מיין הספד אויף דעם קרבן ציבור, נחמן ורייזל גלאובער ע"ה

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 63 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 547 מאל

מיין הספד אויף דעם קרבן ציבור, נחמן ורייזל גלאובער ע"ה

שליחה דורך חזקיהו המלך »

קודם דארף מען לאזען די טרערען רינען, ס'איז זייער א ווייטאגליכע אומגליק, א פארפאלק כמעט נאך שנה ראשונה, קוים ארויס פין די קינדער שיך, אין די שענסטע יארען, אין אויפען וועג צים ערשטען קינד, אין דא אזוי טראגיש פארשניטען געווארען,

ס'בארירט יעדען, יעדער וויינט, וויזוי קען מען נישט וויינען, ס'איז והעיר וויליאמסבורג נבוכה,

יעצט וויל איך זאגען א געדאנק, קיינער פירט נישט דעם אייבעשטענס חשבונות, ס'זייער שווער צי זאגען אז ס'געקומען פאר דעם אדער פאר יענץ, אבער וואס כ'וויל זאגען איז אזוי ,

מען זעהט אז דא איז געווען א אומגליק כאילו דיזיינט צי אויפשאקלען די הערצער, וואס שאקעלט מער אויף ווי א יונגע קאפעל, פריש אין גליקליך, מיט א קינד אויפען וועג, אין פליצלונג פין איין מינוט אויף די צווייטע אומגעקומען מיט א מיתה משונה,

היתקע שופר בעיר והעם לא יחרדו ?, ס'חאפט א ציטער, אבער מען דארף רחמים אז די ריכטיגע מענטשען זאלען חאפען א ציטער,

חז"ל זאגען: אין פורעניות בא לעולם אלא בשביל הרשעים ואינו מתחלת אלא מן הצדיקים,
צרות קומען וועגען די מעשי הרשעים, אבער די קרבנות נעמט מען פין די צדיקים,

אין נאכדעם וואס עס געשענט אזא אומגליק נעבעך, זענען די צדיקים אין די ערליכע זי ווערען אויפגעשוידערט זיי וויינען אין נעמען זיך פאר צי פארבעסערען אבער די ריכטיגע שולדיגע זיי נעמען זיך נישט אלעמאל צים הארצען,

כ'טראכט אז אזוי ווי ביי פרעה זעהט מען אז די חלום איז געקומען ציזאמען מיטען פתרון, אזוי אויך ווען ס'פאסירט ליידער אזא ביטערע אומגליק, די וואס זענען באמת שולדיג זיי שפירען טיף אין הארצען אז זיי קענען נישט זאגען מיט א ריין געוויסען א ידינו לא שפכו את הדם הזה,

ממילא איך גיי נישט דא טייטלען די פינגער אויף קיינעם, איך בעט נאר ביים באשעפער אז נאכדעם וואס ס'געקומען אזא אומגליק, זאלען חאטשיג די ריכטיגע שולדיגע איינערקענען וואס זיי דארפען מתקן זיין, אין מען זאל נישט דארפען מער אזאלכע קרבנות, ס'זאל זיין עליה השלם כל הקרבנות כולם. אמן
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר