בלאט 1 פון 2

נישט "ציטירן", סיידן אויב נויטיג!

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 5:42 pm
דורך שמעקעדיג
איך האב שוין געשריבן אין דעם "קאמענטארן אשכול" ווי פאלגענד, אבער כ'זעה ס'איז נישט גענוג, וויל איך גרינדן דערפאר א באזונדערן אשכול.
שמעקעדיג האט געשריבן:ס'מאכט מיך נערוועז די "ציטירן". עטליכע ניקס ציטירן אפט ריזיגע שטיקער, ציטוט בתוך ציטוט בתוך ציטוט, לאנגע דרשות, וואס מאכט מיך סקראלן נאך 7 מאל מיין מייזל ביז איך קום אן צו די קוים-איין-שורה-תגובה וואס דער שרייבער האט מוסיף צו זיין.

את אחי אנכי מבקש. ביטע נישט ציטירן אבי געזונט. אפילו מיט איין תגובה, פעלט נישט אויס צו ציטירן די גאנצע.
לאזט נאר איבער די ווערטער אויף וועלכע איר ווילט זיך באציען, און די איבריגע מעקט אויס. עס מאכט גרינגער פאר אלע לייענער. מען פארשטייט בעסער וואס איר ווילט, וואס אייך קוועטשט, וכדו'.

מיט פולע דאנקע!

דאס איז א זאך וואס אסאך ניקס כאפן זיך נישט, און ווען מען וויל צוריקענטפערן א תגובה, דרוקט מען "ציטיר", און מען נעמט זיך שרייבן, אפגעזעהן וואס מען ציטירט.

דאס איז א גרויסע טעות, און מאכט זייער נערוועז. פארוואס ציטירסטו? און אויב שוין יא ציטירן, פארוואס די גאנצע, און נישט בלויז די ווערטער אויף ואס דו באציהסט זיך?

בכלל אויב ענטפערסטו מיניה וביה, פעלט בכלל נישט אויס צו ציטירן! עס שטערט דאס פליסיגקייט פון ליינען תגובות כסדרן! (עס איז בעיקר נוצליך אויב ענטפערט מען א שפעטערע צייט אויף א פריערדיגע תגובה)

למשל:
אז זרח פרעגט: "וואו קען מען באקומען א געוויסע חפץ"?
די קומענדיגע תגובה פון פרץ דארף בלויז זיין: "ביי משה'ס הארדווער סטאר".

נישט אזוי:
זרח האט געשריבן:"וואו קען מען באקומען א געוויסע חפץ"?
"ביי משה'ס הארדווער סטאר".

פארוואס איבערלייגן זרח'ס שאלה על לא דבר??


עטליכע ניקס טוען דאס כסדר, און ווארשיינליך בשוגג.
אלס אן אחראי, טו איך דאס כסדר מתקן זיין, צענדליגער שטיק א טאג (גיי פרעג פארוואס... בין איך א פערפעקשאניסט?), אבער איך ווער שוין מיד דערפון!
איך וויל בעטן יעדן עקסטער, אויב ווילט איר בלויז ענטפערן, אן ציטירן, דרוקט אדער "שנעלע הודעה", אדער דעם קנעפל "רעאגיר" אונטן רעכטס.

בתקוה להבנה!

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 5:45 pm
דורך זר זהב
שמעקעדיג האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 27, 2013 5:42 pm איך האב שוין געשריבן אין דעם "קאמענטארן אשכול" ווי פאלגענד, אבער כ'זעה ס'איז נישט גענוג, וויל איך גרינדן דערפאר א באזונדערן אשכול.
שמעקעדיג האט געשריבן:ס'מאכט מיך נערוועז די "ציטירן". עטליכע ניקס ציטירן אפט ריזיגע שטיקער, ציטוט בתוך ציטוט בתוך ציטוט, לאנגע דרשות, וואס מאכט מיך סקראלן נאך 7 מאל מיין מייזל ביז איך קום אן צו די קוים-איין-שורה-תגובה וואס דער שרייבער האט מוסיף צו זיין.

את אחי אנכי מבקש. ביטע נישט ציטירן אבי געזונט. אפילו מיט איין תגובה, פעלט נישט אויס צו ציטירן די גאנצע.
לאזט נאר איבער די ווערטער אויף וועלכע איר ווילט זיך באציען, און די איבריגע מעקט אויס. עס מאכט גרינגער פאר אלע לייענער. מען פארשטייט בעסער וואס איר ווילט, וואס אייך קוועטשט, וכדו'.

מיט פולע דאנקע!

דאס איז א זאך וואס אסאך ניקס כאפן זיך נישט, און ווען מען וויל צוריקענטפערן א תגובה, דרוקט מען "ציטיר", און מען נעמט זיך שרייבן, אפגעזעהן וואס מען ציטירט.

דאס איז א גרויסע טעות, און מאכט זייער נערוועז. פארוואס ציטירסטו? און אויב שוין יא ציטירן, פארוואס די גאנצע, און נישט בלויז די ווערטער אויף ואס דו באציהסט זיך?

בכלל אויב ענטפערסטו מיניה וביה, פעלט בכלל נישט אויס צו ציטירן! עס שטערט דאס פליסיגקייט פון ליינען תגובות כסדרן! (עס איז בעיקר נוצליך אויב ענטפערט מען א שפעטערע צייט אויף א פריערדיגע תגובה)

למשל:
אז זרח פרעגט: "וואו קען מען באקומען א געוויסע חפץ"?
די קומענדיגע תגובה פון פרץ דארף בלויז זיין: "ביי משה'ס הארדווער סטאר".

נישט אזוי:
זרח האט געשריבן:"וואו קען מען באקומען א געוויסע חפץ"?
"ביי משה'ס הארדווער סטאר".

פארוואס איבערלייגן זרח'ס שאלה על לא דבר??


עטליכע ניקס טוען דאס כסדר, און ווארשיינליך בשוגג.
אלס אן אחראי, טו איך דאס כסדר מתקן זיין, צענדליגער שטיק א טאג (גיי פרעג פארוואס... בין איך א פערפעקשאניסט?), אבער איך ווער שוין מיד דערפון!
איך וויל בעטן יעדן עקסטער, אויב ווילט איר בלויז ענטפערן, אן ציטירן, דרוקט אדער "שנעלע הודעה", אדער דעם קנעפל "רעאגיר" אונטן רעכטס.

בתקוה להבנה!

א שטארקע נקודה, מיר שטערט עס אויך.

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 5:48 pm
דורך לעמיל
זר זהב האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:

א שטארקע נקודה, מיר שטערט עס אויך.

זר פארוואס מאכסטו קאלט??? דאס איז די עמלק אשר קרך

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:05 pm
דורך נולד מאוחר
ווען איך שרייב מיט מיין פאן איז מיר זייער שווער צי מעקן א חלק פון די ציטאט.

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:31 pm
דורך געפילטע פיש
לפום צערא אגרא

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 9:07 pm
דורך איך אויך
אויב וואלט איך געהאט א דאלער פאר יעדע מאל איך זעה דא א צודרייטע ציטיר בתוך ציטיר בתוך ציטיר אלעס פאר א תגובה'לה פון א שורה'לה וואלט איך געהאט אסאך דאלערס.

געוויסע ניקס וואלטן גרינג געווינען דעם 'אומנויטיגן ציטיר עווארד' ומכאן הקריאה יוצאת ביטע אויפהערן מיט די משוגעת, און בכלל ווי שמעקי דערמאנט שוין אויב מען ענטפערט אויף א תגובה וואס איז דירעקט העכער דיין תגובה פעלט בכלל נישט אויס צו ציטירן.

ובחדא מחתא וויל איך אויפמערקזאם מאכן ידידינו ר' בערל הבעל עגלה אז זיין 'ענטפער צו...' קעפל פעלט נישט אויס און מאכט סתם נערוועז, דער עולם גיבט זיך פיין אנייצע אן דעם.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:15 am
דורך ונבנתה העיר
איך אויך האט געשריבן:ובחדא מחתא וויל איך אויפמערקזאם מאכן ידידינו ר' בערל הבעל עגלה אז זיין 'ענטפער צו...' פעלט נישט אויס און מאכט סתם נערוועז, דער עולם גיבט זיך פיין אנייצע אן דעם.

אויף דעם וועסטו שוין מוזן אריינגעבן אויך פאר יידל און שמעקעדיג...

נשלח: מוצ"ש מערץ 02, 2013 9:48 pm
דורך דולה ומשקה
פאר די מדקדקים אין ציטירען ציטער בתוך ציטער, איז דען נישט מעגליך אוועקצונעמען פון זיי דעם ציטיר אפשען אדער עכ"פ א אזהרה באישי.

נ.ב. כ'האב נישט געוויסט הרב שמעק איהר זענט פון די אחראים, ערשט איצטעט באמערקט, כ'וואלט געהאט מער דרך ארץ פאר אייך, אקעי נעקסט טיים.

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 11:10 pm
דורך George
די מעין טינג איז אז מ'דארף ניצן דעם קאפ ווען מען שרייבט א תגובה א ס'זאל געשמאק צו לייענען פאר א צווייטען.

מה דלך שנאך ...

נשלח: פרייטאג מאי 31, 2013 12:59 am
דורך פרישער
אויף למעשה ווי קויפט מען די געוויסע חפץ

וועלכע חפץ זיכסטי

ובחצה מחצה ווי אינאר משה'ס הארדווער סטאר

נשלח: פרייטאג מאי 31, 2013 7:55 am
דורך איך אויך
הא?

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 3:58 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן: געוויסע ניקס טוען דאס כסדר, און ווארשיינליך בשוגג.
אלס אן אחראי, טו איך דאס כסדר מתקן זיין, צענדליגער שטיק א טאג (גיי פרעג פארוואס... בין איך א פערפעקשאניסט?), אבער איך ווער שוין מיד דערפון!
איך וויל בעטן יעדן עקסטער, אויב ווילט איר בלויז ענטפערן, אן ציטירן, דרוקט אדער "שנעלע הודעה", אדער דעם קנעפל "רעאגיר" אונטן רעכטס.

בתקוה להבנה!

כ'על דיר (און פאר גאנץ בראד) אויסזאגן א סוד. דו וועסט מיך אפשר אויסלאכן (געזונטערהייט) ס'ארא עיין הא (עם הארץ) איך בין. ס'מאכט מיך אויך נערוועז, ווען איך וויל ציטירן איין שורה און איך דארף אראפברענגען דעם גאנצן פאראגראף. פשוט ווייל כ'ווייס נישט וויאזוי.
מ'דארף אפשר גרינדן א סקול ספעציעל פאר אזעלכע אמעראצים ווי איך. איך וועל בל"נ פרעגן ביי מיינע קינדער וויאזוי מ'טוט דעם פראסידזשור. ייש"כ.

לידידינו איך אויך שליט"א

נשלח: מיטוואך יולי 17, 2013 9:37 pm
דורך berlbalaguleh
אנגענומען. ייש"כ פאר'ן מעורר זיין כ'האב אנגענומען דיין עצה. און איך וועל בל"נ מיך האלטן צו דעם. בחדא מחתא ווילעך מודיע זיין אז כ'האב אויך אנגענומען הרב שמעקעדי'ס עצה נישט צו ציטירן סתם אין די וועלט אריין, נאר ווען נויטיג. מהאי טעמא האביך טאקע נישט געברענגט דעם אריגינאלן מאמר ככתבו וכלשונו. :D

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 2:39 am
דורך איך אויך
ומודה ועוזב ירוחם. כדי צו ציטירן נאר איין שורה קענט איר פשוט אויסמעקן די איבריגע און עס בלייבט איבער נאר יענע שורה וכן אני נוהג.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 2:53 pm
דורך שמעקעדיג
אזוי ווי מיר האבן לעצטנס אריינבאקומען א פרישן שיפמענט פון ניקס, יהא בואם לברכה, און זיי זענען נאכאנאנד גילטי אויף מיין בקשה הנ"ל, טוה איך ווידעראמאל ארויפברענגען דעם אשכול, וכל העם ישמעו וייראו ולא יזידון עוד.

נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 10:58 am
דורך שמעקעדיג
שמעקעדיג האט געשריבן:אזוי ווי מיר האבן לעצטנס אריינבאקומען א פרישן שיפמענט פון ניקס, יהא בואם לברכה, און זיי זענען נאכאנאנד גילטי אויף מיין בקשה הנ"ל, טוה איך ווידעראמאל ארויפברענגען דעם אשכול, וכל העם ישמעו וייראו ולא יזידון עוד.

נשלח: מאנטאג פעברואר 16, 2015 3:31 pm
דורך נאה דורש
שמעקעדיג האט געשריבן:אזוי ווי מיר האבן לעצטנס אריינבאקומען א פרישן שיפמענט פון ניקס, יהא בואם לברכה, און זיי זענען נאכאנאנד גילטי אויף מיין בקשה הנ"ל, טוה איך ווידעראמאל ארויפברענגען דעם אשכול, וכל העם ישמעו וייראו ולא יזידון עוד.


מאך עס פאר א סטיקי אז עס זאל אייביג בלייבן אויוון. דרך אגב איך ניץ אייביג נאר אקטיווע אשכולות קען מען גארט אויך מאכן אז א געוועסע אשכול זאל אייביג בלייבן אויבן אז די אלע וואס ניצן נאר אקטיווע אשכולות זאלן עס אויך זעהן?

נשלח: מאנטאג פעברואר 16, 2015 3:38 pm
דורך שעפטל
סתם אריינצוווארפן... דאס אשכול ברענגט מיר טרערן זיך דערמאנענדיג פון @זר זהב בתקפו.
זר'לע, ציטיר!!! יא נויטיג נישט נויטיג! רעדאגיר, טוה וואס דו ווילסט, אבער קום צוריק!

נשלח: מאנטאג פעברואר 16, 2015 4:29 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: את חטאי אני מזכיר. איך בין מודה (איי פליעד גילטי). אז איך בין עובר אויף דעם חלק פון שכל הישר און קאמאן סענס, אז ווען איך וויל ציטירן איין שורה פון עפעס א מאמר החכם, ברענג איך דעם גאנצן ציטאט. קוואוט, בלע"ז. חטאתי עוויתי פשעתי.

על כן אבקש את בית דינך הצדק, אזוי ווי דא איז דאך דער עולם האמת, ווייסטו דאך דעם אמת אז איך טו עס נישט מחמת עצת היצר, נאר פשוט מכח גרויס אמעראצעס (עם הארצות). בושנו ונכלמנו מאד, איך שעם מיך זייער שטארק, אבער איך ווייס נישט וויאזוי אפצוטיילן א "קוואוט"...

נאך איין בקשה האביך, פליעס פארצייל נישט פאר קיינעם אונזער שמועס דא. יישר כח.
הק' בערל בעל עגלה.... :oops:

נשלח: מאנטאג פעברואר 16, 2015 4:32 pm
דורך איך אויך
יא לעצטענס הערשט א געוואלדיגע התרשלות אינעם חומר העוון של ציטרן לבטלה ,און ווער רעדט נאך ווען מען ציטירט תגובה בתוך תגובה בתוך ציטיר און אלעס אויף צוצולייגן דריי מיט א האלב ווערטער.

נייע ניקס (און עטליכע אלטע אויך) ביטע נעמט אין אכט! אז אויב דו ביסט מגיב אויף א תגובה דירעקט העכער דיך פעלט אין 99.99% פון די פעלער נישט אויס צו דרוקן דעם ציטיר קנעפל, און אפילו אויב עס איז אפאר תגובות אפגערוקט פארשטייט מען על פי רוב וואס דו ווילסט אויך אן ציטירן.

געדענק, דער עולם ניקס זענען רובם קלוגער ווי דו מיינסט.

נשלח: מאנטאג פעברואר 16, 2015 5:25 pm
דורך פישלע העררינג
נישט ממש.

נשלח: מאנטאג פעברואר 16, 2015 5:28 pm
דורך פישלע העררינג
פישלע העררינג האט געשריבן:נישט ממש.

"נישט ממש" וואס?

1. אז עס הערשט לעצטענס א געוואלדיגע התרשלות?

2. אז אין 99.99% פעלט נישט אויס צו ציטירן?

3. אז רוב ניקס זענען קלוגער ווי מען מיינט?

נשלח: מאנטאג פעברואר 16, 2015 5:30 pm
דורך פישלע העררינג
פישלע העררינג האט געשריבן:
פישלע העררינג האט געשריבן:נישט ממש.

"נישט ממש" וואס?

1. אז עס הערשט לעצטענס א געוואלדיגע התרשלות?

2. אז אין 99.99% פעלט נישט אויס צו ציטירן?

3. אז רוב ניקס זענען קלוגער ווי מען מיינט?

אה, א פשוט'ע "ציטיר" וואלט געהאלפן...

איך אויך האט געשריבן:לעצטענס הערשט א געוואלדיגע התרשלות אינעם חומר העוון של ציטרן לבטלה


נישט ממש.

איך אויך האט געשריבן:אין 99.99% פון די פעלער נישט אויס צו דרוקן דעם ציטיר קנעפל


נישט ממש.

איך אויך האט געשריבן:געדענק ,דער עולם ניקס זענען רובם קלוגער ווי דו מיינסט.


נישט ממש.