בלאט 1 פון 2
לאטערי נייעס
נשלח: פרייטאג מערץ 30, 2012 2:31 pm
דורך שמואל הלוי
קודם זאל מען נאר געווינען נאכדעם וועט מען טראכטן.
Re: Mega Millions לאטערי = $640,000000
נשלח: פרייטאג מערץ 30, 2012 3:00 pm
דורך קרעמער1
שמואל הלוי האט געשריבן:קודם זאל מען נאר געווינען נאכדעם וועט מען טראכטן.
נישט אמת. גענוג און נאך מענטשן האבן פארלוירן דעם שכל נאכן געווינען א גרויסער אומגעראכטענער געווינס און זיי האבן היינט ביטער חרטה פארן געווינען וואס דאס האט זיי צוגרינד געלייגט דאס לעבן
Re: Mega Millions לאטערי = $640,000000
נשלח: מוצ"ש מערץ 31, 2012 9:55 pm
דורך ידען
איך האב נישט געווינען.
ווער בלייבט גוט מיט מיר?
Re: Mega Millions לאטערי = $640,000000
נשלח: מוצ"ש מערץ 31, 2012 10:09 pm
דורך nescafe
The winning numbers in Friday night’s drawing were 02-04-23-38-46, and the Mega Ball 23.
Re: Mega Millions לאטערי = $640,000000
נשלח: מוצ"ש מערץ 31, 2012 10:42 pm
דורך קרעמער1
יענער האט זיך שוין געמאלדן?
Re: Mega Millions לאטערי = $640,000000
נשלח: מוצ"ש מערץ 31, 2012 10:53 pm
דורך געפילטע פיש
קרעמער1 האט געשריבן:יענער האט זיך שוין געמאלדן?
איך האב נאך נישט געהערט.
www.nydailynews.com/new-york/mega-millions-17-250-000-second-prize-tickets-sold-york-article-1.1053839International Deli on 14th Avenue
Re: Mega Millions לאטערי = $640,000000
נשלח: זונטאג אפריל 01, 2012 1:48 am
דורך kliger
[quote="קרעמער1"]יענער האט זיך שוין געמאלדן?[/quote]
mordy shpira a chaveirem member from flatbush
Re: Mega Millions לאטערי = $640,000000
נשלח: זונטאג אפריל 01, 2012 1:50 am
דורך אךשמח
וויפיל באקומט ער נאך מכס?
Re: Mega Millions לאטערי = $640,000000
נשלח: זונטאג אפריל 01, 2012 2:02 am
דורך געפילטע פיש
אךשמח האט געשריבן:וויפיל באקומט ער נאך מכס?
www.megamillions.com/whereto/states_ny.aspTax Information
Effective May 1, 2009 - Federal: 25%, State: 8.97%, New York City residents: 3.648%
קומט אויס א קנאפע 156 טויזענט.
Re: Mega Millions לאטערי = $640,000000
נשלח: זונטאג אפריל 01, 2012 2:06 am
דורך אךשמח
און דאס איז מסתם אויך נאר אויב ער נעמט דאס געלט אין לויף פון מערערע יארן. אויב נעמט ער דאס גאנצע געלט ארויס יעצט איז עס ווארשיינליך נאך ווייניגער.
אלנפאלס, זאל מיר אלע האבן אזעלכע פראבלעמען...
Re: Mega Millions לאטערי = $640,000000
נשלח: מאנטאג אפריל 02, 2012 7:31 pm
דורך חד גדיא
יעצט שלאגט מען זיך שוין. א פרוי וואס ארבעט ביי מעקדאלענס זאגט אז זי האט געווינען. אבער אירע מיטארבייטער זאגן אז זיי האבן געקויפט מיט איר די טיקעטס בשותפות. זי איז מודה, אבער זי טענה׳ט אז חוץ די שותפות טיקעטס האט זי אליין אויך געקויפט. און די טיקעט האט זי אליין געקויפט...
נשלח: דאנערשטאג מאי 16, 2013 10:16 pm
דורך [NAMELESS]
די פאוער באל האלט יעצט ביי 550,000,000 דאלער
נשלח: פרייטאג מאי 17, 2013 1:28 am
דורך גנדי
ראשעקאל האט געשריבן:די פאוער באל האלט יעצט ביי 550,000,000 דאלער
לוינט זיך צו קויפן?
נשלח: פרייטאג מאי 17, 2013 1:32 am
דורך ונבנתה העיר
פאר 12 מיליאן ביסטו נישט גרייט אוועקצוגעבן א דאלער?
נשלח: פרייטאג מאי 17, 2013 1:34 am
דורך געפילטע פיש
וואס מיינסטו צו פרעגן, מאטעמאטיש גערעדט? אויב וואלט זיך געלוינט פאר יעדן צו קויפן ווייל זיינע שאנסן צו געווינען זענען מער ווי איינס אין 550 מיליאן, וואלט דאך די לאטערי נישט געמאכט קיין געלט, ממילא אויב קוקסטו דאס אן ווי אן אינוועסטמענט מיין איך אז דו קענסט זוכן בעסערע אינוועסטמענטס. אבער אויב האסטו ליב צו חלומ'ן וואס דו וועט טוהן מיט די געלט (איך האב שוין א פלאן ביז די לעצטע פעני) דאן לוינט זיך די חלומות פאר א טאלער.
ונבנתה העיר האט געשריבן:פאר 12 מיליאן ביסטו נישט גרייט אוועקצוגעבן א דאלער?
וואס קען מען שוין טוהן מיט 12 מיליאן? מ'קויפט א שיינע הויז, א יאכט, מ'גייט אויף אפאר וואקאציעס און די גאנצע געלט איז שוין פארגאנגען. קען מען דען פירן א מוסד מיט נישטיגע צוועלף מיליאן?
נשלח: פרייטאג מאי 17, 2013 1:47 am
דורך ונבנתה העיר
איך מוטשע זיך שוין לאנג אין ווי אזוי מען רעכענט די ווערט פונעם טשאנס, אויב וועט דיר די טשאנס ברענגען 500 מיליאן לוינט זיך לכאורה ענדערש משקיע צו זיין ווי ווען עס קען דיר נאר ברענגען 12 מיליאן, איי אויב האסטו א ספק ספיקא אז דו וועסט באקומען 12 מיליאן קענסטו דאך גערן באשטיין איינצושטעלן א דאלער.
למעשה קויפן מענטשן אסאך מער ווען ס'איז הויך, קומט אויס אז גראדע במקרה שטימען די מענטשליכע הרגשות און דמיונות [דאס וואס שטיפט איהם מער ביי 500 מיליאן] מיט קאלטע מאטאמאטיק וואס זאגט אז די ווערט פון א טשאנס ביי 500 מיליאן איז מער.
איך גלייב נישט אז איינער האט זיך אפגעהאלטן פון קויפן ביי 12 מיליאן ווייל ער האט זיך געמאכט א הארטן מאטאמאטישן חשבון אז אויב די געווינס איז 'נאר' 12 מיליאן לוינט זיך איהם נישט איינצושטעקן דעם דאלער.
נשלח: פרייטאג מאי 17, 2013 10:24 am
דורך שמעקעדיג
געפילטע פיש האט געשריבן:אבער אויב האסטו ליב צו חלומ'ן וואס דו וועט טוהן מיט די געלט (איך האב שוין א פלאן ביז די לעצטע פעני....)
ביטע, געפילטע, עס וואלט אונז געווען העכסט אינטרעסאנט צו הערן דיינע פלענער... שרייב עס דא
אין די פאנטאזיע אשכול.
נשלח: פרייטאג מאי 17, 2013 10:35 am
דורך קעסטעסער
שמעקעדיג האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:אבער אויב האסטו ליב צו חלומ'ן וואס דו וועט טוהן מיט די געלט (איך האב שוין א פלאן ביז די לעצטע פעני....)
ביטע, געפילטע, עס וואלט אונז געווען העכסט אינטרעסאנט צו הערן דיינע פלענער... שרייב עס דא
אין די פאנטאזיע אשכול.
נשלח: פרייטאג מאי 17, 2013 11:07 am
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:אבער אויב האסטו ליב צו חלומ'ן וואס דו וועט טוהן מיט די געלט (איך האב שוין א פלאן ביז די לעצטע פעני....)
ביטע, געפילטע, עס וואלט אונז געווען העכסט אינטרעסאנט צו הערן דיינע פלענער... שרייב עס דא
אין די פאנטאזיע אשכול.
איך האב מורא אז דו וועסט הערן וועסטו מתפלל זיין איך זאל נישט געווינען...

נשלח: פרייטאג מאי 17, 2013 1:03 pm
דורך שמעקעדיג
נו, ווארט צו ביז נאך דעם לאטעריע געווינס, און דאן שרייב, וועט עס שוין זיין א תפלת שוא.
נשלח: מוצ"ש מאי 18, 2013 11:29 pm
דורך [NAMELESS]
22, 10, 13, 14, 52
and Powerball 11.
נשלח: מוצ"ש מאי 18, 2013 11:33 pm
דורך ברעט מענינג
ווי אזוי וואלט קאווע שטיבל אויסגעקיקט. ווען איינער פין דא און קאווע שטיבל האט געווינען?
נשלח: מוצ"ש מאי 18, 2013 11:41 pm
דורך ידען
פון וועלעכע שטאט האט מען געווינען?