אלוקים אחרים 2.0

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
לולקע-ציבעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל

אלוקים אחרים 2.0

שליחה דורך לולקע-ציבעך »

"אלו-הים אחרים" פלעגט מיין רבי אין חדר פארטייטשן: "פרעמדע אפגעטער". עס איז דא איין ג-ט, דערנאך זענען פאראן פרעמדע (אפ)געטער.

די פראבלעם מיט פרעמדע אפגעטער איז נישט אזוי ווייט אז זיי זענען "פרעמדע", ווי אז ס'איז מער ווי איינס. ווייל אויב זענען פאראן מערערע, איז עס שוין נישט ג-ט. אויב דינט מען "געטער", דינט מען שוין נישט ג-ט. ג-ט איז איין-איינציג. ג-ט בלשון רבים איז שולל ג-ט. "געטער" איז אן אויסגעבארגט ווארט, ווייל די סיבה ראשונה איז אחדות, איין, איינציג.

"לא יהי' לך" איז א לאגישער אויסקום פון "אנוכי". אויב איך בין, דעמאלט איז נישטא נאך איינער. די צוויי דברות זענען באמת נישט עפעס אנדערש ווי צוויי אספעקטן פון דעם זעלבן קאנצעפט. (און דאס, טראכט איך, מיינט מען מיט'ן זאגן אז כלל ישראל האט זיי געהערט מפי הגבורה. די איבעריגע דברות געבן זיך שוין אפ מיט ערדיש-פרטימדיגס. די ערשטע צוויי איז באמת דער יסוד. דער אויבערשטער האט באלד ביים אנהייב אונז געגעבן אנצוהערן דעם כלל פון "שנים שהן ארבע": אלוקית אנטפלעקט זיך אין פרטים; זענען זיי אבער פארט אנדערע אספעקטן פון דער זעלבער זאך.)

די מענטשהייט אין דער תקופה ווען די תורה איז געגעבן געווארן, איז געווען היפש פרימיטיוו. זייערע השגות זענען געווען זייער קליין. אלע נאטירליכע דערשיינונגען זענען פאר זיי געווען געטער: דער ג-ט פון דער זון, די געטין פון דער לבנה, דאס קליין גאטעלע פון די שטיינער... די געטער האבן זיך געשלאגן, געליטן אויף קנאה-שנאה, געווארן קראנק, געשטארבן, געבוירן געווארן. יענע געטער זענען אין אנדערע ווערטער באמת געווען נישט מער ווי סופּער-מענטשן. זיי האבן פארמאגט טבעיות און נטיות, און אויך שוואכקייטן. דער חילוק פון זיי ביז די מענטשן וואס האבן זיי געדינט האט געשטעקט אין דעם פארנעם: א שטארקער מענטש קען קוילערן א גרויסן פעלז; ג-ט קען ריקן א גאנצן בארג. מענטשן האבן חתונה מיט מענטשן; געטער האבן חתונה מיט געטינס – און געבוירן וועלטן.

דער אור-מענטש פון טויזנטער יאר צוריק האט כמעט גארנישט געוואוסט וועגן דער וועלט, שוין אפגערעדט פון וואס עס טוט זיך אין די הויכע רוימען. דער פשוט'ער שכל האט אים געזאגט אז זאכן געשעען נישט פון זיך אליין. ער זעט דאך אז אין זיין קליין וועלטל האט יעדע זאך א סיבה; מוז דאך זיין אז די גאנצע "גרויסע וועלט" האט אויך א סיבה און איז נישט געשען "פון זיך אליין".

די וואס האבן געגלייבט אין מערערע געטער, האבן פשוט צוגעטיילט אינדיווידועלע סיבות צו יעדער געשעעניש וואס האט נישט געהאט קיין אויבנאויפיגן הסבר. א דונער – א מעכטיגער "בום" וואס קוילערט זיך פלוצים ארויס פון הימל – מוז זיין א ג-ט וואס איז אין כעס אויף דעם ג-ט פונעם בליץ: וואס שיינסטו מיר דיינע היי-ביעמס אין פנים אריין? נאדיר א זעץ! די ג-טליכע מלחמה איז געווען נישט עפעס אנדערש ווי א קאסמישער ראוד-רעידזש געפעכט. די קליינינקע באשעפענישן אויף דער ערד זענען געווען צופעליגע קרבנות, "קאלעטארעל דעמעדזש".

דער מענטש וואס איז צום ערשטן מאל אויפגעקומען מיט דעם געדאנק פון איין ג-ט וואס הערשט איבער אלע געטער, איז געווען גענוג קלוג צו פארשטיין אז די אלע "געטער" ליידן פון דער זעלבער פראבלעם ווי די געשעענישן וואס זיי קאנטראלירן. אויב דער ג-ט פון פייער קען זיך שלאגן מיט'ן ג-ט פון וואסער, מוז דאך זיין עמיצער העכער זיי – עמיצער וואס האט באשאפן זיי, די געטער, די געצייג זייערע, און אויך די כוחות וואס זיי ניצן צו שלאגן איינער דעם צווייטן. די געטער און זייערע צוגעהערן זענען שוין פרטים אינעם באשאף. זיי האבן שוין געפילן, מידות, נטיות, תאוות, און אפילו פארעם און אויסזען. זיי זענען, אין איין ווארט, מורכב פון פרטים. אבער די פרטים האבן דאך געמוזט באשאפן ווערן, איידער זיי האבן זיך צוזאמגענומען און אויסגעפורעמט יעדן פון די געטער.

דער איין-איינציגער ג-ט, די סיבת הסיבות, דער פריער-ווי-איינס און הקדמה-צו-ראשית, ער איז דער וואס האט באשאפן די אלע "איבערנאטירליכע כוחות". ער איז טאקע שטארקער פון זיי אלע: כי גדול ה' מכל אלוקים. ער האט טאקע נישט די אלע צוטשעפענישן און צוגעהערן, און וואס און אויף וויפיל מיר רעדן יא פון אים, איז עס טאקע צוליב דעם וואס מיר זענען באגרעניצט און קענען במילא זיך באציען צו אים נאר אויף אן אופן וואס איז "אינעווייניג" אין אונזערע גבולים.

היינט איז די וועלט אומפארגלייכליך מער סאפיסטיקירט. דער טיפסטער גלויביגער ווייסט שוין אז די זון איז בסך הכל א שטערן, און שטערנס זענען נישט קיין געטער. די סעזאנען זענען תוצאות פון דער וועלט'ס און זונ'ס אומגאנגס-קרייזן, און נישט א שלאכטפעלד פון געטער באוואפנט מיט פייער און אייז.

מיר זענען טאקע סך קלוגער ווי אונזערע אור-עלטערן; פון דער אנדערער זייט אבער, האבן מיר נישט געמאכט קיין סך פארשריט מיט אונזערע יסודות'דיגע שוואכקייטן. מיר פארשטייען, פונקט ווי דעמאלט, אז יעדע זאך האט א סיבה; יעדע געשעעניש האט א גורם. קלוגע מענטשן (מען רופט זיי סייענטיסטן) זוכן די דאזיגע סיבות. ווען זיי טרעפן די סיבה צו א זאך, איז דאס עסק געשלאסן. דער בליץ קומט פון עלעקטרישער קראפט וואס מאכט זיך דורך דעם וואס עלעקטראניש-לעבעדיגע פארטיקלען שטויסן זיך אן איינער אין צווייטן. איי, פארוואס זאל אזא צוזאמשטויס פון צוויי מאסן פארטיקלען ברענגען א בליץ? איז דער ענטפער: ווייל אזוי ארבעט די טבע: ווען ארטיקל פלוני שטויסט זיך אן אין פארטיקל אלמוני, ווערט געבוירן א פונק. ווען א סך אזעלכע פארטיקלען שטויסן זיך אן אין א סך אזוינע פארטיקלען, ווערט געבוירן א גרויסער פונק. ויקרא שמו בישראל: בליץ.

דאס זעלבע איז אמת מיט אלע אנדערע הסברים פאר אלע אנדערע זאכן און געשעענישן אין דער וועלט. מיר ווייסן אינסטינקטיוו אז זיי אלע האבן הסברים (והא ראי' מיר זוכן זיי), און איינמאל מיר האבן דעם הסבר, איז די זאך מסודר. כ'האב נישט פארשטאנען, יעצט פארשטיי איך שוין. יאללא, מ'קען גיין ווייטער...

וואס עס קומט פון דעם אויס, איז אזוי. מיר טרעפן זיך מיט א גאנצער גרופע "סיבות". וויסנשאפט איז אפילו אויסגעשטעלט אין א באשטימטער היערארכיע – נישט קיין סך אנדערש ווי די געטער אמאל. מיר האבן א פאקט פון לעבן אז אויב איך וועל אראפלאזן אן עפל פון דער האנט, וועט ער אראפפאלן אויף דער ערד. די סיבה איז א געוויסער "לאו אוו נעיטשור" וואס זאגט אז ... (וואטעווער). דאס זעלבע מיט יעדער דערשיינונג אין דער טבע: ס'איז דא א פאקט וואס מיר זעען, און דערצו א הסבר פארוואס דאס איז אזוי. דער הסבר האט רוב מאל נאך א הסבר אונטער זיך, וואס דערקלערט פארוואס דער הסבר איז *טאקע* אזוי. דער סוף איז אייביג א "געזעץ", איינס פון די "חוקי הטבע".

דער מאמין בה' נעמט אן די אלע הסברים. ער לייגט נאר צו איין פרט: אונטער דעם לעצטן אזא געזעץ, איז דא נאך עפעס. און יענער עפעס איז אינדרויסן פון געזעץ בכלל. און וויבאלד איך בין סטאק אין דעם געזעץ-מציאות, קען איך אים נישט משיג זיין, און אלעס וואס איך בין יא משיג, איז שוין א פרט אין מיין מציאות.

דער חילוק פון דעם אור-מענטש אמאל ביז'ן מאדערן-פארגעשריטענעם מענטש היינט בלייבט, אין דעם זין, דער זעלבער ווי דעמאלט: א סך כוחות-געטער, אדער איין-איינציגער כוח וואס האט באשאפן די אלע געזעצן, אריינגערעכנט דעם חק פון עצם געזעץ.
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר