שמעקעדיג האט געשריבן:ס'מאכט מיך נערוועז די "ציטירן". עטליכע ניקס ציטירן אפט ריזיגע שטיקער, ציטוט בתוך ציטוט בתוך ציטוט, לאנגע דרשות, וואס מאכט מיך סקראלן נאך 7 מאל מיין מייזל ביז איך קום אן צו די קוים-איין-שורה-תגובה וואס דער שרייבער האט מוסיף צו זיין.
את אחי אנכי מבקש. ביטע נישט ציטירן אבי געזונט. אפילו מיט איין תגובה, פעלט נישט אויס צו ציטירן די גאנצע.
לאזט נאר איבער די ווערטער אויף וועלכע איר ווילט זיך באציען, און די איבריגע מעקט אויס. עס מאכט גרינגער פאר אלע לייענער. מען פארשטייט בעסער וואס איר ווילט, וואס אייך קוועטשט, וכדו'.
מיט פולע דאנקע!
דאס איז א זאך וואס אסאך ניקס כאפן זיך נישט, און ווען מען וויל צוריקענטפערן א תגובה, דרוקט מען "ציטיר", און מען נעמט זיך שרייבן, אפגעזעהן וואס מען ציטירט.
דאס איז א גרויסע טעות, און מאכט זייער נערוועז. פארוואס ציטירסטו? און אויב שוין יא ציטירן, פארוואס די גאנצע, און נישט בלויז די ווערטער אויף ואס דו באציהסט זיך?
בכלל אויב ענטפערסטו מיניה וביה, פעלט בכלל נישט אויס צו ציטירן! עס שטערט דאס פליסיגקייט פון ליינען תגובות כסדרן! (עס איז בעיקר נוצליך אויב ענטפערט מען א שפעטערע צייט אויף א פריערדיגע תגובה)
למשל:
אז זרח פרעגט: "וואו קען מען באקומען א געוויסע חפץ"?
די קומענדיגע תגובה פון פרץ דארף בלויז זיין: "ביי משה'ס הארדווער סטאר".
נישט אזוי:
"ביי משה'ס הארדווער סטאר".זרח האט געשריבן:"וואו קען מען באקומען א געוויסע חפץ"?
פארוואס איבערלייגן זרח'ס שאלה על לא דבר??
עטליכע ניקס טוען דאס כסדר, און ווארשיינליך בשוגג.
אלס אן אחראי, טו איך דאס כסדר מתקן זיין, צענדליגער שטיק א טאג (גיי פרעג פארוואס... בין איך א פערפעקשאניסט?), אבער איך ווער שוין מיד דערפון!
איך וויל בעטן יעדן עקסטער, אויב ווילט איר בלויז ענטפערן, אן ציטירן, דרוקט אדער "שנעלע הודעה", אדער דעם קנעפל "רעאגיר" אונטן רעכטס.
בתקוה להבנה!