בלאט 1 פון 1

ברעיקינג: עד המדינה אין פרשת אולמערט טויט!

נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2013 2:18 am
דורך מיין מיינונג
היינט צופרי איז אין ירושלים געשטארבן שמואל דאכנער, דער עד המדינה אין פרשת אולמערט. ווי באקאנט האט מדינת ישראל'ס פרעימער אהוד אולמערט געמוזט אפטרעטן פון בענקל, זייענדיג אין אמט, נאך וואס מ'האט אים אנגעבליך געטראפן שולדיג אין קאראפציע סקאנדאלן ווי נעמען שוחד אין די צייטן וואס ער האט געדינט אלס מעיאר אין ירושלים. די פרשה האט איבערגעדרייט דאס לאנד ת"ק פרסה על ת"ק פרסה, אבער ווי עס שיינט וועט זיך עס ענדיגן אן קיין שום קלאגע קעגן אולמערט!

לעצטן זומער האבן די ריכטער אינעם קעיס געטראפן אולמערט אומשולדיג אויף כמעט אלע קלאגעס, אבער זיין קעיס איז נאך אנגעגאנגן פאר אפאר קליינע קלאגעס, יעצט ווען עס קומט די נייעס אז דער הויפט עדות איז געשטארבן, העלפט דאס צו אז די פרשה זאל קומען צו א ענדע גאר בקרוב, און דאס וועט געבן פאר אולמערט דעם שליסל צוריק אריינצוקמען אויף מדינת ישראל'ס פאליטישע ארענע, און ווארשיינליך צוריקבאקומען דעם ראש הממשלה אמט, וואס איז אוועקגעריסן געווארן פון אים אזוי פריצייטיג.

נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2013 2:38 am
דורך [NAMELESS]
אריין אין בד״ה אשכול.....

נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2013 1:15 pm
דורך יתרו
מיינסט צו זאגן אין דער יהי זכרו ברוך אשכול

נשלח: מוצ"ש מערץ 02, 2013 9:10 pm
דורך עוד מישהו
אין מדינת ישראל איז דא א באפעל פון געריכט נישט צו שרייבן זיין נאמען עס איז צענזוזירט, וועגן דעם רופט מען די עד אויף ר"ת דאס הייסט ש.ד.
מ'געט איבער אז אויף זיין מציבה וועט מען שרייבן
פ.נ.ש.ד.ת.נ.צ.ב.ה.

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 10:17 am
דורך ודי למבין
מען האט יעצט ארויסגעגעבן זיין נאמען שמואל דאכנער ז"ל
א 'ניצול שואה'

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 10:26 am
דורך טעפל
ודי למבין האט געשריבן:מען האט יעצט ארויסגעגעבן זיין נאמען שמואל דאכנער ז"ל
א 'ניצול שואה'

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 10:28 am
דורך [NAMELESS]
געווען פון די באקאנטע וויזניצע דאכנער משפחה. געווען א וויזניצע חסיד פונעדערהיים

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 9:35 pm
דורך berlbalaguleh
ממי_שאמרו האט געשריבן:געווען פון די באקאנטע וויזניצע דאכנער משפחה. געווען א וויזניצע חסיד פונעדערהיים

ער אליין, געווען א דתי?

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 10:01 pm
דורך [NAMELESS]
נישט אנטי, אזוי אזוי. געווען באקאנט (נישט ביי מיר, פאר די יודע דבר) אז ער איז אייזן צו ערלעדיגן פערמיטס ווען עס איז דא פראבלעמען.