בלאט 1 פון 4
פארוואס איז "דענים" נישט צניעות'דיג?
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 9:24 am
דורך ענדע צדיק
מיין בני בית מיט די טעכטער שתחיו האבן זיך אום פורים אנגעטון דענים סקורטס אלס א טייל פון די פארשטעלונג,
ווען אונז האמיר געטראגן משלוח מנות פאר א מומע, האט זי געפילט וויכטיג אריינזאגן מיין ווייב אז דענים איז נישט צניעות'דיג.
קען מיר איינער מסביר זיין וואס איז די פראבלעם דערמיט? פארוואס איז עס ביי די היימישע א אפגעפרעגטע זאך?
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 9:36 am
דורך טעפל
דיין ווייב האסטו געפרעגט??
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 10:14 am
דורך ברסלבער
מן הסתם ווייל "דענים" איז א לשון פון "דינים", און די מומע וויל נישט אז עס זאלן - חס ושלום - חל זיין די דינים, איך קען נישט טראכטן קיין אנדערע סיבה...
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 11:26 am
דורך דולה ומשקה
דענים קליידער קען זיין סאך מער צניעות ווי אנדערע קליידער,
איי, פארוואס דעמאלס איז דאס אומ-אפציעל אסור?
דאס איז איז ווייל דער אויג ציהט צו אזא סחורה, אין צו בגדים געמאכט פון דענים,
אט פאר דעם, טאקע מהאי טעמא, האבען די אפציעלע רבנים געזעהן נויטיג דאס צו אסר'ן.
דענים קליידער וואס איז צניעות'דיג אהער געשטעלט, האט נישט קיין שום זין דאס זאל זיין אסור!
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 1:20 pm
דורך קאווע טרינקער
זייער א שווערע שאלה, פותח האשכול טייערע.
ס'איז שווער, ווייל די גאנצע מושג פון א.ג. "צניעות" איז נישט געבויט אויף יסודות, ס'איז אינה תלויה בדבר.
אויב מאנכע פילען אז דענים איז נישט צניעות'דיג, זיי זעהן דאס רעש'עדיג געשטימט, אדער קאלט גשטימט, איז דאס א בחינה פון, נישט קיין בחינה, נאר טאקע דאס: על טעם וריח אין להתוכח.
פארוואס גאר פרומע גיין שווארצע טייטס, און דער מעסיגע עולם, עכ"פ אין בארא פארק גייט שווארץ, משא"כ די עולם גולם גייט בעדז'? נישטא קיין לאגישע תירוץ. ס'אלץ רוח רעה'ס און טעם זקנות.
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 1:27 pm
דורך ברסלבער
איך מיין אז טאקע דערפאר ווייל עס איז געווארן אזוי אנגענומען אז היימישע פרויען גייען נישט מיט דענים, אוטאמאטיש ווערט דאס אויפפאלנד ווען איינע גייט יא דערמיט, און דערפאר טאר מען נישט גיין דערמיט, וכן חוזר חלילה.
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 1:30 pm
דורך קאווע טרינקער
בד"וו, אין מיין חתימה דערמאן איך דעם ענין.
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 1:34 pm
דורך געפילטע פיש
איך וואלט געזאגט פונקט פארקערט, יעדע מאל איך זע א פרוי טראגן דענים דערמאן איך זיך פון די תכלת אין די ציצית, און פון וראיתם אותו וזכרתם, דערמאן זיך די קאליר פונעם הימל, און פון יראת שמו יתברך.
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 1:35 pm
דורך קאווע טרינקער
געפילטע פיש האט געשריבן:איך וואלט געזאגט פונקט פארקערט, יעדע מאל איך זע א פרוי טראגן דענים דערמאן איך זיך פון די תכלת אין די ציצית, און פון וראיתם אותו וזכרתם, דערמאן זיך די קאליר פונעם הימל, און פון יראת שמו יתברך.
נישט נאר דאס, אמאל האבן די דענים סחורה אייגענע ציצית'לעך.
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:37 pm
דורך ממרום שלח אש
ענדע צדיק האט געשריבן: מומע, האט זי געפילט וויכטיג אריינזאגן מיין ווייב אז דענים איז נישט צניעות'דיג.
קען מיר איינער מסביר זיין וואס איז די פראבלעם דערמיט?
דיין מומע האסטו שוין געפרעגט?
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:38 pm
דורך קאווע טרינקער
OMG...
ממרום שלח אש???????. אזא שרעקעדיגע ניק? - וועם קומסטו דא פארברענען?
כ'ציטער.
כ
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:47 pm
דורך זר זהב
קאווע, איך וויל אויך פארשטיין פארוואס בעדזש איז מער צניעות ווי די שווארצע, ס'מאכט נישט קיין טראפ סענס.
די מאדערענע אבער גייען נישט מיט די זעלבע שווארצע ווי די פרומע גייען.
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:51 pm
דורך לעמיל
זר זהב האט געשריבן:קאווע, איך וויל אויך פארשטיין פארוואס בעדזש איז מער צניעות ווי די שווארצע, ס'מאכט נישט קיין טראפ סענס.
די מאדערענע אבער גייען נישט מיט די זעלבע שווארצע ווי די פרומע גייען.
זר שוין דא אפאר אשכולת דערוועגען
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:53 pm
דורך זר זהב
אוי, האסט ווייט אוט?
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:54 pm
דורך משה געציל
בעצם איז דא אסאך תירוצים, נאר כך קיבלנו מבית פאשקאווילנא, "איינער וואס פרעגט שוין קשיות וועט נישט פארשטיין קיין שום תירוצים שבעולם". דוקת"י ומצאתי שכן הוא. ווי מער קשיות איך האב אלטס ווייניגער פארשטיי איך.
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:56 pm
דורך קאווע טרינקער
דוק"תי איז מותר און וד"ל איז אסור?
וואס איז די חילוק?
שוין, מ'טאר נישט פרעגן.
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:33 pm
דורך שמעקעדיג
.
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 4:41 pm
דורך שרגא
מסתמא ווייל עס איז געווען א רעלאטיוו-נייע סארט מאטעריאל, און ווי יעדע "נייע" ערשיינונג וואס איז אביסל "שענער" ווי די ביז דעמאלטיגע סחורה, גרעניצט זיך עס אויטאמאטיש מיט "מאדערן". היינו טעמא דגאלדענע גלעזער, וואס ווען עס איז ארויסגעקומען איז עס געווען אסור, היינו טעמא ד'דאבל ברידזש, די זעלבע איז מיט שפיציגע שיך, עקעדיגע שיך, און די גאנצע לאנגע ליסטע וואס האלט זיך אין איין טוישן. אלטרא-ארטאדאקסישע אידן פרובירן אוועקצושטיין ווי ווייטער פון יעדע זאך וואס שמעקט נאר פון די גוי'אישע גאס, ממילא איז נכלל דערין יעדע נייע סטייל אדער ערשיינונג. געוויסע זאכן וואס מ'ווערט צוגעוואוינט דערצו וועפן אויס מיט די צייט און עס ווערט אזוי אריינגעריסן אז עס ווערט "מותר" (למשל די סטייל שיך, וואס עטליכע יאר נאך די סטייל גייט ארויס פון סטייל, קומט עס אריין ביי אונז), און אנדערע זאכן, וואס זענען גענוג "אנדערש" אדער "מאדנע" בלייבן "דרויסנדיגע" זאכן אויף אייביג.
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 4:54 pm
דורך קאווע טרינקער
שרגא האט געשריבן:היינו טעמא ד'דאבל ברידזש
דערמאנסט מיך פון מיין רייכע אלטע פעטער.
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 4:56 pm
דורך שמעקעדיג
שרגא, יישר פאר דיין תגובה. מיר דארפן דיר דא אפטער!
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 4:58 pm
דורך זר זהב
אפטער רב?
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 5:04 pm
דורך זר זהב
איך האב געהערט אז ווייל דענעם זעהט אויס אפגעקראכן און ביליג, פאסט עס נישט פאר א בת ישראל
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 5:10 pm
דורך שרגא
שמעקעדיג האט געשריבן:שרגא, יישר פאר דיין תגובה. מיר דארפן דיר דא אפטער!
א דאנק. איך וויל אויך. איי וויש איי קוד.