די באגלייטן פון נחמן וריזל גלויבער-מיין איינדרוק.

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 439 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 722 מאל

די באגלייטן פון נחמן וריזל גלויבער-מיין איינדרוק.

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

בעניי גלייך איך נישט קיינע לוויות. (ווער?) אויך קיינע שבעה פעלער, וואס זאל איך טון די טוב ללכת אל בית האבל איז מיר עפעס נישט פון די שענסטע לעבנס הדרכות...איך גלייך שמחות, ווי חתונות, בר מצוה'ס, זכרים, קידישים און סיום הש"ס'ן...

אפילו טראגעדישע אינצידענטן גלייך איך נישט מיטצוהאלטן פון די נאנט...צו לייבי קלעצקי'ס לויה האב איך טאקע נישט געהאלטן ביים גיין!!! ניין. ס'א טראגעדיע און איך גיי נישט. פינטל. קענסט מיך שלעפן צום כינוס כלל ישראל צום סיום פון דרשו אין בניני האומה אבער צו קלעצקי גיי איך נישט, ס'איז קאשמאריש, טראגי-קאמיש, און עס צופיצלט גייסטער, מען דארף כח דערצו. צו הרב טייטלבוים און נחמן האלצבערג וזוגתו רבקה בין איך אויך נישט געגאנגען, איר כאפט וואס איך מיין. אזוי לאנג ווי מען זוכט דאס קינד אין בורו פרק'ע חצירים און אלע זענען פאראייניגט אין היציגע גאסן, בין איך דא, אבער אז ס'איז מיט'ן מלאך המות א מחותן האלט איך נישט דערביי.

זאג איך בין א פחדן, א אומריאליסט, א פאנטארזירער! דאס איז עס און שוין.

דא אבער איז עפעס אנדערש!!!

סטרייק וואן, סטרייק טו, האום ראן!!! ס'טייטשט טויט מיט איר גאנצע גרויליגע פרצוף האט זיך געהעריג באזעצט אין שטאט, און קוקט נישט אויס ווי זי האט געמאכט א ריקצוג, עס געפעלט איר חלילה איר נייע וואינונג??!! די טויט חברה האבן געמאכט שבת זיי טרעפן יונגע פיצלעך פון זיבן יאר [וועבער], פון זעקס [מאשקאוויטש], פון דריי יאר, פון ניינצן [לאנדא], פון זיבן און דרייסיג [גוטמאן] פון עטליכע פערציג [סעגעדין] קליין און גרויס קינדערלאז און שטוב געבענטשטע משפחה פירער! איצט האט "טויט" באשלאסן צו גיין א טריט ווייטער א פארפאלק אינאיינעם, צוואנציג א מאן, איין און צוואנציג זיין פרוי..און כאפט זיי ביידע גיבט זיי א ווארף אריין אין א אויטא און א ווארף ארויס און מיט'ן פולן נעץ געלאפן אנזאגן זיין משלח עשיתי ככל אשר ציויתנו!! אוי ואבוי. דער געפינט פעטע ביינדעלך, זאפטיגע שטיקער, ברייטע מאלצייטן, רחמנא ליצלן, לא עלינו ועליכם!!!

דאס איז שוין גאר א אנדערע מעשה! לאמיר אים גיין אנקוקן דעם מלאך המשחית, אפשר אפליינען זיין שטערן, אפשר כאפן א בליק אויף זיין "רשות צעטל"! איך מאך מיין וועג קיין וויליאמסבורג, איך קום אן צוויי פינעף און צוואנציג צו לי-הייוועי, יא, דארט ווי מען פראוועט די אלע פריידיגע מאמענטן אינעם עיר שחוברה לה יחדיו...דארט ווי מען באגלייט רבי'ס מיט חסידים, דארט ווי מען באגלייט דעם יו"ט, דארט ווי מען טאנצט מיט נייע ספרי תורות, דארט ווי טויזענטער יידן שטרעקן די הענט מיט "לשנה טובה וואונטשן" ראש השנה ביינאכט! דארט ווי הונדערטער תינוקות של בית רבנ'לעך ווערן געפירט אויף די געלע באסעלעך יעדן אינדערפרי!!! איך שלייך מיך ארויס פון די באס מיט וואס איך בין אנגעקומען שטיל, און מיינע אויערן זענען פארטייבט פון די שטומע גאס, די שטילקייט דרילט אין מיין אויער..איך שפאנציר צו די צוויי גאסן איך זעה די פילע מידיא ווענ'ס, פאליצייאישע אנוועזהייט, הצלה טרעק, אבער ס'איז שטיללל, דא דארט מענטשן, מען קוקט זיך אן, מען רעדט נישט, מען גריסט נישט, מען ווייסט נישט וואס צו זאגן. איך גיב איינעם א פרעג; די לוי' איז שוין געוועהן? אן פרעגן וועלכע לוי' ענטפערט ער מיר א זויערן ניין! און ציהט אפ..

איך מאך דעם דריי אויף ראדני סטריט פון בעדפארד גאס, א הייפעלע יודן שטייען ארוים דאס שול וואס איז אינמיטן בלאק! איך רוק מיר צו נענטער, איך טרעף אפאר באקאנטע...נא, וואס איז נייעס פרעגט מיר מיין פריינט, איך זאג אים; גארנישט נייעס!! ער קוקט מיר אן, און ווייסט נישט וואס איך וויל פון אים...נאך וואס דען ביזטו דא אויב נישט וועגן נייעס, איז דאס נישט נייעס אז א פארפאלק הויעכט אויס זייערע נשמות אנגעכאפטערהייט! איך בין ווייטער שטיל...צוביסלעך גרופירן זיך ארום און ארום נאך מענטשן, נערים וזקינים, אלע טרעפן ווערן פארפולט מיט מענער, עס איז שאאאא שטיל, ששששש.....קיינער, קיינער. איך שטיי נאך אלס ביי דעם ערשטן הויז נעבן דעם שול, פלוצים גאר שטילע קול דממה דקה'ס אבער יאמערן און שטעכן מיר אין הארץ....דאס איז נישט קיין געוויין, ניין! נישט קיין געיאמער, נישט קיין געשריי! ס'איז עפעס וואס איך האב נאכניש געהערט...איך מערק נעבן מיר דעם גרויסן ספיקער פון ווי די קול איז מיר דערגאנגען! איז דאס אן אריינפיר צו די על נהרות בבל געזאנג וואס די לויים מיט צובראכענע פינגערלעך האבן געזינגען דארט אינעם ווייטן אמאל??! אפשר, און ווער האט זיי אויסגעלערנט דעם ניגון?! דער מלאך פון יוסף'ס תפיסה צעל וואס לערנט אויס שפראכן האט זיי דאס דערלערנט ביינאכט? אין דעם קאשמארישן נאכט האט ער נישט פארגעסן אויסצולערנען די מקוננים דעם פארכטיגן ניגון??!

שששש...די ארימע מעלאדיע ווערט וואסאמאל שארפער און שטילער-אומגעווענליך וואס א ניגון ווערט העכער-און ווערט פארשטומט!!! ששש...כ"ק אדמו"ר שליט"א....שששש...מאכט'ס פלאץ....ששש....מיינע שכינים'ס אויגן זענען שוין פייכט, זיי זעהן דאס בילד, איך נישט! זיי זעהן איצט עפעס שרעקליך...צוויי מיט שווארצע סאמעט באדעקטע קאסטענעס! דארט ליגן די חתן און די כלה, דער ושמח את אשתו ליגט דארט נישט ווייט פון זיין כלה מחדרה....אוי ואבוי. ששש...זיי זענען איצט אליין צווישן טויזענטער מענער און ווייבער! פלוצים א טיפע קרעכצט'ס רייסט זיך ארויס פונעם רבי'ן פונעם שול און מנהיג פון יענע קהלה "דער פסוק זאגט---כי ימצא חלל באדמה---לא נודע מי היכהו---ויצאו זקיניך ושופטיך----וענו ואמרו----ידינו לאאאא שפכה את הדם הזה---.....! איך זעה מער נישט די ערד צו ווי מיינע אויגן זענען אנגעוואנדן, מיין זעה-קראפט איז צומישט פונעם פלייץ, יא, איך שרייב נישט דא פאעזיע, איך דערצייל מיין איבערלעבעניש..איך דערשנאפ א פארנוצטע פארטוך פון מיין מאנטל טאש מיט וועלכע איך פרוביר צו שטעלן א ווידערשטאנד צום פלייץ זאלציג וואסער, און בלא!! איך דריי מיך צום רעכטן שכן ער קייכט, צום לינקן ער זיפצט גאר הויעך...דער רבי רעדט וועגן די משכן, שנתמשכן בעוונותיהם של ישראל.

די צוויי וואטע וואלקענעס אויף'ן בלויען הימל רירן זיך נישט, זיי ווילן נישט פארפאסן דעם מעמד. איך קוק אויף זיי, נא, רוק דיך מאך פלאץ פאר נאך וואלקענעס, די צוויי ווייסע שטיקער פאר'עקשנ'ן זיך אויף זייערע פלעצער און רירן זיך נישט! זיי וויינען נישט מיט, זיי קוקן בלויז קאלטערהייט אויף דעם ציבור טויזענט יודן וואס קייכן על בן ובת...זיי האבן שוין געזעהן אסאך אסאך אויף זייער וועג ארום די וועלט, דא האבן זיי אבער זיך געשטעלט באטראכטן די מצב!

דער רבי זיפצט אפ, קוים געהאפט צו ברענגן דעם נדבת המשכן, געהאפט שוין צו ברענגן אייגענע דורות----גייטס ארויף און רייסט'ס איין אויף ענקער שם ושארית!!! איין ריזיגע פלייץ פון טויזענט פאר אויגן גיבן זיך א צוגיס...אלע טראכטן איצט וואס איך?! די פיצינקע שעפעלע באהאפטן צו מאשינקעס וואס העלפן דערהאלטן זיין נשמה אין זיין קליין גוף'עלע קען זיך נישט באטייליגן אינעם גרויסע באגלייטן...ער פארפאסט די באגלייטן, ער פארפאסט...ער וויל יעצט אזוי שטארק דא זיין זאגן זיינע עלטערן "שלום עליכם"-צאתכם לשלום!! אויף איינמאל! און קען נישט דא זיין...איך בין פון שפיטאל שנעל צוריק געקומען דורך א שפריץ פון א קליין בחור'לס אויג-וואס האט דערווארעמט מיין קאלטע פינגער-איך בין צוריק צו די באגלייטן! לאמיר צוזאמען זיך פארנעמען ערציען שיינע הערליכע דורות, אזויווי די פארל האט געוואלט שטורעמט די רבי, ער רעדט קלאר און צו טויזענט צוקלעמעטע הערצער, ער וויינט און מיר וויינען מיט, איך האב נישט פון וועם צו באהאלטן מיין פנים, ג-ט מיט זיין פמלי' קוקט'ס און זעהט'ס! און הערטס וואס די רבי שרייט ארויס "ומחה ה' אלקים דמעה מעל כל פנים...

שוין אויסגעטרוקענט, איך לויף אריין אין שול, איך זעה יודן פאר'אבל'ט, שטיל, און מאכטלאז, איך פארפאס א וויכטיגע הספד פון הרב מייזליש וואס רעדט הערליכע שטריכן פון די איידעלע יונגערמאן, זיין אהבה צו זיין יונגע אשת נעורים, זיין איבערגעגעבנקייט צו איר, און צו זיינע עלטערן, זיינע שאיפות צו שטייגן בתורה וחסידות, זיין תמימות'דיגן חנ'עוודן פנים איז מעיד וואס הרב מייזליש גיבט איבער, זיין איידלקייט און חשק אויפצוטאון, אויפצובויען! הרב מייזליש שטיקט זיך און קומט צום ווארט און שרייט נאך א פשט אין תהלים פונעם ישמח משה "כי אין במות זכרך"-מיר פאשטייען גארניש גארניש פון טויט! אבער בשאול-מיר פרעגן, מי יודה לך-ווער וועט דיר אזוי שיין לויבן ווי נחמן מיט רייזל. ומחה ה' דמעה ונאמר אמן.

לב מי לא יתפוצץ הערנדיג א ברודער פונעם ווייבל עליה השלום, נארוואס פארברענגט נעכטן בתורה וחסידות, געזונגען מלוה מלכה ניגונים אינאיינעם, ישיבת אחים יחדיו-ומת אחד מהם! אבער נישט נאר מת נאר "רייזי" ווי ביזטו? דיין איידלקייט דיין געוואלדיגקייט! אך ווי שיין האסטעך געפירט, זיי מוחל אונז. מיר וועלן טון לטובת נשמתכם.....איך קען נישט רעדן....שטיקט זיך..ששש..איינער העלפט אים ארויסרעדן די פאר צובראכענע ווערטער.

ר' יצחק זילבערשטיין...אוי, ווי בינעך, אונטער א חופה מען רופט אויס א רבי פון די חתן א ברכה, ר' יצחק זילבערשטיין מצד הכלה א הספד!!! וואס?! אזוי רופט אבער דער שמש אויס, ער טוט דאס זייניגער, ער רופט אויס די חתונה'ס ברית'ן און-להבדיל-הספידים! און אויב איז דא הספידים פאר א חתן און א כלה, רופט מען דאס אויס. אין ברירה!

הויעך און קלאר, זינגט ער אפ שירת האזינו-יא-איך האב עס געהערט און פארשטאנען. "הצור תמים פעלו---כי כל דרכיו---משפט---אין עול---צדיק וישר הוא...אני מאמין---עשה ועושה ויעשה לכל המעשים...-ער איז נישט פארטיג מיט זיין פארלערנען-חציפי מתוודה צו זיין ברבים בין אדם לקונו, אבער באשעפער האסט מגלה געוועהן קלוני ברבים....אלזא, "חטאתי עוויתי פשעתי"...שיס שיס שיס, ניין עס איז מער נישט דא קיין טרערן, איך קריך אראפ אין קעלער איך טרעף דארט א פריש פעסל איך גיס עס אויס, מיינע שכינים פלאטשעקן שוין לאנג אין זייערע טייכן....ששש, איך וויל הערן וואס דער יוד זאגט; דו ביזט א רחום וחנון, דו טוסט נאר גוטס, איך ווייס נישט וואס צו זאגן!!! (איך בלעים דיר נישט, זאגסט דאך אבער יא, יעדעס ווארט א פערל) איך ווייס מיך נישט ווי אהינצוטון, ווי גיי איך, עס טוט מיר אזווווווי וויי. אוי וויי, אוי וויי, מיר ווייסן גארנישט מיר ווייסן גארנישט מיר זאגן נאר פטפוטי דברים בעלמא, בלויז מיר חזר'ן פסוקים פון הייליגן תורה. מיין יונגסטע טאכטער, וויפיל טרערן האב איך פארגאסן פערצן חדשים צוריק כמעט מיום ליום! אוי...יעדער מוז דורכגיין דעם פעקל, און דו האסט מיך געפעדערט...מיר קייכן אינאיינעם...נחמן אזא צדיק'ל אזוי זיך אומגעקוקט אויף רייזל, און רייזל, אוי מיין יונגסטע דיך האב איך פארלארן, אנגעווארן, עס טוט וויי, מיר ווייסן גארניש, ווען משיח וועט קומען וועלן פאר'ענטפערט ווערן אסאך פראגן, יא מיר ווארטן, מיר ווארטן...האסט מיר אזוי ארומגעהאלזט און מיר מחזק געוועהן אין מיינע שווערע צייטן!! אוי וויי. איך גיי מאכן דעם דיין האמת, אבער איך האף צו האבן די ריכטיגע כוונה, חייב אדם לברך על הרעה כשם שמברך.....ברוך אתה ה' אלוקינו....דיין האמת!!! א טיף שטילע אמן!!! טויזענטער יודן א שטילע אמן, זייער שטיל..שששש.....

מען טראגט שוין די ארונות...מען באגלייט, אן מוזיק, אן טרומפייטערס, אן ויהי בישורין מלך ווי עס פאסט פאר א חתן-כלה, אבער יא מיט'ן קיטל און ווייסן קלייד'ל!! ששש..מאך א שווייג, דאס מעג איך אליין טראכטן...חתן מיטן קיטל די כלה מיט א ווייס קליידל און מען באגלייט שטיל.

ר' יצחק שליט"א, איך האב נישט געקענט באגלייטן דיין איידעם און טאכטער מער ווי א טריט, איך האב דיך געמוזט דערווייל אויפזוכן, איך מוז דיך זעהן, א רבי מוז מען מקבל פנים זיין...ר' יצחק איך גיי דיך קומען מנחם אבל זיין, איך קען דיך צו גוט אז איך זאל נישט קומען-כאטש איך האב דיך היינט צום ערשטן מאל געזעהן-איך גיי ארויפקומען צו דיר אין שטוב און זיך צוהערן צו דיינע געשפרעכן, עס איז מיר אינטערעסאנט צו הערן דיין געשפרעך. רעדסט ווי א איד, א איד, א איד! הלואי זאל איך בעסער באגרייפן וואס דו האסט אלס צוזאמגערעדט, און איך האף עס צו נוצן נאר בעת חדוותא, דיין אמונה פשוטה, און תקיפה, פשטות ארויסגערעדט פון אזא איידל הארץ!

רבותי, ביי דעם לוי' בין איך געוועהן, און געזעהן, און געהערט...יודן זענען נישט פארלוירן. יודן זענען צובראכן נישט צוקנאקט. יודן זענען ערשטיטערט נישט דערציטערט! ג-ט ברוך הוא , הראינו השם חסדיך-דאס בעטן מיר אלע -שבעינו מטובך -שרייען מיר, און ביטע דערצייל אונז שוין דיינע סודות ביים גרויסן לויתן סעודה!

רבונו של עולם, טרייב אוועק דעם טויט, ער איז אן אומגעוואונטשענע גאסט אין שטעטל, פארטרייב אים שוין אויף שטענדיג, און שלאג אונז מיט חסד, אך טוב וחסד זאל אונז רודפ'ן, שלאג אונז מיט א ריט פון גוט'ס, איך זאג צו, עס וועט העלפן....

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר