת.


---

יעצט זעה איך אז מ'רעדט שוין דערפון דא, דא און דא.

אויך אין שטיבעל האט עס איינער דערמאנט

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 6:56 pm
דורך געפילטע פיש
נישט סתם איינער.

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 12:20 am
דורך רבות מחשבות
עוז והדר, ווען די ממלכת התורה איז נאך געווען א קליינע מלוכה'לע, האבן זיי זיך גענומען צום שיטה מקובצת, עס איבערצודרוקען להיות תורה מפוארה בכלי מפואר, אין די סנהדרין חלק, האבן זיי מפענח געווען איבעראל אנשטאט סנהדרין כ"ג, האבן זיי געשריבן סנהדרין כהן גדול, און אנשטאט סנהדרין ע"א האבן זיי געשריבן סנהדרין עבודת אלילים.

די גרויסע ארטסקראול האט אין אן ענגלישע זמירות, געשריבן א טעם פארוואס מען עסט דריי סעודות שבת, לזכר צו די דריי סעודת וואס אסתר האט געגעסן מיט המן... אויב וואונדערט איר זיך ווען די דריטע סעודה איז אפירגעקראכן, גיבטס א קוק אין ערוך השולחן, די מקור לדברים, ער שרייבט זכר לג' סעודת המן... (פון מן אין מדבר איז געווארן המן פון די מגילה, שטימט שוין זייער גוט וויאזוי פרעה האט געקענט האלטן פון המן לגבי חצי שיעור, איא?)
Capture.JPG


די מערסטע קרעדיט קומט נאך פאר די מתרגם פונעם לעיבל פון די וויין, אין עברית איז געשטאנען כשר לשיטת בית יוסף ללא חשש ערלה ושביעית, און אין די ענגלישע ווערסיע איז געשטאנען No fear of foreskin…..
ערלה.jpg

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 1:17 am
דורך געפילטע פיש
"Blessed by "Borei Pri Hagefen

:roll:

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 5:42 am
דורך טעפל
דער טעות קומט פון גוגל טרענסעלעישען, איך נוץ עס אסאך, ס'זעהט אויס בערך ווי דעם בחור זעצער..

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 1:29 pm
דורך קאווע טרינקער
ממי_שאמרו האט געשריבן:לכבוד מיין 500 לייקס וועל איך פראבירן מהנה זיין דעם עולם מיט אן אינטערעסאנטע ארטיקל בנוגע דעם בחור הזעצער און די צענזור.

ביסט מעכב די גאולה...........
חוץ אויב דו ביסט דער זעלבער וואס שרייבט דאס הק...

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 1:45 pm
דורך קאווע טרינקער
רבות מחשבות האט געשריבן:די גרויסע ארטסקראול האט אין אן ענגלישע זמירות, געשריבן א טעם פארוואס מען עסט דריי סעודות שבת, לזכר צו די דריי סעודת וואס אסתר האט געגעסן מיט המן... אויב וואונדערט איר זיך ווען די דריטע סעודה איז אפירגעקראכן, גיבטס א קוק אין ערוך השולחן, די מקור לדברים, ער שרייבט זכר לג' סעודת המן... (פון מן אין מדבר איז געווארן המן פון די מגילה, שטימט שוין זייער גוט וויאזוי פרעה האט געקענט האלטן פון המן לגבי חצי שיעור, איא?)
Capture.JPG


טאקע א פלא גדול, ווייל דאס איז דאך אן עמי-הארצות פון דער שרייבער גופא, נישט קיין טייפא עררער בלבד.
אויף ספרים בלאג איז אמאל געווען א קאפי פון אן ארטסקרול על התורה בוך, ווען די איבערטיישטער פון לשה"ק האט געשריבן sherry במקום "שר"י".
אבער זיי קומען נישט צו צו עוז והדר האט כמעט נישט קיין עמוד אן קיין טעויות.

בד"וו, וואס איז די כינוי שם "בחור" אויף די אותיות זעצער? אפשר וועגן אליהו בחור?

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 1:46 pm
דורך יידל
רבות מחשבות האט געשריבן:עוז והדר, ווען די ממלכת התורה איז נאך געווען א קליינע מלוכה'לע, האבן זיי זיך גענומען צום שיטה מקובצת, עס איבערצודרוקען להיות תורה מפוארה בכלי מפואר, אין די סנהדרין חלק, האבן זיי מפענח געווען איבעראל אנשטאט סנהדרין כ"ג, האבן זיי געשריבן סנהדרין כהן גדול, און אנשטאט סנהדרין ע"א האבן זיי געשריבן סנהדרין עבודת אלילים.

די גרויסע ארטסקראול האט אין אן ענגלישע זמירות, געשריבן א טעם פארוואס מען עסט דריי סעודות שבת, לזכר צו די דריי סעודת וואס אסתר האט געגעסן מיט המן... אויב וואונדערט איר זיך ווען די דריטע סעודה איז אפירגעקראכן, גיבטס א קוק אין ערוך השולחן, די מקור לדברים, ער שרייבט זכר לג' סעודת המן... (פון מן אין מדבר איז געווארן המן פון די מגילה, שטימט שוין זייער גוט וויאזוי פרעה האט געקענט האלטן פון המן לגבי חצי שיעור, איא?)


מארק שפירא אויף ספרים בלאג, סעפטעמבער 4, 2007 האט געשריבן:[left]There was actually a very big error I used to point out, and this was found in the Artscroll Shabbat Zemiros (it has since been corrected). At the beginning of the Shalosh Seudos section Artscroll wrote:[/left]
The three meals of the Sabbath symbolize the three Patriarchs, the three divisions of Scripture: Torah, Prophets and Hagiographa, and the three feasts through which [left]
    Esther brought about Haman’s downfall. Many matters of awesome spiritual significance are dependent on the Third Meal as the Zohar discusses frequently (Aruch HaShulchan 291)
[/left].
[left]This is a very strange passage, since what does Esther have to do with the Three Sabbath meals? Furthermore, since when did Esther organize three feasts? Everyone who attends synagogue on Purim knows that there were only two feasts. This is what the Arukh ha-Shulhan states:[/left]

ויהא זהיר מאד לקיים סעודה שלישית ואמרו חז"ל דכל המקיים סעודה ג' ניצל משלש פורעניות . . . ואם אפשר שאינן ממש מן התורה מ"מ ודאי מתקנת משה רבינו הם שכן קיבל מסיני והם מרמזים נגד ג' אבות, נגד תורה נביאים וכתובים, ובשעה שניתן להם המן ניתן להם על ג' סעודות

[left]What happened was that whoever wrote the commentary to the Zemiros understood the word[/left]
[left]המן[/left]
[left](the manna) to mean Haman, and that he was given into the Jews’ hands because of three feasts!(7)[/left]

[left]Artscroll did what everyone should do when an error is brought to their attention, namely, correct it in a future edition.. (In another post I plan on noting a couple of corrections to my own writings.) In fact, this is a good lesson to all of us, because if Artscroll, whose writers are big talmidei hakhamim, could make such a simple mistake, then all of us should realize that we too can make simple errors.[/left]

[left]The important thing is that they corrected the error. If only the same could be said about Mossad ha-Rav Kook.[/left]

[left](7) See R. Menashe Klein, Shanu Hakhamim bi-Leshon ha-Mishnah (Brooklyn, 1994), p. 108.[/left]

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 1:48 pm
דורך קאווע טרינקער
ייש"כ יידל פארן ברענגן דברים בשם אומרם.
לאמיר זעהן צו דו קענסט טרעפן פון וואו ממי_שאמרו'ס סחורה קומט...

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 1:52 pm
דורך יידל
ס'מוז נישט זיין אז רבות מחשבות' סחורה קומט פון מארק שפירא. כ'האב נאר נאכגעברענגט שפירא'ס ווערטער בקשר צו ארטסקראל'ס טעות. אגב איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז כאטשיג ארטסקראל האט שוין פארראכטן דעם טעות, איז דער טעות געניצט געווארן דורך הרב שמעיה גרינבוים אין א דרשה צו האקן אויף ארטסקראל אז זיי זענען "מסלף" די תורה...

איך ווייס נישט די מקור פון ממי שאמרו'ס סחורה? דו ווייסט עפעס וואס דו ווילסט נישט שרייבן?

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 1:55 pm
דורך קאווע טרינקער
איז דאך Kedem אויך א מסלף, ער נעמט נישט אן די גאנצע מצוה פון ערלה ביי פירות!

אגב, אין די סאטעמרע גנות ודרדרים איז מופיע די דרשת פון אדמו"ר מהרז"ל ביים פראטעסט אנקעגען בחירות, אבער די טעותים (למשל די פסוק "אין חכמה וכו'") איז שוין מתוקן בדפוס.

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:13 pm
דורך יידל
אז דו דערמאנסט מהרז"ל דערמאן איך זיך אז ביים הספד אויף זיין טאטען דער ברך משה זצ"ל האט ער געזאגט אנשטאט "נלכד בשחיתותם", "נלכד בשחיתותיו"... (אין ענגליש זאגט מען "א פרוידיען סליפ...)

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:20 pm
דורך משולם שטיינפעלד
לא חודש היום ולא יום טוב היום (מתוך הספד מהרז"ל לפני מטת אביו זצ"ל)

טעות קאווע הזעצער

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 4:22 pm
דורך קאווע טרינקער
גילוי דעת פאר די וואס האבן פארשטאנען מיינע תגובות אין דעם אשכול.
כ'האב א טעות געהאט, חושד געווען בכשרים.
וד"ל כי ודוקת"י.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 11:19 am
דורך ודי למבין
קאווע טרינקער האט געשריבן:
ממי_שאמרו האט געשריבן:לכבוד מיין 500 לייקס וועל איך פראבירן מהנה זיין דעם עולם מיט אן אינטערעסאנטע ארטיקל בנוגע דעם בחור הזעצער און די צענזור.

ביסט מעכב די גאולה...........
חוץ אויב דו ביסט דער זעלבער וואס שרייבט דאס הק...

דאכטס מיך דאס קומט פון קולמוס מאגאזין אין די עברעיישע משפחה, עכ"פ ייש"כ פארן איבערטייטשן

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 2:13 pm
דורך יידל
אזוי האב איך גע'וד"ל'ט אין קאווע טרינקער'ס ערשטע תגובה, אבער דערנאך האט דאך קאווע'ניו געשריבן אז ער האט א טעות געהאט און חושד געווען בכשרים. וואס גייט דא פאר?

טעותים וואס מענטשן מאכן

נשלח: מוצ"ש מערץ 02, 2013 10:32 pm
דורך berlbalaguleh
אין שו"ע הלכות שבת שטייט "לא יתענה ת"ח בשבת" וואס מיינט לא יתענה "תענית חלום בשבת. ס'האט אבער די זעלבע ראשי תיבות ווי "תלמיד חכם". ס'קען אפשר זיין אז דאס איז דער מקור פאר וואס מענטשן רופן אן א פאלטשן תמיד חכם "תענית חלום". אויך "עם הארץ" מיט "עליו השלום" זענען אויפטוישבאר.

נשלח: מוצ"ש מערץ 02, 2013 10:52 pm
דורך berlbalaguleh
געפילטע פיש האט געשריבן:געהערט אמאל אז בי הרחמן ביי בענטשען שטייט בשבת אומרים "מגדול", אז ארגינעל איז געשטאנען ש"א מיינענדיג אז אין שמואל אלף שטייט מגדול, און דער בחור הזעצער האט געטוישט צו שבת.


---

יעצט זעה איך אז מ'רעדט שוין דערפון דא, דא און דא און דא (שכויעך נולד).

דער אוצר ישראל פון הרב מאיר אייזנשטאט רעדט שוין פון דעם. אבער לפי האמת קען זיין אז ס'איז נישט קיין טעות הדפוס (אפילו ס'שטייט אן אנדערע גירסא אין שמואל ב').ווייל אום שבת דארף מען זאגן אנדערש.