בלאט 1 פון 2

קרית יואל ביה"ח אפגעטיילט מענער און פרויען, למה?

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 12:29 pm
דורך גאלד
איך ברענג ארויף דער טעמע לאור די טראגעדיע פון די גלויבער פארפאלק,
איך ווייס אז אין די ביה"ח אין קרית יואל זענען די מענער אין פרויען אפגעטיילט, עכ"פ די אלטע זיכער
און אנדערע סאטמארע בתי חיים איז עס נישט אזוי, און ס'פלעגט נישט צו זיין אזוי אין אייראפע,

כפי השמועה הער איך אז מ'גייט לייגן די נפטרים אין די נייע חלקה תחת קהילת רז"ל,
איך וואונדער מיך צו ס'האט קיינער בקהלה רז"ל דערווייל נישט מציע געווען אז דער נייער ביה"ח זאל מען לאזן מישן,
אזוי זאל מען כאטש האבן א אפשען אויב א משפחה וויל זיך קויפן א "פעמילי פלאט" וכדומה,
דא בנידן דידן וואלט דען נישט געווען מער פאסיג אז די נפטרים זאלן ליגן איינס לעבנס אנדערע?
און בכלל איז מער פראקטיש אז א זיידע/באבע זאלן ליגן ביינאזאם אזוי איז איבעראל

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 1:06 pm
דורך [NAMELESS]
וואס איז די מערסטע משוגע איז אז די רבי ז"ל אליין מעג יא זיין מיט זיין ווייב, אבער די יונגע גלויבער קאפעל וואס זענען גע'הרגעט געווארן צוזאמען טארן נישט.
משוגענע וועלט

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 1:11 pm
דורך קאווע טרינקער
לאו דוקא אין קרית יואל.
און מאנסי, קרית פאפא, שיכון סקווירא איז אויך אזוי.
לכאורה איז זייער טעם געווען כדי צו פארזיכערען גדרי צניעות ווען מ'קומט באזוכען דעם קבר. איי, מענער גייען דאך סייווי צו די באבעס? א גוטע קשיא.
גראדע, מיין סאטמערע פעטער האט מיר לעצטענסט געזאגט, אז ער וויל ליגן אין NJ בית החיים, ווייל ער וויל דוקא ליגן מיט זיין ווייב. אזוי ווי זיינע זיידעס און באבעס.
ס'איז נישט פאר יעצט, אבער די ענין איז א תוצאה פון נישט חתונה האבן מיט א פרוי, נאר מיט א "שטוב" און א "הער נאר".
די פראבלעם איז אז אט די משוגעים זיי פירען אונז ביים נאז.

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 1:12 pm
דורך געפילטע פיש
איך האב געהערט אז אין ק"י איז עס אפגעטיילט פשוט ווייל די מענער האבן געוואלט ליגן נענטער צום ציון. אבער אזוי ווי אסאך "מנהגים" און "מסורה" גייט דאס שוין זיין פארן נעקסטן דור א הלכה למשה מסיני, און איינער וואס איז משנה פונעם דרך המסילה איז עובר אויפן חדש אסור מה"ת.

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 1:58 pm
דורך יידל
ס'פלעגט טאקע נישט זיין אזוי אין אייראפע? איז דאס א נייע ערפידענדע חומרא על אדמת אמעריקע?

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 1:59 pm
דורך קאווע טרינקער
יידל האט געשריבן:איז דאס א נייע ערפידענדע חומרא על אדמת אמעריקע?

YES

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 2:00 pm
דורך שמעקעדיג
קאווע טרינקער האט געשריבן:און מאנסי, קרית פאפא, שיכון סקווירא איז אויך אזוי.


וואו מאנסי? וויזניץ בית החיים?
איך האב דארט 2 נאנטע ליגן, ס'איז געהעריג תערובות (for a lack of a better word)

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 2:02 pm
דורך גאלד
מ'ברויך נישט מאכן קיין גרויס ריסערטש דאס צו מברר זיין, די פילע בתי חיים אין אייראפע זענען חיים וקיימים פאר יעדן צו זעהן, קיינע זענען נישט אפגעטיילט

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 2:11 pm
דורך ברסלבער
געוויסע בתי חיים אין אייראפע זענען אויך אפגעטיילט, אבער נישט מענער און פרויען, נאר ארטאדאקסן און נעלאגן מיט א גדר אינדערמיט, קען זיין אז מען האלט די היינטיגע פרויען פאר א שוואכערע סארט? גיי ווייס..

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 2:16 pm
דורך [NAMELESS]
נאכדעם וואס צו די וועד הצניעות איז אנגעקומען מערערע אומבאשטעטיגטע שמועות איבער חינגא'ס וואס גייט ר"ל פאר אנדערגראונד, האבן זיי מחליט געווען אז למיחש בעי און זיי האבן גוזר געווען אפצוטיילן גענצליך, והאוייבים והנפרדים בחייהם, במותם נפרדו

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 6:52 pm
דורך זר זהב
מ'האט זיי געלייגט איינס נעבן צווייטן.

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 7:22 pm
דורך גאלד
זייער צום שכל, ב"ה די חברא קדישא האבן די קאפ אויפן פלאץ...

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 7:25 pm
דורך [NAMELESS]
זר זהב האט געשריבן:מ'האט זיי געלייגט איינס נעבן צווייטן.

ב"ה

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 8:32 pm
דורך DotCom
די סיבה האב איך געליינט אמאל ערגעץ כגעדענק שוין נישט וואו, אז ביי זיווג שני האט מען זיך נישט געפירט צו לייגן איינס נעבן אנדערן און רוב עלטערע אידן אין סאטמאר זענען דאך געווען מלחמה איבערלעבער וואס האבן חתונה געהאט בזיוו"ש, אזוי איז עס שוין ווי איינגעפירט געווארן אז מען לייגט אפגעטיילט.

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 8:38 pm
דורך איך אויך
גראדע לאו דוקה מען טרעפט אין די בתי חיים אינדערהיים אויך גענוג פלעצער ווי עס איז דא שורות פון מענער און שורות פון פרויען, נאר מטבע הדברים איז עס נישט אזוי שיין 'מסודר' ווייל אסאך בתי חיים זענען אויף בערג אדער אנדערע נישט מסודרדיגע אופנים, אנדערש ווי די היינטיגע בתי חיים.

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 7:04 pm
דורך signout
DotCom האט געשריבן:די סיבה האב איך געליינט אמאל ערגעץ כגעדענק שוין נישט וואו, אז ביי זיווג שני האט מען זיך נישט געפירט צו לייגן איינס נעבן אנדערן און רוב עלטערע אידן אין סאטמאר זענען דאך געווען מלחמה איבערלעבער וואס האבן חתונה געהאט בזיוו"ש, אזוי איז עס שוין ווי איינגעפירט געווארן אז מען לייגט אפגעטיילט.

אויך געהערט פין ר' שלמה שמש אז דאס איז די סיבה, א אנוועזענדער האט מיר געזאגט אז כדי שלא לשנות האט מען דאס געמאכט א סיעוף אין די סאטמארע שטאטוטען, אין ניו זשורזי איז אויך נאר דא די מיטעלסטע שורה, אבער אין קרית יואל איז א דורכגאנג צווישן די מענער אין פרויען, אבער ביי די רעכטע זייט ווי מען אויבן אנגעהויבן לייגען מענער דארט וועט יא זיין חלקה'ס ווי מען וועט אומאפציעל לייגן איש ואשתו (נישט לעבן אבער אינטען צווייטן)

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 8:44 pm
דורך ידען
DotCom האט געשריבן:די סיבה האב איך געליינט אמאל ערגעץ כגעדענק שוין נישט וואו, אז ביי זיווג שני האט מען זיך נישט געפירט צו לייגן איינס נעבן אנדערן און רוב עלטערע אידן אין סאטמאר זענען דאך געווען מלחמה איבערלעבער וואס האבן חתונה געהאט בזיוו"ש, אזוי איז עס שוין ווי איינגעפירט געווארן אז מען לייגט אפגעטיילט.

כאב געמיינט אז סאטמאר רביצין אלטע פייגע איז געווען די צווייטע ווייב פונעם רבין. יעצט הערעך אז סע געווען זיין ערשטע ווייב.

אויזער אפשר רביס האבען אנדערע מנהגים.

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 10:03 pm
דורך דולה ומשקה
דאס איז ווארשיינדליך געהאט צו טוהן מיט דער הויפט דעה-זאגער איבער דער בית החיים כ"ו אב תשל"ט, היות דער סאטמאר רב איז געוועהן דער ערשטע בר-מינן צו ווערן באהאלטן אין דער בית החיים.
אין דער בית החיים וואס דער רבי האט געקויפט אין ניו-יערסי האט ער נישט פארפליכטעט דער מאדענע איינפירונג. דער אפטיילונג אין קרית יואל האבען עקסטרימיסטן איינגעפירט.

אלענפאלס, ווער האט מקדש געווען דער בית החיים כ"ו תשל"ט?
ווער איז געוועהן דער ערשטע מאן צו ווערן באערדיגט?
ווער איז געוועהן דער ערשטע פרוי צו ווערן בארערדיגט?
אז מ'האט גלייך אנהייב אזוי אויסגעשטעלט דעם אפטיילונג סיסטעם.

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 10:05 pm
דורך שמעקעדיג
ידען האט געשריבן:כאב געמיינט אז סאטמאר רביצין אלטע פייגע איז געווען די צווייטע ווייב פונעם רבין. יעצט הערעך אז סע געווען זיין ערשטע ווייב.

געווען די צווייטע ווייב.
די ערשטע איז געווען א טאכטער פון פלאנטשער רב

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 10:47 pm
דורך איך אויך
שמעקי כאדיך שוין נעכטן געבעטן צו טוישן די בעטעריס פן דיין סארקאזם דיטעקטער.

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 10:53 pm
דורך שמעקעדיג
יאפ, כ'בין נישט אנגעקומען דערצו, פונקט ווי מיינע סמאוק דעטעקטאר בעטעריס... ביסט נישט דער ערשטער וואס זאגט עס מיר... גיי מיר שוין טוישן!
(אוי לאותה בושה)

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 11:30 pm
דורך ודי למבין
עס איז דא א ברייו אין שפע חיים ווי די קלויזנבורג רב זצ"ל שרייבט אז אזוי איז געווען די מנהג אין רודניק אפטיילן מענער און פרויען
בדו"ו אין גן עדן איז מען צוריק צוזאמען

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 12:02 am
דורך ראש המדברים
איך האב געהערט אז סאטמאר רבי ז"ל האט געמאכט די תקנה, ווייל א זיווג שני ליגט נישט נעבען דעם מאן, און טאקע דייקא האט ער געמיינט זיין זיווג שני.
דאס האב איך געהערט פון איינע פון די ראשי החברה קדישא נב"מ, אבער כנראה עזריאל גליק איז געווען שטארקער אין סאטמאר