בלאט 1 פון 1
איך פאר אויף א ביזנעס טריפ
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 5:28 pm
דורך shlomyg
איך פאר אויף א ביזנעס טריפ, ווי קען מען קויפן די פיצעלע מילך באטלעך? אין ווייסט איינער אויב מען וועט דאס אריבערלאזן דורך TSA ?
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 5:31 pm
דורך [NAMELESS]
shlomyg האט געשריבן:איך פאר אויף א ביזנעס טריפ, ווי קען מען קויפן די פיצעלע מילך באטלעך? אין ווייסט איינער אויב מען וועט דאס אריבערלאזן דורך TSA ?
אין יעדע 99 סענס סטאר, לייג אליינס אריין די מילך. און יא, זיי לאזן עס אדורך
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 5:33 pm
דורך לעמיל
האב הצלחה מר' shlomyg
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 6:03 pm
דורך shlomyg
איך זיך די Golden Flow קליינע באטעלעך די וואס מ'געט אין די האספיטעלס
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 6:06 pm
דורך [NAMELESS]
יענטס איז צו גרויס לכאורה, קויף קליינע באטלעך אין לייג עס אריין.
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 6:07 pm
דורך ברסלבער
מען קען אויך פרובירן צו נעמען א גרויסע באטל, רוב מאל גייט עס דורך בשלום.
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 6:17 pm
דורך shlomyg
איך נעם נאר איין Carry-On מיינסט כ'קען איינשטעלן מיט א גרויסע באטעל?
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 6:20 pm
דורך ברסלבער
איך האב שוין עטליכע מאל מיטגעהאלטן ווי זיי האבן נישט באמערקט א קווארט-סייז באטל אין א קערי-אן בעג.
אבער עס איז דאך נישט זיכער אז עס וועט דורך גיין.
נאך אן עצה איז דא צו לייגן א שמאלע באטל אין די הויזן טאש, אויב איז נישטא דארט קיין באדי-סקען, קען עס נישט ווערן אויפגעכאפט (ששששש.. זאג נישט אויס פאר די חברה..)
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 6:22 pm
דורך לעמיל
איך מיין עס ווענט זיך ווי דו גייסט, דעמעסטיק אדער אינטערנאשעניל
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 6:22 pm
דורך shlomyg
שמאלע באטל you mean א קווארט-סייז באטל ?
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 6:23 pm
דורך ברסלבער
יא, אדער א האלבע קווארט, דאס דארף מען שוין איבערגיסן.
פארשטייט זיך אז מען דארף האבן א רעקל אדער קאוט אנגעטוהן.
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 6:49 pm
דורך נולד מאוחר
רוב פלעצע איז דא ou dמילך.
פרעג א רב סקען זיין אז מ'מעג.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:05 am
דורך ונבנתה העיר
shlomyg האט געשריבן:איך זיך די Golden Flow קליינע באטעלעך די וואס מ'געט אין די האספיטעלס
דאס איז מילך? כ'מיין אז ס'איז קרימער'ס.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:16 am
דורך נולד מאוחר
ניין נישט די קליינע קרימערס, איו שפיטאל איז דא קליינע מילך. בערך א קאפ.
נעבן ווילי איז דא א גאלדן פלוי ווערהיוז. מסתמא דארט קענסטו עס באקומען.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 7:14 am
דורך Yiddish
KRM sells it
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 8:32 am
דורך קאווע טרינקער
נולד מאוחר האט געשריבן:רוב פלעצע איז דא ou dמילך.
פרעג א רב סקען זיין אז מ'מעג.
ערשט פרעג מיך וועלכע רב צו פרעגן.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 8:39 am
דורך gehlungen
נולד מאוחר האט געשריבן:רוב פלעצע איז דא ou dמילך.
פרעג א רב סקען זיין אז מ'מעג.
That's choolov ahkim which most poskim say is now choolov treif !
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 8:41 am
דורך קאווע טרינקער
זייט ווען גייט מען נאך רוב?
רוב רבנים זענען ציונים!
אונז זעמיר דאך דוגל בסיסמה "כי אתם המעט"!!!
אויסער ווען איינער פון זיי דרוקט זיך אויס "סאטמאר צדק", דאן איז כשר וגדול לאותה שעה.