בלאט 1 פון 2

אסעמבלימאן דוב הייקינד אונטער פייער

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 11:53 pm
דורך אבי גערעדט
אינטערעסאנט אז קיינער האט עס נאכנישט באריכטעט דא.

דוב הייקינד דער באקאנטער ב"פ אסעמלימאן, איז אונטער פייער פון די שווארצע געמיינדע, פארן האבן די חוצפה זיך צו פארבן ס'פנים שווארץ.

דוב האט קודם אוועקגעמאכט די קריטיק, נישט חלומ'דיג וואס ס'ווארט אים נאך,אין האט געזאגט אז ער זעט נישט וואס ס'איז ראנג דערמיט, אבער זעענדיג ווי די פייער פארשפרייט זיך בליץ שנעל האט ער שיינערהייט זיך אנטשולדיגט אין געזאגט אז ס'געווען אא טעות, מיט די האפענונג אז די חברה וועלן זיך בארוהיגן.

אבער וואס ווי ווען? די טונקעלע אפריקאנע אמעריקאנער פארלאנגען אצינד זיין רעזיגנאציע, אין די שטורעם לאזט נישט נאך.

זייטס ממשיך מיט אפדעיטס

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 11:57 pm
דורך אבי גערעדט
דוב אום פורים

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 12:24 am
דורך רבות מחשבות
ווען די מעשה וואלט ווען געווען פארקערט, וואלט ער געווען די ערשטע אויפצושפרונגען דערויף. ווען עס זאל זיך סיי וועלכע ערוויילטע באאמטע פארשטעלן ווי א לאגער איד אדער ווי היטלער ימ"ש, וואלט ער גערודערט א וועלט.

ער עסט יעצט סך הכל פירות פון זיין געפירעכטס.

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 12:29 am
דורך זר זהב
איך זוך מר נישט אנצונעמן פאר אים, ס'ווינדערט מיר דאך, דו פארגלייכסט טאקע א שווארצן צו היטלר ? און ווייסטע נישט אז פורים פארשטעלט מען זיך מיט יעדן שגעון וואס נאר מעגליך?

פליז

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 12:29 am
דורך געפילטע פיש
איך זע נישט וואס די גאנצע סומאטאכע איז, סך הכל האט ער זיך פארשטעלט ווי א שווארצער, ווען ער פארשטעלט זיך ווען ווי א טיבעטע מאנק וואלטן די בודאיסטן זיך באליידיגט? דער שווארצער וואס פארשטעלט זיך האלאווין ווי א קלאון מיינט צו דערנידערען די קלאון קולטור? ווען חיים געציל האט זיך פארשטעלט פורים ווי א פייער לענדזשער האט געמיינט עפעס קעגן די פייער סעיפטי אסאסיעישען?

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 12:34 am
דורך נולד מאוחר
מיין מיידל האט זיך פארשטעלט ווי אן אנגערישע באבע. יעצט פארלאגט אנגארען אן אפאלאדשזי פון איר.

בלומבערג איז אויך דערקעגן http://www.vosizneias.com/125095/2013/02/26/manhattan-ny-bloomberg-walks-into-protest-over-assemblyman-flap-video/

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 12:37 am
דורך יואליש
כ'זעה אויך נישט די באליידיגונגס, אבער ווי געשמועסט, הייקינד פלעגט טוהן דאס זעלבע מיט אנדערע. ערשט יענע וואך איז ער געווען זייער "באליידיגט" אז א געוויסע פעישאן ארטיסט האט אנגעבליך זיך אנגעטוהן ענדליך צו א חסיד.

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 12:41 am
דורך [NAMELESS]
הייקינד האט געריטן אויף די נושא פון וויי טוהן, און סענסיטיווקייט. בור ששית ממנו...

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 12:42 am
דורך זר זהב
יואליש האט געשריבן:כ'זעה אויך נישט די באליידיגונגס, אבער ווי געשמועסט, הייקינד פלעגט טוהן דאס זעלבע מיט אנדערע. ערשט יענע וואך איז ער געווען זייער "באליידיגט" אז א געוויסע פעישאן ארטיסט האט אנגעבליך זיך אנגעטוהן ענדליך צו א חסיד.

אנטשולדיגט יואליש, דער יעניגער וועם הייקינד האט פארדאמט איז א וויסטער אנסעמיט, געזאגט אז ער האט ליעב היטלער. שוין גארנישט א "געוויסער ארטיסט"

http://www.huffingtonpost.com/2011/02/2 ... 28955.html

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 1:06 am
דורך יואליש
ווייס מיר דערפון. אבער די יעצטיגע הייקינד קריטיק איז געווען איבער יענעם'ס לבוש. די אנגעבליכע אנטיסימיטיזים האט נישט יעצט פאסירט.

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 1:09 am
דורך יואליש
יענקל, הייקינד מאכט נישט קיין טעות.די שווארצע מאכן אויך נישט קיין טעות.ביידע שפילן די זעלביגע פאליטישע-מאטאווירט געמאכטע אויפברויז. הייקינד זאל עס שלינגן ווי א גרויסע אינגל אויף די בלאק.

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 1:13 am
דורך געפילטע פיש
זר זהב האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:כ'זעה אויך נישט די באליידיגונגס, אבער ווי געשמועסט, הייקינד פלעגט טוהן דאס זעלבע מיט אנדערע. ערשט יענע וואך איז ער געווען זייער "באליידיגט" אז א געוויסע פעישאן ארטיסט האט אנגעבליך זיך אנגעטוהן ענדליך צו א חסיד.

אנטשולדיגט יואליש, דער יעניגער וועם הייקינד האט פארדאמט איז א וויסטער אנסעמיט, געזאגט אז ער האט ליעב היטלער. שוין גארנישט א "געוויסער ארטיסט"

http://www.huffingtonpost.com/2011/02/2 ... 28955.html


לויט ווי מ'זאגט האט ער שוין תשובה געטוהן, ער טרונקט שוין נישט קיין אלקאהאל, ער פארט ארום די וועלט זיך צו באגעגענען מיט אידישע לידערס און צו לערנען מער איבער אידישקייט, (קען זיין ער איז פול אוו צואה אבער עט ליעסט ער מאכן אן אנשטעל), און אפילו עיב פאקסמאן פון די ADL נעמט זיך אן פאר עם, און טענה'ט אז ער האט גארנישט געמיינט די חסידים דערמיט.

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 10:12 am
דורך יואליש
זשאן סטוערדט אויף "די דעילי שאו" פאסמאקעוועט זיך מיטן היפאקריט הייקינד.

http://www.hulu.com/watch/461179

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 10:17 am
דורך טעפל
דא פארענפערט ער זיך..
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?t ... rum_id=771

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 1:00 pm
דורך געפילטע פיש
יואליש האט געשריבן:זשאן סטוערדט אויף "די דעילי שאו" פאסמאקעוועט זיך מיטן היפאקריט הייקינד.

http://www.hulu.com/watch/461179

דא מאכט ער נאך ליצנות, איך מיין מ'גייט איר אויפנעמען פאר פורים רב קומענדיגע יאר, זי מאכט א גוטע דזשאב.
www.thedailyshow.com/watch/tue-february-26-2013/crazy-stupid-dove---the-war-on-purim

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:02 pm
דורך יידל
אזוי ווי יעדעם דא פארשטיי איך אויך נישט וואס די ביג דיעל איז. אבער, ווער געדענקט נאך ווען פרינץ הערי האט זיך פארשטעלט ווי א נאצישער סאלדאט? ס'האט אונז אלע געבאדערט כאטש עס פרינץ הערי האט ווארשיינליך גארנישט געמיינט דערמיט. די סיבה איז פשוט, וויבאלד נאצישע מונדירן טוען אונז דערמאנען ווייטאגליכע זכרונות. אין אן ענליכן זין טוט "בלעקפעיס" דערמאנען די שווארצע א ווייטאגליכע היסטאריע ווען בלעקפעיס איז גענוצט געווארן צו חוזק מאכן פון די שווארצע. פון אונזער שטאנדפונקט איז עס גארנישט ראנג, אבער א שווארצער ווערט זייער באליידיגט פון בלעקפעיס, וויבאלד דאס ברענגט ארויף אלטע זכרונות.

אגב, אין די "ניו יארקער" ארטיקל איבער הייקינד'ס פארשטעלאכטס דערמאנען זיי אז הייקינד איז נישט דער ערשטער צו מאכן דעם טעות.

Sportsmen and politicians aren’t the only public figures who have caused offense by the oblivious sporting of radically offensive outfits in the name of fun. Charlotte Casiraghi, who is fourth in line to the throne of Monaco, recently got into Twitter-based trouble after competing in the Paris Masters International Jumping Competition while wearing fringed buckskin pants and a feathered headdress, and having orange-colored stripes painted on her cheeks. Paris Hilton was censured for rocking a “sexy Indian” costume a few years ago, and so was Miley Cyrus. Heidi Klum, who hosts a Halloween party every year in an extravagant but racially circumspect outfit—cat, witch, Lady Godiva—made a ill-advised step in 2008 by dressing up as Kali, the Hindu goddess. The most memorably offensive costuming of recent years was when Prince Harry dressed as a soldier in Rommel’s Afrika Korps, and ended up on the front page of the Sun newspaper in his swastika armband. The Prince later issued the standard non-apologist’s conditional apology: “I’m very sorry if I have caused any offense.” Admittedly, it might have taxed Harry’s imagination to come up with any entirely inoffensive costume that still adhered to the party’s theme, which was “Colonials and Natives.” One wonders how Hikind would have dressed up for that event.


אלזא, פאר איינעם וואס איז טאקע קאליר-בלינד דארף דאס טאקע נישט זיין אן אישו. אבער דערווייל איז מען ליידער נאכנישט קאליר בלינד אין אמעריקע, און דערפאר ווערט הייקינד באשולדיגט אין ראסיזם.

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:06 pm
דורך גאלד
ס'וויכטיג צו וויסן איין קריטישע פרט צו פארשטיין די אויפברויז פון די שחורים,
דא איז נישט די רעדע פון סתם זיך פארשטעלן פאר א שחור, דאס אליין וואלט נישט געווען אזא עסק,
זיך אנשמירן די פנים שווארץ איז מעורר א געוויסער זאך וואס הייסט "BLACKFACE",
און די עפאכע ווען שחורים זענען געווען פארשקלאפט און אינטרדרוקט,
פלעגן זיין ווייסע ענטערטענער וואס פלעגן מאכן שאוס,
און זיך אנשמירן שווארץ די פנים און געשפילט ווי א דומער נידעריגער פארשוין אפצישפעטן פון די שחורים,
דאס רופט זיך "BLACKFACE"
פאר א שחור איז א אנגעשמירטע געזוכט ברעגט ארויף די אלטע ווייטוגליכע קאשמארן,
פארשטייט זיך אונז פרומע אידן אין ניו יארק, ווייסן נישט דערפון און ס'מיינט גארנישט,
אבער א פרעמדער גוי ספעציעל א שחור דערהערט עס נישט,

דער הייקינד איז א אפגעפליקטער תלוש,
נישט פארן זיך אנשמירן די פנים,
דאס אליין החרשתי, א מענטש קען מאכן א טעות,
טראץ וואס ער איז שטודירטער פובליק אפישל וואלט ער אפשר געדארפט וויסן מער ווי איך דו ווייסן,
אבער א מענטש קען אלס מאכן א אומשולדיגער טעות,

אבער וואס פאר א שווארץ יאר קומסטו מיט לאנגע אויסגעקעקעצטע הסברים מסביר זיין פאר די שחורים וואס פורים איז, און ביסט עס אזוי מבטל כלאחר יד,
ווען ער האט אביסל שכל און קלאסישקייט, וואלט ער די ערשטע רגע פאר אלעם זיך כורע ומשתחוה געווען און זיך בעטן מחילה און שרייען חטאתי עוותי פשעתי,
א טאג שפעטער קענסטו מסביר זיין וואס פורים מיינט,
דערווייל גראבט ער זיין לאך טיפער, וויל זיין זיס,
און א טאג שפעטער מוז ער ממילא מפייס זיין,
דאס איז הייקינד, ער רעדט זיך איין ער איז אלס זיס,

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:07 pm
דורך גאלד
אאפס...יידל האט מיך אויסגעכאפט

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:08 pm
דורך זר זהב
יואליש האט געשריבן:זשאן סטוערדט אויף "די דעילי שאו" פאסמאקעוועט זיך מיטן היפאקריט הייקינד.

http://www.hulu.com/watch/461179

דארף מען טרעפן איינער וואס זאל זיך פאסמאקעווען מיט'ן היפאקריט זשאן סטוערדט

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:10 pm
דורך יידל
פארוואס איז זשאן סטוארט א היפאקריט?
---
כ'טראכט אז א שטיקל פארגלייך וואלט אפשר געווען ווען א גוי פארשטעלט זיך האלאווין ווי א רייכער איד, (מיטן בויך, גרויסע נאז וכו').

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:12 pm
דורך זר זהב
ווייל דאס איז ער
איך וואטש אים אסאך

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:14 pm
דורך יידל
דו האלטסט דאך סתם אזוי אז ליבעראלן זענען היפאקריטן. באלד וועסטו מיר נאך זאגן אז סטיווען קאלבער איז אויך א היפאקריט. שוין, נו.

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:16 pm
דורך זר זהב
ניין, קאלבערט איז נישט, לענא און קיממעל אויך נישט. סטוארט יא