וויכטיג מאכער האט געשריבן:אנבעליוועבל!!! דער עולם איז נאך אין שאק פון די טראגעדיגע, און מ'פראבירט זיך נאך צו טרייסטן...
דרייצעך ארום א יונגערמאן, און ער טוצעך אויף פאר זיינע חברים, "האסט געזעהן די פיקטשער?" יא די שרעקעדיגע פיקטשער... "דאס האב איך געכאפט!" מיט מיין נייעס אייפאון, ס'מעכטיג!!
וואס? דו ביסט געווען דער שייגעץ? שעהמסטעך נישט?!
איך גלייב באמונה שלימה אז אלעס וואס ס'איז געשעהן איז געווען אנגעשריבן פון אויבן, און ס'נישט געווען שייך צו טוהן עפעס אנדערש...
אבער רעדענדיג היינט מיט א הצלה וואלאנטיר האבעך געהערט שוידערליכע דעטאלן וויזוי היימישע יונגעלייט האבן ארויסגעהאלפן דעם מלאך המות... (וואס האט אונז איבערצייגט ליידער די וואך כמה פעמים אז ער נויטיגט זיך לגמרי נישט אין אונזער הילף ר"ל...)
דער יונגערמאן דערציילט מיט אז פארענדיג אויפן קאלל, איז געפארן אונטער אים א קאר "מיט לייטס און סייערין"... ער האט געמיינט אז נאך א מעמבער פארט... אבער וואס ווען... א יונגערמאן קומט ארויס און הייבט אן כאפן פיקטשערס!!! און... דא האבעך פארפעהלט א הארט ביד... ער זאגט מיר אז ר' נחמן גלויבער ע"ה האט מען אריינגעפיהרט מיט די גויאישע אמבולאנס ווייל... די אמבולאנס פון חברה הצלה האט נישט געקענט אריינפארן!!! איר הערט??? דער יונגערמאן דרייצעך ארום און קרעכצט... אוי וויי... דאס קינד איז שוין אויך נישט דא... האלאו! נעקסטיים זיי נישט אזוי נייגעריג, און פראביר נישט צו זיין די העראו פון דיין BBM גרופ, און לאז דעם אמבולאנס צוקומען... העסטע נישט אזוי קרעכצן...
ס'נישט צום גלייבן! צוליב נייגער קענען צענדליגער יונגעלייט בלאקן א גאס, און מ'לאזט נישט צו קיין מעדעצינישע הילף! מ'זעהט לעלוס, מ'באקומט מעסידזשעס, יעדער מוז זעהן מיט די אייגענע אויגן... און מ'פארט אהין צום סצענע, און מ'אידעך אין א ראש... מ'מודעך דארט זיין וואו פריער, פארקט מען אינמיטן די גאס... זאל די אמבולאנס טרעפן א אנדערע וועג אריין!!! איז דאס נארמאל???
דאס איז איינס...
דער מעמבער דערציילט ווייטער אז אן אנדערע מעמבער וואס איז שוין יארן א מעמבער האט געזאגט פאר די קארדענעיטער אז ער גייט אויפהערן לויפן אויף קאללס... ער זאגט אז פיהרענדיג ס'בעטל מיט די פרוי דערויף זענען מענטשן זיי נאכגעלאפן, מאט זיי געשטערט, און געכפאט פיקטשערס!!! וואט דע העק??? איך רעד שוין נישט פון מענטשליכקייט... כאפן פיקטשערס פון א מענטש אין אזעלעכע אומשטענדן... אבער וויי געוואלד, דו לאזט נישט די הצלה ארבייטן!!! ער זאגט אז מארגן גייט מענעם נאך אויספרעגן פארוואס האסטו געהטוהן דאס און יענץ, וואלסט ווען געדארפט טוהן אזוי... וואס פעהלט מיר עס אויס? איין טאג גייט מען מיך נאך קלאגן ווייל כאב גע'שאקט א מענטש מער ווי די בוק הייסט און איינער האט עס אפגעכאפט!!! ס'פעהלט מיר נישט אויס!!!
דער מעמבער זאגט מיר אז ס'דא היינט מענטשן וואס רופן הצלה און זיי בעטן מ'זאל קומען שטילערהייט... זיי ווילן נישט די גאנצע שטאט זאל האבן פיקטשערס וואו מ'פיהרט זיי אריין... "ווער ווייסט וויפיל מענטשן טראכטן צופיהל מאל פארן רופן הצלה אפשר זאל איך נישט רופן, ווייל כ'וויל נישט קיין פיקטשערס, און דאס קען אמאל זיין די דיפרענס צווישן לעבן און טויט"!!!
אלזא טייערער ערעב יוד, איידער דו גייסט נאכאמאל טוהן די אומווערדיגקייט טראכט נאך איין מאל... וואס גייט מיין נאכלויפן ס'אמבולאנס גורם זיין? וויסן זאלסטו דו האסט א דין ווי א מערדער!
1) דער מעמבער אויפן ס'צענע פארלירט זיין הרחבת הדעת, ער קען נישט ארבייטן מיט א קלארן קאפ וויסענדיג אז אלעס ווערט רעקארדירט.
2) דו שטערסט די נויטיגע הילף - אמבולאנס צו פאראמעדיק אדער סתם נאך א בעק-אפ מעמבער - אנצוקומען צום ס'צענע.
3) דו ביסט גורם אז מענטשן - וואס דארפן אימערדזשענסי הילף - זאלן זיך צוריקהאלטן פון רופן הצלה, ווייל זיי ווילן נישט זיין אויף אלע בילדער אין די שטאט.
4) ווען דו פארסט מיט לייטס און סייערינס בלויז צו קענען כאפן בילדער פון א סצענע, ביסטו גורם אז מענטשן זאלן ווייניגער רעספעקטירן "לייטס און סייערין", און מעגליך טראכטן צוויי מאל פאר מ'רוקצעך אין א זייט פאר אן אימערדזשענסי וויקהעל...
און דאס איז אויסער די אוממענטשליכקייט! ס'איז עקל'דיג, אוממאראליש די גאנצע פיקטשער גע'כאפעכטס... מ'שיקט ארום פיקטשערס פון א מענטש ליגן אונטער א קאר! וועך!!!
און ס'זעלבע איז בנוגע אנדערע סענזאציעס אין שטאט... ס'ברענגט אונז נישט געווענליך קיין גוטס ווען די מידיע קריגט א פיקטשער פון א "כאפצעם"...
אלזא ערעב יוד, איידער דו גייסט נאכאמאל טוהן אזא זאך, און דו טראכסט שוין וואסערע "הירא" דו גייסט זיין אויף דיין גרופ פארן האבן די שנעלסטע און די "בעסטע" פיקטשערס! טראכט נאך איין מאל! דו ביסט שופך דם!!! סטאפ! הרף!!!
ידינו לא שפכו, הא? דו ר...!! (פון: אייוועלט)
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2901
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
- האט שוין געלייקט: 913 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל
ידינו לא שפכו, הא? דו ר...!! (פון: אייוועלט)
וויכטיג מאכער אויף אייוועלט האט א מורא'דיגע ארטיקל, צוליב די וויכטקייט דערפון ברענג איך עס אהער:
זייער אמת ויציב וואס ער שרייבט, און זייער ווייטאגליך. אבער במאמר המוסגר, פארוואס האבן געוויסע הצלה מעמבערס 10 טויזענט דאלער לייטס און סיירענס אז נישט ער וויל אז זאל זיין א מצב?
עס איז דא מעמבערס וועלכע לייגן אין זייער סיענע אדער אדעסי לייטס וויפיל עס איז נארמאל, נאכדעם איז אבער דא מעמבערס וועלכע ליסן ספעציעל א מעכטיגע שווארצע קאר מיט טינטעט ווינדאוס, און 10 טויזענט דאלער לייטס, אבער זיי ווילן נישט אז עס זאל זיין א מצב???

- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
זייער גערעכט!
שוין צייט ס'זאל ווערן א בושה און אראפגעקוקט צו זיין א רייסער און א באפער.
ע"ד הלצה: אפשר זאל מען זיך אנהייבן נאכפרעגן ביי שידוכים אויב דער מחותן האט נישט פערצופאל א רויטע לייט פארשטעקט ערגעצוואו אין זיין קאר. אולי זאלן מוסדות האבן תקנות דערויף (ס'שטערט די קאפ פון לערנען ווען די קינדער זענען פארנימען מיט די בליצערס און לעלוס).
*****
דרך אגב שבאגב, נאך א מזל ס'איז געפאויסט דא און אויף אייוועלט. ווען די זעלבע קאמענט וואלט געמאכט געווארן אויף די דעילי נויז וועבזייט וכדו' דורך אן אנגעבליכע פייערמאן אדער פאליציאנט וואלט מען אים פארשריגן אלס הלכה בידוע וואס רעדט פום קנאה און שנאה.

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
יואליש האט געשריבן:זייער גערעכט!
שוין צייט ס'זאל ווערן א בושה און אראפגעקוקט צו זיין א רייסער און א באפער.
ע"ד הלצה: אפשר זאל מען זיך אנהייבן נאכפרעגן ביי שידוכים אויב דער מחותן האט נישט פערצופאל א רויטע לייט פארשטעקט ערגעצוואו אין זיין קאר. אולי זאלן מוסדות האבן תקנות דערויף (ס'שטערט די קאפ פון לערנען ווען די קינדער זענען פארנימען מיט די בליצערס און לעלוס).
*****
דרך אגב שבאגב, נאך א מזל ס'איז געפאויסט דא און אויף אייוועלט. ווען די זעלבע קאמענט וואלט געמאכט געווארן אויף די דעילי נויז וועבזייט וכדו' דורך אן אנגעבליכע פייערמאן אדער פאליציאנט וואלט מען אים פארשריגן אלס הלכה בידוע וואס רעדט פום קנאה און שנאה.
און ס'איז (טאקע) ווירקליך אזוי. ווען א יוד ברענגט אויף אזא מעשה איז עס מיט'ן תכלית אז מ'זאל זיך פארבעסערן. אבער ווען איינער פון זיי ברענגט דאס אויף איז עס מיט'ן ציל מקטרג צו זיין. אויפווייזן ווי שלעכט די יודן זענען.
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:יואליש האט געשריבן:*****
דרך אגב שבאגב, נאך א מזל ס'איז געפאויסט דא און אויף אייוועלט. ווען די זעלבע קאמענט וואלט געמאכט געווארן אויף די דעילי נויז וועבזייט וכדו' דורך אן אנגעבליכע פייערמאן אדער פאליציאנט וואלט מען אים פארשריגן אלס הלכה בידוע וואס רעדט פום קנאה און שנאה.
און ס'איז (טאקע) ווירקליך אזוי. ווען א יוד ברענגט אויף אזא מעשה איז עס מיט'ן תכלית אז מ'זאל זיך פארבעסערן. אבער ווען איינער פון זיי ברענגט דאס אויף איז עס מיט'ן ציל מקטרג צו זיין. אויפווייזן ווי שלעכט די יודן זענען.
און די ווייסט דאס וויאזוי גענוי?
כ'האב אסך מאל געהערט אז אפי' ווען אידן ברענגן דאס אויף ווערן זיי געלעבעלט "סעלף העיטינג."
אין אלענפאלס, זאגסטו אז די קריטיקירער קענען זיין גערעכט מיט זייער קריטיק אבער העסליך מיט זייער מאטיווען. מעגליך אזוי. אבער וואס איז די ריכטיגע רעספאנס צו אזא פאל? קבל האמת ממי שאומרו און תוכו אכל? אדער מאובי תחכמינו?
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 835
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:לעמיל,
I couldn't agree more
די בילדער כאפן גייט ארויס פון יעדן מענטשליכן גדר.
איי געסס ווי אזוי עס גוי'אישט זיך, אזוי אידישט זיך.
ווי גויאישט זיך אזוי? איך האב נאך קיינמאל נישט געזען אז גוים זאלען קומען צו לויפען און כאפען פיקס ,אזוי ווי אונז אידעלעך,
סאיז א פלענע עקלדיגע מידה וואס אונז האבען thats it ,
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.

- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
הוי איז ער גערעכט.
אמאהל אין מקוה איז איינער געזעצען נאקעט און געבעטען זיין שכן זאל ביטע רופען הצלה, ווייל ער פילט נישט אזוי גוט.
דער שכן האט געפרעגט הויך אין שאק, הצלה? יענער זאגט יא.
מער האט נישט אויסגעפעלט, עס האט זיך געשטעלט אן עולם ארום קוקען אזוי ווי ער וואלט געוועהן א רבי וואס פירט טיש.
מיין געדולט האט געפלאצט, און איך האב אנגעהויבען פרעגען איינער נאכען צווייטען, וועמען זוכסטו דא? ווילסט העלפען? שטייסט אין די קוקסט ווי א האן אין בני אדם!! אפאר האבען זיך אויף געוועקט פין זייער טראנץ מיט די אפענע מיילער און אנגעטראגען, אנדערע האבען אפילו נישט געהערט וואס מען רעדט צו זיי, נאר געשטאנען פארגאבט קוקענדיג אויף דעם נאקעטען איד וואס דארף נעבעך הצלה.
זעהט אויס אז דאס געשעהט ווען די איינציגסטע ענטערטענמענט איז זעהן ווי מען פירט איינעם אין שפיטאל אריין.

א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).

- מאנשי שלומינו
- הודעות: 77
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 6:31 pm
- האט שוין געלייקט: 12 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל
קינות גירושין האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:לעמיל,
I couldn't agree more
די בילדער כאפן גייט ארויס פון יעדן מענטשליכן גדר.
איי געסס ווי אזוי עס גוי'אישט זיך, אזוי אידישט זיך.
ווי גויאישט זיך אזוי? איך האב נאך קיינמאל נישט געזען אז גוים זאלען קומען צו לויפען און כאפען פיקס ,אזוי ווי אונז אידעלעך,
סאיז א פלענע עקלדיגע מידה וואס אונז האבען thats it ,
זיי האבן אפילו א נאמען דערפאר "פאפעראצי"
איך בין אן עמיטשור.. מיין ספעלינג איז ווייט פון פערפעקט... א לייק אז איך וועל אמאל בקימען וועליך זיין דאנקבאר (כמנהג המקום צו בעטען פאר לייקס)..
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6957
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
גראדע האט עס א מורא'דיגע מעלה, איך האב געהאט אמאל א גניבה, פאליציי איז געקומען אינמיטן די נאכט און גענומען פינגער אפדרוקן, אבער וואס זאל איך טון? גיין שלאפן?
האט הקב"ה מיר אנגעשיקט מאסן לעלו'ס, שאמראמס, סקענער באזיצערס, די נאכטליכע קומזיץ איז פארגעקומען אין פארנט פון מיין הויז און ביז אלע מיינע קינדער האבן אויפגעהערט צו ציטערן, דהיינו, ביז צופרי האב איך געהאט קאמפאני לרוב, מי כעמך ישראל!

- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
קינות גירושין האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:לעמיל,
I couldn't agree more
די בילדער כאפן גייט ארויס פון יעדן מענטשליכן גדר.
איי געסס ווי אזוי עס גוי'אישט זיך, אזוי אידישט זיך.
ווי גויאישט זיך אזוי? איך האב נאך קיינמאל נישט געזען אז גוים זאלען קומען צו לויפען און כאפען פיקס ,אזוי ווי אונז אידעלעך,
סאיז א פלענע עקלדיגע מידה וואס אונז האבען thats it ,
מאכסט א דזשאוק!
האסט שוין פארגעסן אפאר וואכן צוריק די מעשה מיטן בילד אויפן פראנט פעידזש פון א גויאישן צייטונג ווי א טרעין פארט אט-אט אריבער א מאן צום טויט?
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
געפילטע פיש האט געשריבן:פאפעראצי וועט נישט כאפן קיין בילדער פון א ציווילע מענטש וואס מ'פירט אריין אין שפיטאל.
כל ישראל בני מלכים.
כאטש עפעס א לימוד זכות אויף די פיקטשער כאפערס.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 77
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 6:31 pm
- האט שוין געלייקט: 12 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל
געפילטע פיש האט געשריבן:פאפעראצי וועט נישט כאפן קיין בילדער פון א ציווילע מענטש וואס מ'פירט אריין אין שפיטאל.
פאפערציס האבן שוין געכאפט אסאך ערגערע פיקטשערס ווי דעם אבער טאקע נישט פון ציווילע מענטשן
איך בין אן עמיטשור.. מיין ספעלינג איז ווייט פון פערפעקט... א לייק אז איך וועל אמאל בקימען וועליך זיין דאנקבאר (כמנהג המקום צו בעטען פאר לייקס)..
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 835
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל
אנשולדיג איך ווייס נישט פון וואס עטץ רעדץ פאפערצאי שמאפעראציע, איך האב נאך קיינמאל נישט געזען אין מאנהעטן ווען א ems טראגט איינעם אריין צענדליגע אינגע גוים צו קומען לויפען, דעס זעסטו נאר ביי אונז
אוודאי ביי די טרעין יא , אבער אן א רעגאלער בעסיס מאן דכר שמיה? זיי האבען בעסער וואס צו טאן מיט די צייט
אוודאי ביי די טרעין יא , אבער אן א רעגאלער בעסיס מאן דכר שמיה? זיי האבען בעסער וואס צו טאן מיט די צייט
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6957
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
יאנקל האט געשריבן:וויכטיג מאכער'ס שטיקל שמעקט מיט אויפגעקלערטקייט. ער רעכנט אויס פילע סיבות פארוואס מ'זאל נישט מעגן כאפן בילדער אין דער צייט פון א טראגעדיע, אבער קיין איין ווארט נישט איבער וואס די תורה זאגט. זאל ער מיר ענטפערן: וואו אין שולחן-ערוך שטייט אז מ'טאר נישט כאפן קיין בילדער ווי א גוסס ווערט אריינגעפירט אין אן אמבולאנס?! וואס קומסטו מיר דא מיט תורות פון "מענטשליכקייט", מאראליש שמאראליש. רעדסט דאך ווי א גוי!
יאנקל, דו גיבסט זיך אן אלטס זאב ברענער סטייל איד? זייט ווען איז דער שו"ע דער פוסק אחרון? נניח אז עס שטייט אין שו"ע "אסור לו לאדם לעשות תמונה באיזה צורה, כשחברי ההצלה מטפלים עם חולה", זייט ווען האט דער ספרדיש'ער מהר"י קארו א ווארט אויף אונזער לעבענס שטייגער?! ער איז דאך פון די סעקטע וואס האלטן אז שחרית דארף מען דאווענען אינעם ערשטן דריטל פון טאג, וואס כידוע זענען כל גדולי רבותינו ארויס מיט א שארפע חרמה, אנטקעגען די וואס פראבירען ח"ו צו מאדנאזירן כלל ישראל זיי זאלן זיין צוגעבינדען צום טמנ'עם זייגער כשאר כל האומות! נאכער אין פסח לאזט ער גאר עסן באנדלעך מיט געבראקטס, און אין שבת לאזט ער נישט די בעלי תפילות גארגלן אין די וועלט אריין, וועם אינטערעסירט וואס ער האט צו זאגן?!
אנו אין לנו אלא מה שקיבלנו מרבותינו. ווען מען זעט א הצלה קאל לויפט מען אויף די פיר אריינצושטעקן די נאז, און ווען דער חולה איז אין אמבולאנס שטיפט מען די ברילן אויף ארויף.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
- אוי טאטי
- היימישער באניצער
- הודעות: 530
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 3:06 pm
- האט שוין געלייקט: 50 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל
אז מ׳רעדט שוין..
כ׳מיין ח׳וו נישט ארפצורייסן הצלה, אבער איך וויל פארשטיין, הצלה האט היינט געמאכט א עפרישיעישאן פאר זייער מעמבערס אין קאנטינעטאל זאל, און האבן לכבוד דעם אפגעשפארט ראטלידזש סט. קען מיר איינער מסביר זיין וואס די פשט איז? אמת עס קומט זיך זיי עפעס פארן ראטעווען אידן, אבער פארדעם איז פארקן דאבל פונקט גענוג..
פארוואס האט אויסגעפעלט אפצושפארן א גאס, און מענטשען זאלן דארפן מאכן א גרויסן סירקל?

!..If you go black, you'll never go back
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 681
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
- האט שוין געלייקט: 154 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל
ממי_שאמרו האט געשריבן:זייער אמת ויציב וואס ער שרייבט, און זייער ווייטאגליך. אבער במאמר המוסגר, פארוואס האבן געוויסע הצלה מעמבערס 10 טויזענט דאלער לייטס און סיירענס אז נישט ער וויל אז זאל זיין א מצב?
עס איז דא מעמבערס וועלכע לייגן אין זייער סיענע אדער אדעסי לייטס וויפיל עס איז נארמאל, נאכדעם איז אבער דא מעמבערס וועלכע ליסן ספעציעל א מעכטיגע שווארצע קאר מיט טינטעט ווינדאוס, און 10 טויזענט דאלער לייטס, אבער זיי ווילן נישט אז עס זאל זיין א מצב???
In my opinion you are 100% wrong #1 its not your business #2 "al tudin es chaveichu vc"l. You don't have the slightest idea what a HOTZOLOH (active) MEMBER is. Just to mention 1 thing he has no Shabbes or yom-tov no doy no nite & no family so why should you talk about the lights & sirens ? VDOK HEIETEV VEHEVON !