בלאט 1 פון 2

זאכן וואס יעדער זאגט...

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:19 pm
דורך ודי למבין
זאכן וואס יעדער זאגט... אין איך פארשטיי דאס נישט לענ"ד אדער איך האלט נישט פון דעם
קינדער קענען עפענן יעדע קאוד פון א קאמפיוטער...
אמאליגע פארצייטישע בעלי בתים זענען געווען אלע ערליכע יודן און תמימים...
א לאטערי מאכט נישט צופרידן א מענטש...
שלשה דברים מרחיבין דעתו של אדם אשה נאה וכו' מיינט נישט כפשוטו...
אמעליגע מענטשן זענען געווען מער צופרידן...
אויף א רבי פרעגט מען נישט קיין קשיות...
די עולם קען צולייגן נאך כהנה וכהנה

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:21 pm
דורך Ben-Shishim
Once you turn older, you will understand

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:22 pm
דורך ודי למבין
דאס האט מען מיר געזאגט 20 יאר צוריק

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:30 pm
דורך [NAMELESS]
זעהט אויס אז מ׳האט געמיינט נאך עלטער. בן ארבעים לבינה

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:34 pm
דורך ודי למבין
דערמאנסט מיך א גוטס, א זקן האט אמאל געפרעגט אן עלטערן בחור וואס טיט שזיך מיט בן שמונה עשר לחופה, האט ער אים צוריק גענטפערט, און וואס איז מיט בן ארבעים לבינה... אדער אז די וויזניצער רבי האט אמאל געפרעגט א ליטווישע בחור וואס איז מיט בן שמונה עשרה לחופה, האט ער געזאגט ער שטייט לאנג שמונה עשרה, האט ער אים געזאגט אז מעו שטייט לאנג שמונה עשרה פארפאסט מען קדושה... אבער לאמיר נישט אריינגיין אין דעם וואס איז שוין נאך א זאך (לינגט) וואס מען האט אינז אלעמאל פארקויפט, אז די טרעפן זיך נישט פאר די חתונה זענען מער צופרידן וכו', אויף דעם איז שוין געווען דא אמאל א גאנצן אשכול הכופר דודי לי...

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:37 pm
דורך [NAMELESS]
קודם כל, עס איז געווען דער סאטמאר רבי מיט הרב כהנאמאן פון פונוביץ.

צווייטענס, איך זעה אז דו ביסט באמת איינגערעדט אז יענעמס גראז איז גרינער.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:39 pm
דורך ודי למבין
מיין גראז האב איך שוים געשמעקט...

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 1:53 pm
דורך ידען
ממי_שאמרו האט געשריבן:זעהט אויס אז מ׳האט געמיינט נאך עלטער. בן ארבעים לבינה

אדער בן שישים...

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 2:12 pm
דורך יידל
ממי_שאמרו האט געשריבן:צווייטענס, איך זעה אז דו ביסט באמת איינגערעדט אז יענעמס גראז איז גרינער.

נישט אז יענעמ'ס גראז איז גרינער, נאר אז ביידע זענען די זעלבע, ודו"ק (סארי יאנקל).

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 9:31 pm
דורך ברסלבער
ודי למבין האט געשריבן:א לאטערי מאכט נישט צופרידן א מענטש...

דו רעדטס פון קויפן אדער פון געווינען?
אויב קויפן, מיין איך אז עס מאכט טאקע נישט צופרידן, קוק נאך די מענטשן וואס זענען צוגעבינדען דערצו ווי צופרידען זיי זענען.
אויב געווינען, בין איך מסכים צו דיר.
ודי למבין האט געשריבן:שלשה דברים מרחיבין דעתו של אדם אשה נאה וכו' מיינט נישט כפשוטו...

ווער זאגט אז עס נישט כפשוטו?
די מענטשן וואס זאגן עס, האלטן דאך אז די גאנצע תורה איז נישט כפשוטו, די אלע זאכן וואס מוחלין לו על כל עוונותיו זענען נישט כפשוטו, וכו' וכו'.

נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2013 3:40 am
דורך טעפל
אין דער היים איז דאס נישט געוועהן..

נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2013 9:43 am
דורך מאראנצןזאפט
בעיני ראיתי אז ר' משה שרייבט בפירוש אין א תשובה אין אגרות משה אז זיך טרעפן פאר די חתונה העלפט נישט גארנישט, ביטע העלפן טרעפן די מראה מקום, כמדומה אז ס'איז ממש די לעצטע שורה פון א תשובה, יישר כח.

נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2013 10:26 am
דורך שמעקעדיג
קענסט מסביר זיין? וואס מיינט "עס העלפט נישט"?

נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2013 10:40 am
דורך [NAMELESS]
הרב שך ש״ח האט בשנות מנהיגתו זיך געטראפן מיט א גרויסע פראבלעם, דהיינו; די חתן כלה טרעפן זיך איינמאל א וואך צו גאר צוויי מאהל, רוב מאהל איז די תוצאות נישט געווען גוט (ווען דו ווייסט אלע חסרונות פון דיין ווייב און זי ווייסט אלע דיינע, ענק וואלטן ביידע געהאט ספיקות אין קאפ אויף די גאנצע שידוך), און עס איז געווען א תקופה וואס ממש יעדן טאג האבן זיך עטליכע שידוכים אפגעלאזט. איז ער אויפגעקומען מיט א ריזיגע געדאנק, מ׳טאר נישט זיין א חתן כלה מער פון 3 חדשים (ביי די ליטווישע אין אר״י איז די תקנה שטארק), און די לעצטע 40 טעג פאר די חתונה טאר מען נישט טרעפן איינער מיטן צווייטן (נישט דא קיין מקור פאר דעם) אזוי קומט אויס אז מ׳טרעפט זיך זייער ווייניג.

נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2013 12:52 pm
דורך יתרו
מאראנצןזאפט האט געשריבן:בעיני ראיתי אז ר' משה שרייבט בפירוש אין א תשובה אין אגרות משה אז זיך טרעפן פאר די חתונה העלפט נישט גארנישט, ביטע העלפן טרעפן די מראה מקום, כמדומה אז ס'איז ממש די לעצטע שורה פון א תשובה, יישר כח.

עס ווערט נאך נישט וועגן דעם אן הלכה למשה מסיני
צו וויסן אויב עס העלפט צו נישט ברויך מען מאכן א געהעריגע סערוועיו,

נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2013 2:09 pm
דורך שמעקעדיג
יתרו האט געשריבן:עס ווערט נאך נישט וועגן דעם אן הלכה למשה מסיני

עס ווערט א "הלכה למשה מתשובה"

נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2013 2:45 pm
דורך מאראנצןזאפט
שמעקעדיג האט געשריבן:קענסט מסביר זיין? וואס מיינט "עס העלפט נישט"?

"זיין" מיינונג איז אז ס'איז קיין קונץ ארויפצוצוען א בא'חנ'ט און טשארמינג פנים פאר עטליכע טעג, וואכן, חדשים. יעדער קען פאפן און זיך פארשטעלן, און דער אמת באגעגנט מען נאך די חתונה.
וידועים דברי ר' אביגדור:
one who marries a woman because of romance, is about to be very disappointant
אין אידישע איבערזעצונג: איינער וואס האט חתונה מיט א פרוי צוליב א מושכל ראשון'דיגע אהבה, חן, (איך ווייס נישט וויאזוי מ'דעפיצינירט ראמאנס) וועט זיך איין טאג טרעפן אויסגעשפילט.
דער ערשטער ראמאנס צווישן מאן און ווייב איז א זיסער טרוים. ס'וועפט אויס שנעלער ווי ס'איז געקומען. איינער וואס גלויבט דערין, און לאזט זיך פירן דערפון, איז א רחמנות, און נאך א שטיק צייט באגעגנט ער זיין \ איר בראך.
אבער דעם ר' משה האב איך נאר צוגעברענגט להגדיל תורה ולהאדירה, דער אמת לענ"ד ליגט ערגעץ אינדערמיט.
אודאי איז דא אייגנשאפטן וואס מ'דערקענט תיכף אויף א מענטש, ווער רעדט נאך אז מ'פארברענגט מיט יענעם א שטיק צייט, און דאס זענען זייער וויכטיג פאר א יונג פארפאלק כדי צואוויסן אויב זיי זענען צוגעפאסט.
אבער דאס אז נאך פאר די שידוך דארף שוין אלעס זיין אנטוויקלט, דאס איז נאריש, אומאויספירבאר, און בכלל נישט נוצליך.

נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2013 3:43 pm
דורך קינות גירושין
יפה אמרת. יעצט די שאלה איז וויפיל צייט פעלט זיך אויס צו פארברענגען מיט א מענטש צו וויסען אז זי איז צוגעפאסט, 2 3 שעה איז גענוג אדער אפשר 10-15 שעה אויף א משך פון 3 וואכן?

נשלח: מוצ"ש מערץ 02, 2013 7:29 pm
דורך מאראנצןזאפט
קינות גירושין האט געשריבן:יפה אמרת. יעצט די שאלה איז וויפיל צייט פעלט זיך אויס צו פארברענגען מיט א מענטש צו וויסען אז זי איז צוגעפאסט, 2 3 שעה איז גענוג אדער אפשר 10-15 שעה אויף א משך פון 3 וואכן?

מן הסתם ביזטו גענוג קלוג צו פארשטיין אז מ'קען דערויף נישט געבן קיין זייגער. דאס ענדיגט זיך ווען מ'שפירט אז דער ציל איז עררייכט.
דער ציל: מ'דארף זיך קאנען (מעשה איש בשם החזו"א).
(כמובן אז דאס איז להלכה ולא למעשה... דער בחור וואס קומט פון א חסידישער שטוב און ער רייסט זיך איין מיט די עלטערן צו זיין אנדערש פון אונזער סיסטעם, כדי צו זיין גערעכט, איז נאריש.
געווענליך מיינען די עלטערן נאר גוטס (אזוי האף איך, עכ"פ מיינע עלטערן) און מ'מעג און מ'קען זיך אויף זיי פארלאזן, און אז דער מהלך איז ממילא אזוי אויסגעשטעלט קען מען דא ניצן בטחון, באשערט, אפגעשריבן פון הימל, והמסתעף...)

נשלח: מוצ"ש מערץ 02, 2013 7:38 pm
דורך מאראנצןזאפט
יתרו האט געשריבן:
מאראנצןזאפט האט געשריבן:בעיני ראיתי אז ר' משה שרייבט בפירוש אין א תשובה אין אגרות משה אז זיך טרעפן פאר די חתונה העלפט נישט גארנישט, ביטע העלפן טרעפן די מראה מקום, כמדומה אז ס'איז ממש די לעצטע שורה פון א תשובה, יישר כח.

עס ווערט נאך נישט וועגן דעם אן הלכה למשה מסיני
צו וויסן אויב עס העלפט צו נישט ברויך מען מאכן א געהעריגע סערוועיו,

עס איז נישט קיין הלכה למשה מסיני! בלויז "אינטערעסאנט"! ווייל געווענליך פארשטייט יעדער נאר דאס וואס ער איז געוואוינט דערצו מגירסא דינקותא. רוב אנ"ש וואלטן געהאלטן אז מ'דארף נישט גיין אויף קיין דעיטס און דער ליטווישער פארשטייט נישט עפעס אנדערש, כש"כ א גוי.
און דא קומט א ליטווישער גדול און רייסט אראפ זיין אייגענעם היימישן מהלך, מיט וואס ער איז אויפגעוואקסן, מיט דער זעלבער שפראך וואס א חסידישער רב וואס האט קיינמאל נישט געהערט דערפון וואלט דאס אראפגעמאלן. איך מיין אז ס'איז א שטיקל חידוש. פארשטאנען?

נשלח: מוצ"ש מערץ 02, 2013 8:51 pm
דורך berlbalaguleh
קינות גירושין האט געשריבן:יפה אמרת. יעצט די שאלה איז וויפיל צייט פעלט זיך אויס צו פארברענגען מיט א מענטש צו וויסען אז זי איז צוגעפאסט, 2 3 שעה איז גענוג אדער אפשר 10-15 שעה אויף א משך פון 3 וואכן?

ס'איז דא וואו די נעגאטיוויטעט איז בולט גלייך ביים ערשטן שלום עליכם וואס מ'קען נישט באהאלטן. און ס'איז דא זאכן וואס נעמט עטליכע וואכן געוואויר צו ווערן.

נשלח: מוצ"ש מערץ 02, 2013 9:24 pm
דורך מאטי
יידל האט געשריבן:
ממי_שאמרו האט געשריבן:צווייטענס, איך זעה אז דו ביסט באמת איינגערעדט אז יענעמס גראז איז גרינער.

נישט אז יענעמ'ס גראז איז גרינער, נאר אז ביידע זענען די זעלבע, ודו"ק (סארי יאנקל).

אויב די זעלבע קען מען דאך בלייבן אזויווי ביי אונז? איך גלייב נישט אז אין די ליטווישע מאדערנע וועלט איז דא א הו״מ אז ביי אונז איז בעסער

נשלח: מוצ"ש מערץ 02, 2013 9:28 pm
דורך קאווע טרינקער
פון וואו נעמט זיך בכלל אז גראז איז גרין??
דאהי איז עס נישט גרין, ביי יענעם - טענה'סטו - מיינט מען אז ס'איז גרין. אלזא, מהיכי תיתי גראז איז בכלל גרין?