בלאט 1 פון 2

מזל טוב, 2000 לייקס ~~ {געטיילט!!}

נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2013 1:18 pm
דורך זר זהב
אזוי ווי מיר זענען אין א וועלט פון סעלף-סענטעריזם... פארגעס'ן מיר די אנדערע זייט קוין, נעמליך, די 'געבער'ס'. און אם אין אני לי מי לי? מוז איך אליין נעמען דעם פעדער אין האנט און מקיים זיין דעם יהללוך זר ולא פיך פון וועלכער איך בין אויטאמאטיש עקסקלודעד...

הגם צו טיילן לייקס איז טאקע נישט תלוי ביד אחרים, איז קען דאך יעדער שיסן לייקס און זיך נאכער קלאפן אין בייכל וואס א גוטער ער איז? --- זעט איר דאך אבער אז ס'נישט אזוי!?!? נישט נאר שיסט מען נישט, א ריזן עולם גיבט נישט! -- און גלייבט מיר, איך שיס נישט, אויב וואלט איך געשאסן לייקס אין די ספערן אריין וואלטעך שוין געהאלטן ביי מער לייקס פון תגובות .(אגב מוז מען באטאנען, רוב רובו פון מיינע 6000 תגובות זענען ארעם/בלאסס אין תוכן און קליין אין קאראקטערס קעגן צענדליגע אנדערע קאווע ניקים'ס ווערק)
-----------
געוויסע נעמען דעם לייק קנעפעל צו ערנסט, מער פון וויפיל ס'געווען אינטענדענט ווען מ'האט עס באשאפן... אזוי האב איך זיך אנגעשטויסן די וואך אין א וואויל'ן ניק וועלכער האט מיר אנ'לייקט א כשר'ע תגובה אין א סעמי-קאנטראווערסיאלע אשכול. כ'בין געווארן צומישט, ווייל כ'האב געמיינט צום גוטן מיט יענעם תגובה, איז אויב לייקסטע עס בכלל נישט גייט מיר עס אן אין די רעכטע זייט וואנץ, אבער אויב יא געלייקט און נאכדעם צוריקגענומען האסטע מיר סתם דערשראקן צי אפשר ווערט מיין תגובה שלעכט פארשטאנען!

האב איך אנגעפרעגט ביי יענעם נותן/לוקח פשט, זאגט ער מיר אז "ס'געווען א טעות ה'מויז, ער געט נישט סתם אזוי, אבער אז איך בעט וועט ער מיר עס צוריקגעבען. ענק הערן א מין אינסאלט?!?! איך דארפ דעם לייק?... נעקסט טיים שרייב אן אישי אז ס'געווען א טעות. (אין א פאל ווען די ריזען פארן אוועקנעמען איז נישט אבוויעס)


חז"ל לערנען אונז: {עפעס אזוי} "גדול הנותן יותר מן המקבל" -- (כ'מיין איך זאג עס גוט נאך, אויב נישט ביטע פאררעכט'ן) לאמיר נישט זיין קארג, נעמט'ס אזא גוט'ן נשמה ווי דער ניק 'טעפל' וועלעכער האט שוין געלייקט 1500 מאל אפילו ער האט נאר 180 לייקס! -- די יעניגע וואס קוקן ארויס אויף א לייק זענען ווייניגער קינדיש פון די וואס רעדן זיך איין אז זייער'ס א לייק איז ווערט מער פון וויפיל ס'איז....

און אז מ'ווארפט אמאל אריין א לייק ממש בחינם איז וואס? האסטע געטון אן אקט פון אהבת חינם, וואס וועט ברענגען די גאולה. - א גוטן שבת פרה (מיין אושפוזא)

נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2013 1:21 pm
דורך [NAMELESS]
:like נא דיר א לייק

נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2013 3:23 pm
דורך חשבון
וואס ווינטשעט מען אין אזא פאל?

נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2013 3:28 pm
דורך sunbar
נישט יעדער באקומט א אימעיל יעדער מאל מען באקומט. לייק. דו באקומסט יא?

נשלח: מוצ"ש מערץ 02, 2013 11:18 pm
דורך שמעקעדיג
מזל טוב זר זהב, אז דו בעטסט שיין, באקומסטו...

ס'איז באמת גאר א שיינע זאך מצדך צו טיילן ברייטהארציג "לייקס" לכל דכפין. ממך ילמדו וכן יעשו, נישט זיין קארג ביים טיילן. אבער עס קומט מיט רולס.

לאמיר נאר שרייבן אביסל דעתי העניה איבער דעם ענין. פונקט לעצטע וואך האט מיר איינער פון די חברים דא געפרעגט אין אישי איבער א לייק וואס איך האב יא געגעבן און נישט געגעבן, וואס לויט אים האט עס נישט געמאכט קיין סענס. איך האב אים געענטפערט ווי פאלגענד, און איך וועל עס דא איבער'חזר'ן און מגלה דעת זיין:

ווען איך גיב א לייק, איז עס געווענליך פאר איינע פון די פאלגענדע סיבות:
1) דער תגובה ברענגט מיר א שמייכל אויפן פנים, א גוט ווערטל, א דזשאוק, אדער אן אויספלאץ;
2) דער תגובה איז מיר מגלה א זאך וואס איך האב נישט געוואוסט, א נייע ידיעה וואס איך לייען מיט אינטערעס (וזאת למודעי, אז נישט אלע ענינים אינטרעסירן מיר, און דארט לייק איך נישט געווענליך);
3) סתם ווען איך האב הנאה פון א שכל הישר, א טרעפליכן פונקט, א קלארע הסברה אויף א ענין.

דאס איז עס בערך. סתם שיסן לייקס איז ביי מיר נישט קיין ענין, עס ברענגט אראפ דעם וועליו פון לייקס.

אבער נאך מער פון דעם. צום באדויערן, זענען פאראן עטליכע ניקס וועלכע "אביוזן" דעם לייק סיסטעם. וואס מיין איך מיט אביוזן? בעיקר ווערט עס אביוזט אין צימעס אפטיילונג, ווי יעדער איינער לייקט תגובות וואס אים שמעקט, דער סאטמארע פאר סאטמארע תגובות (פארשטייט זיך נאר ווער ס'שרייבט לטובה אויף זיין צד), דער באבובער אויף זיינע, און דער וויזנצער ביי אים, א.א.וו. הונדערטער, אויב נישט טויזענטער, לייקס זענען שוין פארשווענדעט געווארן אין די נארישע צימעס מיסטקאסטן, ממש בל תשחית אויף די אלע לייקס, סיי דער געבער טוט א דיג'יטאל עוולה מיטן לייקן, און סיי דער מקבל איז נהנה מן הצדקה שאינו ראוי לו, עס קומט אים נישט, אדרבה איר גלייבט מיר נישט? דו"ק ותשכח. (איך האב שוין אפילו געהאט א אפנהארציגע שמועס מיט די מנהלים דערוועגן, וואו מען האט דיסקוסירט צו מען זאל דיסעיבלען דעם 'לייק' קנעפל פון צימעס, וויבאלד עס פארפארט גענצליך פונעם מטרה פון די לייק סיסטעם. אונטערשטע שורה האט מען עס געלאזט, אבער עס מיינט נאך נישט אז עס איז מתוקן.)

און אפילו אינדרויסן פון צימעס איז אויך נישט אלץ אקעי צו טיילן לייקס. ווי צב"ש אין א סומאטאכע אשכול, וכדומה.

ממילא, טוט מיר וויי צו זאגן אז די אלע לייקס געטיילעכץ איז מיר נישט אזוי ניחא, און איך ווער נישט אזוי באגייסטערט פון די אלע וועלכע טיילן לייקס לרחצה ולמוציא ולמצה. לייקס איז א סיסטעם, עס דארף געשטעלט ווערן נעבן דעם לייק קנעפל א הודעה: use with caution.

נשלח: מוצ"ש מערץ 02, 2013 11:21 pm
דורך [NAMELESS]
איך געב לייקס פאר די אלע סיבות וואס שמעקי האט אויסגערעכענט, און אויך ווען איך זעה אז יענער האט געשריבען א לענגערע זאך און עס ליגט דערין אסאך ארבייט

נשלח: מוצ"ש מערץ 02, 2013 11:39 pm
דורך איך אויך
ראשעקאל האט געשריבן:איך געב לייקס פאר די אלע סיבות וואס שמעקי האט אויסגערעכענט, און אויך ווען איך זעה אז יענער האט געשריבען א לענגערע זאך און עס ליגט דערין אסאך ארבייט

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 4:10 am
דורך טעפל
איך אויך האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:איך געב לייקס פאר די אלע סיבות וואס שמעקי האט אויסגערעכענט, און אויך ווען איך זעה אז יענער האט געשריבען א לענגערע זאך און עס ליגט דערין אסאך ארבייט

איך אויך, שמעקי (כ'האב זיך איינגעהאלטען צו ציטירען דיין תגובה, זר זאגט איך בין א גוטע נשמה?!) און איך בין טאקע מסכים מיט דיין עצה אוועק נעמען די לייק סיסטעם פון צימעס, אבער אמאל איז דא איינער וואס שרייבט אראפ א לענגערע זאך אפילו אין צימעס און דו ווילסט איהם לייקען פארן גוט צונעמען די נשוא, אבער באמת קען מען לייגען א בילד פון א לייק אויך אדער דארט שרייבען פאר יענעם גוט געזאגט.
בדרך אגב זר טענקס פאר די קאמפלעמינט, כ'האב נישט געוואסט איך בין אזא גוטע נשמה..

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 12:38 pm
דורך זר זהב
מזל טוב צו מיר אליינס! 3000 טויזענט לייקס געטיילט!!

ממני ילמדו וכן יעשו.

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 11:36 am
דורך זר זהב
מזל טוב פאר טאמבעל סאוס. שוין געגעבן 1000 לייקס!

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 11:45 am
דורך טעפל
זרעלע מיר האסטו נישט געוואנטשען ביים געבן דעם צוויי טויזענט..

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 11:48 am
דורך זר זהב
אוי סארי. ס'שווער מיטצוהאלטן, אמאל באמערקעך צופעליג. באט איטס נאט לעיט.

מזל טוב פאר טעפל. שוין געגעבן 2000 לייקס!!!!

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 4:55 pm
דורך טעפל
זר זהב האט געשריבן:אוי סארי. ס'שווער מיטצוהאלטן, אמאל באמערקעך צופעליג. באט איטס נאט לעיט.

מזל טוב פאר טעפל. שוין געגעבן 2000 לייקס!!!!

שכוח חבר!

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 5:30 pm
דורך שמעקעדיג
טעפל טיילט דען לייקס? ער טיילט קוקיס און קענדיס!

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 10:58 am
דורך טעפל
שמעקעדיג האט געשריבן:טעפל טיילט דען לייקס? ער טיילט קוקיס און קענדיס!

נאדיר א קענדי..

נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 3:03 pm
דורך שמעקעדיג
זר זהב האט געשריבן:מזל טוב צו מיר אליינס! 3000 טויזענט לייקס געטיילט!!

ממני ילמדו וכן יעשו.

נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 5:22 pm
דורך טעפל
מזל טוב שמעקעדיג = א שטיק גוטסקייט, העלפט ארויס יעדעם מיט אלעס וואס ער דארף.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 12:30 am
דורך שמעקעדיג
ראשעקאל האט געשריבן:איך געב לייקס פאר די אלע סיבות וואס שמעקי האט אויסגערעכענט, און אויך ווען איך זעה אז יענער האט געשריבען א לענגערע זאך און עס ליגט דערין אסאך ארבייט

מזל טוב ראשעקאל פארן די 2,000 גוטהארציגע געשאנקענע לייקס!

נשלח: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 12:34 am
דורך [NAMELESS]
Wow. איך האב אפילו נישט באמערקט!!
שקויעך שמעקי!

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 4:47 pm
דורך שמעקעדיג
שמעקעדיג האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:מזל טוב צו מיר אליינס! 5000 לייקס געטיילט!!

ממני ילמדו וכן יעשו.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 5:10 pm
דורך בערל_פרוכטבייסער
מזל טוב אין א ישר כח פאר יעדן לייק
דאס איז א מעדעצין ממש ווי פון אן אפטייק.

פאר געוויסע חברים און ניקן
טוט יעדע'ס לייק זיי דערקוויקן.

פינעף אדער צווי טויזענט שטיק, עס גיסט זיך לייקס, ס'איז א בליזארד
איהר זענט מחי' אידן, ס'איז דאך נישט פשוט צו קוועטשן 5000 מאהל "לייקס" מיטן קיבארד.

איהר זענט קונה עולם הבא, טאקע דא אין די וועלט, די ווירטואלע
מעגליך וועסט דערפאר האבן גן עדן, וועסט גיין מעלה מעלה.

ונתנו גייט דאך אהין און צוריק
האפענטליך וועלן דיניקן אייך לייקן, און געבן א דערקוויק.

ממש א היכי תמצא, א שיינע
מ'טוט א מצוה מיט די קוועטש די איינע.

אידן כאפט'ס אריין
מצוות בחינם, קען דא זיין.

איז לאמיר איצט מאכען א לחיים אויף קאווע
א חסידישע פארברענג, לאמיר געבן א פראווע.

געבן לייקס און די מאסן, פולע קאמפלימענטן
טוהן מצוות, דאס וועט אונז פון עבירות פרעווענטן.

נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 6:54 pm
דורך רויטע וואנצעס
מזל טוב פאר אייך אלע. נאר וואס געטיילט מיין צוויי טויזענסטע לייק. אייער חכמה, הומאר, גוטסקייט, און אחדות, גיבט מיר א פלאץ ווי צו זיין עקסעפטעט פאר ווער איך בין. א דאנק! איי לאוו יו אלל, מיי דארלינג בראדערס!

נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 9:34 pm
דורך מאראנצןזאפט
אוי רויטע, דע לאוו איז אין דע עיר, עקס או עקס או, ווי לאוו יו טו, לאמיר דא אפזיצן ביז די וואנצעס וועלן ווייס ווערן.