בלאט 1 פון 7
מזל טוב! 2000 לייקס
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 9:22 am
דורך לעמיל
[center]קאווע שטיבל ווינטשט א הערצליכן מזל טוב פאר ידידינו היקר מראשי השטיבל
מוה"ר שמעקעדיג שליט"א
לרגל הגיעו ל"אלפיים לייקס" בלי עין הרע
יה"ר שקרן הלייקים שלך יתרבו ויתרוממו למעלה למעלה עד אין מספר וירוו ממך חבריך רוב נחת דקדושה וירבו לייקיותיך כרימון ויתרוממו למעלה למעלה עד אין מספר![/center]
[center]ידידינו ר' שמעקעדיג
ביסט א פראכט און שטאלץ פאר אונזער שטיבל![/center]
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 9:29 am
דורך לעמיל
פאר די רעקארד
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 10:33 am
דורך טעפל
שמעקעדיג איך בין זיכער אז דו וועסט סאך שנעלער אנקומען צו דיין דריי טויזנטען לייק, דו עולם אפרישיעט דיך!
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 11:35 am
דורך געפילטע פיש
[center]מזלא טבא וגדיא יאה להאי חברא יקירא איש האשכולות תגובותיו נוטפות מור ריח
בני כריח שדה תפוחים על הגעתו לשיא הלייקים קי"ב פעמים ח"י הלא הוא
מוהר"ר שמעקעדיג שליט"א
וכי אלפיים מילתא זוטרתא היא? הרי היא חתיכה הראויה להתכבד בקלון חברו
ומתלמידיו יותר מכולם יחד הודו לה' כי טוב כי לעולם בהם תעבודו.
יה"ר שתזכה לעלות מעלה מעלה על בומתי הלייקים וירוו ממך חבריך וחברותיך רוב נחת בבגצבב"א.[/center]
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 2:54 am
דורך זר זהב
קאנגרעדזולאציעס להני שני כרובים, עמודי הק"ש, כל רז (אותיות זר) לא אניס להם, כתובי חולין שלהם צריכין לימוד, ה"ה אנשים חשובים ידענים מפורסמים, יאנקל און יידל צום דעררייכונג פון 2000 ליבעס פון אנדערע קאווע ניקים, כן יעזור ה' להלאה לעלות על במתי ה'סייענס ו'ויקיפידיע, להחיות בהם נפשי הקאווע שטיבל.
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 3:15 am
דורך טעפל
מזל טוב יאנקל און יידל, מ'זעהט אז ס'איז מן השמים עטס זאלטס דערגרייכען צוזאמען צו דעם סכום, וויפיל אידען האט עטס שוין בארייכערט דא מיט ענקערע ידיעות!! (איך גלייב אז ס'גיט אוריס מער פון די ראמען פון אונזער שטיבל) אונז ווער מער קלוגער פון טאג צו טאג.
אן עקסטערע שכוח זר פארן באמערקן!
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 9:40 am
דורך געפילטע פיש
מזלא טבא וגדיא יאה. יה"ר שתרוו רוב נחת מלייקיותיכם.
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 4:28 pm
דורך שמעקעדיג
מזל טוב מעמקי לבבי! פאר ביידע פון אייך, סיי יאנקל, און סיי יידל!
You are well worth it
מיר באלעקן זיך כסדר מיט אייערע הערליכע, קלוגע תגובות!
לאורך ימים ושנים טובים.
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 6:51 pm
דורך [NAMELESS]
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 7:19 pm
דורך יידל
מזלא טבא וגדיא יאה לידידי הוירטאלי הרה"ג המכונה יאנקל לרגל הגעתו לאלפיים לייקים! יה"ר שתרוה רוב נחת מהלייקים שלך, ותזכה לגדלם במספר ובמנין!
און א גרויסן ייש"כ פאר די אלע וואונטשער! אי"ה ביי ענק בקרוב ממש! און שמעקעדיג, ביי די 3000 ביי דיר אי"ה!
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 9:23 pm
דורך [NAMELESS]
ששששששש רבותי. לא איש דברים אנכי, לא רעדנער אנכי, ולא בן דברים אנכי, אפגערעדט פונעם זיידן דער שלעפער זצ"ל, שוין, וואס האב מיר צו רעדן, אבער צו אזא מורא'דיגע מעמד, מעמד תשית לראשו עטרת פז, ווען מען באקרוינט אונזערע צוויי רביס, אלופנו ומיודענו, החכמים הנפלאים, די צוויי גאלדענע לייכטער, יידל און יאנקל, מיט די צוויי טויזנט לייקס, מוז איך דא ארויסברענגען בשם כל הקהל הקודש אונזערע געוואלדיגע געפילן.
במקלינו עברנו את הירדן הזה, מיר זענען דא אנגעקומען אין שטיבל ערום ויחף. פרימיטווע קינדער וואס האבן נישט געוואוסט גארנישט. די גוף איז א צוזאמענשטעל פון אש עפר רוח און מים האבן מיר געמיינט, און געאגראפיע האבן מיר געוואוסט בלויז איבער די פלוין פון ממרא און אז חרן איז ווייטער פון באר שבע, פילאזאפיע האבן מיר פארשטאנען א רעטעך, און אויסער דרעשן די ווערטער "די סתירה פון ידיעה מיט בחירה" האבן מיר נישט געוואוסט גארנישט אויסער אז מען וועט אונז אויספראקן אין דעם כף הקלע.
ועתה היינו למחנות מחנות. אדאנק די צווי חכמים זענען געקומען נאך אסאך חכמים, מיר האבן באגריפן אין סייענס, אין געאגראפיע, אפילו פילאזאפיע האבן מיר זיך צוגעלערנט. און אויב זאל איך מיר נאך דא לאנג דרייען טו איך זיך אן א נעקטיי, לייג א בליי אויפן אויער, און איך וואלט געלאפן אין די גאסן און געשריגן הויך אז איך בין א פראפעסער מדורי דורות.
יידל און יאנקל וויפיל חכמה האט איר אונז דא אריינגעשטופט!
ווי שווער האט איר אריינגעארבעט צו נעמען די סטאדע קוען, און נישט אויפהערן מסביר זיין יעדע נייע בוך, יעדע נייע ספר, יעדע וויסנשאפטליכע נייעס און שרייבן מעסיג און וויסנשאפטליך.
אשמנו, מיר זענען צוריקגעגאנען צו אונזערע סומאטאכעס און טפשות. בגדנו, מיר זענען זיך צוריקגעלאפן איינוויקלען מאחורי הפרגוד, גזלנו, מיר האבן געשריבן געגנבטע סחורה שטותים פון געוועב, דברנו דופי מיר האבן געשריבן מיאוס און זיך געאמפערט אין צימעס. אבער איר צוויי, הני תרי צנתרי דהבא, ווי געטרייע מלמדים זענט געשטאנען און אונז גערוקט קוואליטעט סחורה, וויסנשאפט און אינטערסאנטע ידיעות, און אונז געמאכט פאר מענטשן.
איך וויל נישט אויפהאלטן, און איך זעה די עזרת נשים קען נישט זיין שטיל, וועל איך מסיים זיין, מיט דעם קען מען פארשטיין דעם אשר ברא, איי לכאורה, נח לו שלא נברא משנברא, אבער הני מילי בדליכא יידל ויאנקל, אבל בדאיכא איז דאך גוט אז מיר זענען געבארן, און לאמיר מסיים זיין מיט א ברכה אז יידל און יאנקל זאלן זיך אינאיינעם עלטערן אין פריידן, ולא יבריחו ולא יעלימו לא זה מזו ולא זו מזה, און מיר זאלן שעפן מבאר תורתם כל הימים, און מען זאל זוכה זיין, נו, וויאזוי ענדיגט מען? אה, ובזה אשים קנצי למילי.
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 9:26 pm
דורך קאווע טרינקער
איך בין מוחה אויף "קנצי"! איך וועל איך שטיל מאכן, דו קענסט ווייטער ממשיך זיין... נא...
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 10:25 pm
דורך ידען
און איך פיל מיך גוט אז איך האב א חלק אין די 2000 לייקס.
שרייבטס נאך. איך וויל לייקען גוטע זאכען.
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 10:30 pm
דורך ידען
שמעקעדיג האסט פארגעסען צו לייקען לעמיל. ער האט געמאכט אזא שיינע אשכול פאר דיר.
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 10:31 pm
דורך שמעקעדיג
אוי קופערניקעס... נאך אפאר אזעלכע רייכע תגובות האלסטו שוין אויך ביי צוויי טויזענט לייקס! גיב זיך א שאקל, שרייב נאך...
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 10:33 pm
דורך שמעקעדיג
ידען האט געשריבן:שמעקעדיג האסט פארגעסען צו לייקען לעמיל. ער האט געמאכט אזא שיינע אשכול פאר דיר.
וואו? און פארוואס שרייבסטו עס דא?
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 10:39 pm
דורך משה געציל
א כבוד פאר דאס חרידישע אידענטום אז זי פארמאגט אזאלכע צוויי געלערענטע, טאלאנטפולע, הויכגעשעצטע, וויסנטשאפלער, שרייבער!
הרב י.מ. סופר, דייטש, און טעללער, נעמט אייך אייער אויסגעדראשענע ווערק און ווארפט עס צו די דערנער!
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 10:41 pm
דורך ידען
שמעקעדיג האט געשריבן:ידען האט געשריבן:שמעקעדיג האסט פארגעסען צו לייקען לעמיל. ער האט געמאכט אזא שיינע אשכול פאר דיר.
וואו? און פארוואס שרייבסטו עס דא?
דו גייסט אלע מאל אן גלעזער אדער נאר ווען דו לייענסט מיינע זאכן?..
ווער האט געמאכט די אשכול?
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 11:14 pm
דורך שמעקעדיג
געלייקט!
שקויעך פארן מעורר זיין!
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 12:41 am
דורך זר זהב
משה געציל האט געשריבן:א כבוד פאר דאס חרידישע אידענטום אז זי פארמאגט אזאלכע צוויי געלערענטע, טאלאנטפולע, הויכגעשעצטע, וויסנטשאפלער, שרייבער! הרב י.מ. סופר, דייטש, און טעללער, נעמט אייך אייער אויסגעדראשענע ווערק און ווארפט עס צו די דערנער!
מיט דייטש מוז איך דיסאגריען, ער איז א שרייבער פון הויעכן קאליבער במלוא מובן המילה, א מייסטער וואונדער.
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 12:51 am
דורך חד גדיא
דייטש איז זייער א גוטער שרייבער. אבער ער האט גארנישט צו פארקויפן.
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 12:54 am
דורך זר זהב
דאס איז דאך א קונץ! שטעל דיר פאר א גוטער גראסערי מיט ליידיגע פאליצעס, דאס קענישט יעדער באווייזן...
למעשה פארקויפט ער יא, ער איז אייביג עפעס מחדש. וויאזוי ער שטעלט צאם אן ארטיקל איז אסאך מאל זיך צום באלעקן.
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 3:53 am
דורך טעפל
זר זהב האט געשריבן:דאס איז דאך א קונץ! שטעל דיר פאר א גוטער גראסערי מיט ליידיגע פאליצעס, דאס קענישט יעדער באווייזן...
למעשה פארקויפט ער יא, ער איז אייביג עפעס מחדש. וויאזוי ער שטעלט צאם אן ארטיקל איז אסאך מאל זיך צום באלעקן.
אבער ער קען זיך באגראבען פאר אונזער יאנקל און יידל, נישט אזוי?