בלאט 1 פון 3

זר זהב- 6000

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 10:34 pm
דורך [NAMELESS]
איך בין זייער נייגעריג צו זעהן וואס גייט זיין זר זהב 6000׳סטע תגובה. אזוי ווי ער האלט שוין ביי 5999.

מזל טוב למפרע!!!

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 10:36 pm
דורך [NAMELESS]
זר זהב האלט דיר פעסט, שרייב א גוטס, נישט קום אהער און געב אן ענטפער עפעס. זיי נישט אינסטיקטיוו, טראכט איבער, לאו בכל יומא מתרחש. טראכט א גוטס...

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 10:50 pm
דורך זר זהב
ישר כח ממי, און סארי קופער... מיין מי ימצא מיט מיין קינד האבן געטון די ארבעט פאר מיר...

MT.jpg
MT.jpg (21.9 KiB) געזען געווארן 1647 מאל

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 10:52 pm
דורך [NAMELESS]
מזל טוב!!!!

(בדרך אגב, וואס איז דיין צדיקת׳ל אויף אין אזא שעה???, און ב״ה זי גייט נישט מיט דענים...)

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 10:53 pm
דורך ברסלבער
מזל טוב, זיי קענען טאקע זיין שטאלץ מיט אזא טאטן.

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 10:55 pm
דורך זר זהב
הרב ברסלבר... מאכסט מיר לול'ן...

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 10:56 pm
דורך ונבנתה העיר
ממי_שאמרו האט געשריבן:און ב״ה זי גייט נישט מיט דענים...)

זעהסט נישט וואס פאר א צנועה זי איז? פארדעקט זיך אזוי שיין דעם פנים...

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 10:58 pm
דורך [NAMELESS]
ספעציעל אויפגעוועקט דאס קינד און אנגעטוהן???...

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 10:59 pm
דורך נולד מאוחר
זר, כהאב אינמיטן שיעור אויסגעשאסן פאר געלעכטער.
דיינע קונדער העלפן דיר מיט דיינע תגובת אויך?
פארוואס שרייבן זיי נישט זר? זיי ווייסן דיין ניק?
זיי האבן מיטגעהאלטן דיין לעצטיגע סומטאטכע דא, גאגאנגען געקומען?

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 11:00 pm
דורך זר זהב
מ'גיט נישט ארויס אלע דעטאלן צוליב סעקיוריטי ריזענס.

א וואונטש צו זר זהב (למסגרתו(

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 11:06 pm
דורך berlbalaguleh
מזל טוב לכבוד דיין 7,000 'סטע תגובה. בקרוב בימינו אי"ה. די 6,000'סטע האב איך שוין פארשפעטיגט. אויף דיר קעמען זאגן "אשרי מי שבא לכאן ותלמודו בידו.". אזוי ווי דו האסט זוכה געווען משמח צו זיין דעם עולם און האלטן דעם עולם אינפארמירט. זאל דער אייבירשטער העלפן זאלסט זוכה זיין משפיע צו זיין פון דיין חכמה און ענטערטעינען אלע באי הקאווע שטיבל און אלע יודן (וועלכע האבן נישט געאסר'ט דעם אינטערנעט). כה יתן ה' וכה יוסיף. כפליים כיוצאי מצרים עבג"צ בב"א.
נאר איין קליינע שאלה וויל איך פרעגן. צו מ'קען איינקעשן די 6 אלפים און קויפן כאטש איין דזשאר "קדם" געפילטע פיש? :like :like :like :lol: :oops: :roll:

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 11:12 pm
דורך זר זהב
נולד מאוחר האט געשריבן:פארוואס שרייבן זיי נישט זר? זיי ווייסן דיין ניק?

ווייל אינדערהיים ביניך נישט זר, איך בין 'טאטי' .(און אמאל אמאל 'משוגענער')

@BEREL יא זיכער, כ'בין אלץ אין פאר א שטיקל קדם דזשאר קאטשעניו!

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 11:28 pm
דורך קאווע טרינקער
זר, פארוואס ביסטו נאך אויף, גיי שלאפן, קיינער וועט דיר נישט איבערשטייגן מיט תגובות.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:43 am
דורך בדחן
לייק פאר די פיקטשער, זייער זיס,

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:47 am
דורך משה געציל
געוואלדיג זר! נאך א מזל אז אונזער קרוין האט זיך בארעכענט צוריק צוקומען און זיין דער וואס איז דער ערשטער אין פלאץ! שמך נאה לך ואתה נאה לשמך!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 3:01 am
דורך געפילטע פיש
זר, דו ביזט קיוט, פארפאלן!
איך מעג דיר געבן א קניפ אין בעק'ל?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 3:17 am
דורך טעפל
איך וועל שרייבען וואס כ'האב שוין געשריבען ביים פיער טויזנט און ביי פינעף טויזענט:
מזל טוב זר באשעפער זאל דיר העלפען זאלסט טרעפען א גוטן דזאב און זיך מוטשענען אנקומען צום זיבעטען טויזנט תגובות!!!
אבער נאך אלץ ווילען מיר דיר שטארק האבען דא, זיי ממשיך אופן גוטן אופן, (מיט א דזשאב אינדערזייט)

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 9:01 am
דורך יידל
מזל טוב זר'ס מי ימצא און זיין זון פאר זייער טאטי'ס 6000 תגובות אויף קאווע שטיבל!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 9:08 am
דורך לעמיל
מזל טוב זר בוסט א כבוד און פראכט פאר אונז דיך צו האבען דא

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 10:56 am
דורך פשוט-קאמפליצירט
מזל טוב, זר זהב. ביז די 120 טויזנט תגובות געזונטערהייט.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 3:08 pm
דורך לעמיל
אנאליזירער אויב מ'מעיג בעטען א אנליז ווילאנג עס נעמט פאר זר 1000 תגבות

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 3:22 pm
דורך היסטאריקער
מזל טוב זר, א עקסטרע ייש״כ פאר׳ן צוריקומען

מעג מיר וויסן מעיקרא מאי קסבר ולסוף מאי קסבר?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 3:27 pm
דורך זר זהב
איינע פון די ריזענס איז ווייל כ'האב גע'מיסט די "לייקס"...