בלאט 1 פון 2
א 4'ער קאפל אדער א 6'ער
נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 2:33 pm
דורך ציבעלע-קיגל
קען מיר איינער מסביר זיין וואס איז די גרויסע עולה און וואס איז די גרויסע חסרון מיט גיין מיט א קאפל וואס האט 4 פארטס?
עס זענען דא ישיבות וואס לאזען די קינדער "נאר" גיין מיט 6.
איך האב א שכן וואס גראדע איז ער גאר א פיינער אינגערמאן. מיט פיינע ערליכע איידעלע קינדער. לעצטע וואך האט די ישיבה ווי ער שיקט זיינע קינדער (וואס הייסט איינס פון די גוטע ישיבות און בורו פרק) אהיים געשיקט אלע 5 קינדער און זיי סאספענדעד פאר 2 וואכען ווייל 2 פון זיי זענען געגאנגען מיט א קאפל וואס האט נאר געהאט 4 פארטס. נישט א קליינע קאפל נאר א נארמאלע סייז נאר עס האט 4 און נישט 6. און ער האט אויך געדארפט חתמנ'ן אז אויב עס געשענט נאך איין מאהל וועט מען ארויסווארפען אלע זיינע קינדער. (און יא, איך האב געזעהן די בריוו)
פרעג איך אייך, איז דאס נארמאל?
נאך דעם ווינדערט מען זיך פארוואס קינדער פארן נעבעך אפ?
עס קומט פון אט די קליינע רשעות'לך וואס פארגייט איעדן דעם אפעטיט פון נישט נאר צו זיין אידן, נאר אפילו נארמאלע מעבטשען.
נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 2:36 pm
דורך יואליש
נישט ווייל ער גייט מיט א פיר-סלייס קאפעל איז ער א שגץ, נאר ווייל ער איז א שגץ גייט ער מיט א פיר-סלייס קאפעל.
נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 2:36 pm
דורך זר זהב
אנוועליבעוועל... אזוי ווייט צו גיין? קענסט אפשר בעטן פון דיין חבר דאס צעטל און עס ארויפלייגן דא?
נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 3:28 pm
דורך דולה ומשקה
האדמו"ר מקלויזענבורג - ארה"ב שליט"א האט געגעבען פארגאנגענעם זוממער א דרשה פון א שעה צייט פאר די קינדער, דער מערסטע צייט פון זיין דרשה איז געוועהן אז די קינדער זאלען גייט נאר מיט א 6 סלייס קאפל אויס דריקלעך נישט קיין פיר - אזוי אויך אז די ציצית זאל נישט זיין אריין געקוועטשט אין די מכנסים נאר אינדרויסען. מיר שעמען זיך נישט מיט אונזערע אידישע מלבושים.
אין באבוב 48 פאר די קינדער פון ווען זיי באקומען פיאות איז אויס דריקלעך אסור צו גיין מיט א 4 סלייס קאפל, נאר א 6 סלייס איז ערלויבט, "אז פאסט נישט פאר קינד וואס לערענט און אונזער תלמוד תורה צו גיין מיט אזא סארט קאפיל". דער אדמו"ר וועט ער האט גערעדט צו די קינדער חנוכה פאר טיילען מטבעות האט ער אויך דערמאנט דער גאהר גאהר וויכטיגע ענין, אויף וואס דער וועלט שטייט, דער ענין פון "גיין מיט א געהעריגע קאפיל...".
אריין אין אכשר דרא
נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 3:38 pm
דורך קאווע טרינקער
ציבעלע, דו ביסט דער נעכטיגער אריינרופער אויף הדברות ראדיא?
קיין ספק אז די מעשה איז נישט אמת.
דאס אז מוסדות לייגן א דגוש אויף דעם איז נאר צו געפעלן פאר די פרומע.
גראדע, איך גיי מיט 6'ער,
כידוע.מצד שני, יש דברים בגו, אויב עלטערן לייגן א דגוש אויף 4 חלקים דוקא, איז דאס א סימן אויף עפעס.
יעצט דיע "עפעס" איז ביי מאנכע א – און נישט קיין +.
נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 5:17 pm
דורך ברסלבער
דער פראבלעם איז ווען די מוסדות לייגן אזא שטארקע דגוש אויף די סארט זאכן און מען האלט גאנצע דרשות דערויף, און דערנאך ווען דאס קינד וואקסט אונטער און הייבט אן צו כאפן די בעלאניס וואס מען האט איינגערעדט, ווערט ביי אים קאלט אויך די אנדערע דרשות וואס דער זעלבער מנהל האט אריינגעווארפן בחדא מחתא מיטן קאפל, שמירת שבת/כשרות/תפלין, (אויב דער מנהל האט בכלל גערעדט דערפון)
פארוואס זאל מען נישט רעדן פון נארמאלע זאכן? פון פשוטע שמירת התורה והמצות?
נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 5:23 pm
דורך ענדע צדיק
אויף מיין יונגל ני"ו שטייט בעסער א 4 חלקים'דיגע קאפל,
שוין פרובירט ביידע,
נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 6:20 pm
דורך אביגדור
רבונא דעלמא כולא!
נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 6:22 pm
דורך [NAMELESS]
נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 7:48 pm
דורך יואליש
אויב כ'מעג פאראפריזן:
אונטער דיין ציצית איז דא קיין הארץ, אונטער דיין קאפעל קיין מוח!
נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 7:55 pm
דורך געפילטע פיש
די עולם דא ווייסט נישט אז א פיר שלייסיגע קאפעל איז א גוישע מלבוש? אלע גוים גייען דערמיט.
נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 8:05 pm
דורך קאווע טרינקער
אויב איינער האט איין הוא אמינא אז איך האב א פראבלעם מיט א קאפל פון פיר, און אפילו קאפללאז בכלל (ס'איז דאך נאר ממידת חסידות, די טו"ז איז אפגעפרעגט, ווייל דאס אז די גוים גייען נישט קיין כיסוי על הראש האט גארנישט מיט עבודה זרה. עיין שו"ת מהרש"ל סימן כ"ב ותמצא נחת ותענוג, שו"ת האלף לך שלמה סימן ד': מ'קען נישט געהעריג טראכטען ווען מ'האט א קאפל אויף די מוח), זאל וויסען אז... אז.. ער האט א טעות.
אבער לגוף הענין, האב איך זיך שוין גע'טענה'ט מיט עולם ומלואו, און אלע האבן געזאגט אז איך בין .. נישט גערעכט.
איך בין אבער נאך אלץ ביים מיינונג, אז ווען דו שרייבסט אריין דיין זוהן אין כרם שלמה דבאבוב, אדער קהילת יעקב פאפא, אדער ביי ר' יהושע נחמן בערגער, און דער מנהל לייגט א דגוש אז בחורים זאלן נישט גיין א סוועטער וואס די זיפער גייט ארויף ביז פה דלמעלה (אפשר ווייל ס'דערמאנט פון די זיפער אויף פה דלמ...?), אין לך רשות צו פארפירן, שרייען און אפילו זיך עסען דאס געזונט. האסט דאך געוואוסט אז ר' יהושע נחמן איז א פרומער, פארוואס שיקסטו דארט? שיק קיין נתיבות התלמוד, ווי 90 בחורים גייען געקניפטע פיאות, און די מאמעס פיקן זיי אויף ענדע טאג.
אז דו ווילסט דיין בחור'ל זאל דרייווען א בייק, שיק אים נישט צו געלט-ציילער, שיק אים צו ר' יאסל מייער, אדער נאוואמינסק.
לדעתי - ביטע נישט שיסן לויזע אייער - ישיבות זענען בארעכטיג צו טוהן וואס זיי ווילען, און יעדער יחיד איז בארעכטיג צו עפענען זיין אייגן ישיבה.
נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 8:37 pm
דורך בדחן
זר זהב האט געשריבן:ציבעלע-קיגל האט געשריבן: איך האב א שכן וואס גראדע איז ער גאר א פיינער אינגערמאן. מיט פיינע ערליכע איידעלע קינדער. לעצטע וואך האט די ישיבה ווי ער שיקט זיינע קינדער (וואס הייסט איינס פון די גוטע ישיבות און בורו פרק)... (און יא, איך האב געזעהן די בריוו)
עס קומט פון אט די קליינע רשעות'לך וואס פארגייט איעדן דעם אפעטיט פון נישט נאר צו זיין אידן, נאר אפילו נארמאלע מעבטשען.
אנוועליבעוועל... אזוי ווייט צו גיין? קענסט
אפשר בעטן פון דיין חבר דאס צעטל און עס ארויפלייגן דא?
די מעשה קען פינקט אזוי נישט אמת ווי יא אמת, אדער קען זיין אז פעלט זייער אסאך פרטים פון די מעשה, ווי למשל, אז די עלטערן מיט די מוסד האבן שוין א סכסוך דערויף פאר גאר א לאנגע צייט, און מעגליך אז די עלטערן זענענן דא אויף טריץ.
(יא, מוסדות מעגן האבן א דרעס קאוד, אפילו להבדיל טייל גוי׳שע סקולס האבן אויך דרעס קאודס... עס איז העכסט נערמאל,)
הקיצור, אויב וויל ער נישט לייגען די צעטיל און אלע פרטים פון די מעשה, ניטאמאל די נאמען פינעם מוסד, איז אשאד צו ווערן איבער גענימען פון די מעשה, עס איז מער מסתבר אז איז ליגענט ווי אמת ווייל קיין איין מוסד שיקט נישט אהיים
פלוצליניג פון איין מינוט אויף צווייטען פינף קינדער מיט א קנס צו זיין אינדערהיים אויף צוויי וואכען..... עפעס איז דארט פארגענאגענן צווישען די עלטערן און די מוסד, און דער פותח האשכול ווייס נישט דערפון אדער ער זאגט עס נישט, אדער איז די מעשה נישט אמת.
נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 8:53 pm
דורך דולה ומשקה
דער עולם הייבט דא אן צו פארקריכען,
צו רעדן וועגן די ישיבות אדער דער סיסטעם איז דא גענונג און נאך אשכולות
דער נאמען פון דער אשכול איז: א 4'ער קאפל אדער א 6'ער
נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 8:57 pm
דורך קאווע טרינקער
דולה, פארשטיי, אז ס'איז נישט שייך צו דעבאטירן 4 אדער 6. יעדער פארשטייט אז 4 אביסעל פעסטער ווי 6... סארי, אבער ס'איז א פאקט. פארוואס ס'איז אזוי? ווייל אזוי.
די שאלה איז, צו די ישיבות זענען בארעכטיג צו מאכן אן עסק דערפון.
נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 9:06 pm
דורך דולה ומשקה
איך וועל נישט מיד ווערען, קוק דא
viewtopic.php?f=12&t=1080דער גאנצע מושג איז געבוירען געווארען
ווען מ'האט אנגעהויבען זעהן חסידידשע יונגע בחורים וואס זייער אויגען האבען זיך פלוצלינג געעפענט,
מיט אמאהל איז דער ציצית געווארען באהאלטן אונטער דער העמד
אין דער קאפל איז געווארען קלענער סיי און כמות און סיי אין איכות
איכות דער פאקטישע קאפל איז געווארען קלענער,
כמות ס'געווארען פון זעקס סלייסעס צו פיר סלייסעס
דער פיר סלייס קאפיל איז א סימן נישט א סיבה,
דער פראבלעם איז אז משגיח/ראש ישיבה/מנהל האקט אויף דער סימן
ווען ב'אמת דארף מען מוסר'ן וועגן דער סיבה
נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 9:09 pm
דורך berlbalaguleh
קאווע טרינקער האט געשריבן:אויב איינער האט איין הוא אמינא אז איך האב א פראבלעם מיט א קאפל פון פיר, און אפילו קאפללאז בכלל (ס'איז דאך נאר ממידת חסידות, די טו"ז איז אפגעפרעגט, ווייל דאס אז די גוים גייען נישט קיין כיסוי על הראש האט גארנישט מיט עבודה זרה. עיין שו"ת מהרש"ל סימן כ"ב ותמצא נחת ותענוג, שו"ת האלף לך שלמה סימן ד': מ'קען נישט געהעריג טראכטען ווען מ'האט א קאפל אויף די מוח), זאל וויסען אז... אז.. ער האט א טעות.
אבער לגוף הענין, האב איך זיך שוין גע'טענה'ט מיט עולם ומלואו, און אלע האבן געזאגט אז איך בין .. נישט גערעכט.
איך בין אבער נאך אלץ ביים מיינונג, אז ווען דו שרייבסט אריין דיין זוהן אין כרם שלמה דבאבוב, אדער קהילת יעקב פאפא, אדער ביי ר' יהושע נחמן בערגער, און דער מנהל לייגט א דגוש אז בחורים זאלן נישט גיין א סוועטער וואס די זיפער גייט ארויף ביז פה דלמעלה (אפשר ווייל ס'דערמאנט פון די זיפער אויף פה דלמ...?), אין לך רשות צו פארפירן, שרייען און אפילו זיך עסען דאס געזונט. האסט דאך געוואוסט אז ר' יהושע נחמן איז א פרומער, פארוואס שיקסטו דארט? שיק קיין נתיבות התלמוד, ווי 90 בחורים גייען געקניפטע פיאות, און די מאמעס פיקן זיי אויף ענדע טאג.
אז דו ווילסט דיין בחור'ל זאל דרייווען א בייק, שיק אים נישט צו געלט-ציילער, שיק אים צו ר' יאסל מייער, אדער נאוואמינסק.
לדעתי - ביטע נישט שיסן לויזע אייער - ישיבות זענען בארעכטיג צו טוהן וואס זיי ווילען, און יעדער יחיד איז בארעכטיג צו עפענען זיין אייגן ישיבה.
נאר די תוצאות פון די אלע שעדליכע שטותים, וועלכע קענען אפילו נישט אנגערופן ווערן טפל, לגבי דעם עיקר, ווייל ס'איז הוילע שטותים אויסגעזויגן פון פינגער דורך איין משגע'נעם. וואס א יעדער טאנצט איהם נאך. די תוצאות זענען גאר שעדליך. אזוי ווי די אנדערע שרייבערס האבן שוין ארויסגעברענגט. דאס איז אויך איינס פון די זאכן מיט וואס דער דור איז געשלאגן בעיקבתא דמשיחא. מ'קומט אויף מיט נייע "חומרות". אנשטאט'ס זיך מתרכז זיין אריינצוברענגען אמת'דיג יראת שמים און אהבת התורה והמצוות אין די בחורים.
נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 9:09 pm
דורך קאווע טרינקער
100%
נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 9:20 pm
דורך לעיקוואד
קאווע טרינקער האט געשריבן:לדעתי - ביטע נישט שיסן לויזע אייער - ישיבות זענען בארעכטיג צו טוהן וואס זיי ווילען, און יעדער יחיד איז בארעכטיג צו עפענען זיין אייגן ישיבה.
און מיר זענען בארעכטיגט צו שרייבען אז דער שיבה וואס טוט טאקע אזוי האט נישט קיין קאפ אונטער זיין קאפל.
נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 9:20 pm
דורך בדחן
דולה ומשקה האט געשריבן:דער עולם הייבט דא אן צו פארקריכען,
צו רעדן וועגן די ישיבות אדער דער סיסטעם איז דא גענונג און נאך אשכולות
דער נאמען פון דער אשכול איז: א 4'ער קאפל אדער א 6'ער
די נאמען פינעם אשכול, מיט די תוכן פינעם ערשטען הודעה האבן נישט קיין שייכות איינס צום צווייטען, בכוגן דא איז שאלה צו מען גייט נאכען קעפיל אדער נאכען הודעה..
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 1:09 am
דורך געפילטע פיש
די ערשטע ריאקציע מיינע נאטורליך איז אזוי ווי די עולם שרייעט דא, כפול ארבע או שש שטייט נישט אין שולחן ערוך, סא פארוואס שטעלט מען זיך אויף אזעלכע שטותים?
אבער לאחר עיון קצת, איז למעשה שטעלט זיך יעדער איינער אוועק פאר זיך וואו זיין גרין ליניע איז, און וואו זיין רויטע ליניע איז, ווער ס'איז פרומער פון מיר איז פאנאטיש, און ווער ס'איז ווייניגער פרום ווי מיר איז א באם. און ממילא לייגט זיך אויפן שכל אז זיך משוגע מאכן אויף אזא נישטיגע זאך ווי א קאפעל וואס גייט לד' רוחות העולם איז נישט אזוי סאך אנדערש ווי איינס וואס נעמט אויך אריין די למעלה ולמטה.
אבער אויב וועסטו גיין זאגן פאר א צווייטען אז אין אונזערע חדרים לאזט מען נישט קיין מיט קיין גרינע קאפלעך, אדער ארענדזשע (ארויסצוווייזן שטיצע פאר גוש קטיף) ווער ער דיר אנקוקן ווי פון קאפ געפאלן, וואס הייסט? ווי אין שולחן ערוך שטייט אז די כיסוי הראש ברויך זיין שווארץ? וועם גייט אן אויב ס'איז אן אנדערע קאליר? און דאס וועט יעדער דא פארשטיין אז דאס קען מען נישט צולאזן אין א היימישע מוסד, נא וואו שטעלסטו די ליניע? סך הכל שטעלט די מוסד די ליניע מיט צוויי אינטשעס אריינציהר ווי דיר, נא, ומה כל הרעש הזה?
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 3:41 am
דורך טעפל
דולה איך בין מסכים מיט דיר, סגייט טאקע בערך אזוי, ווען א בחור טוט זיך פלוצלינג אהן א פירער דארף מען בודק זיין וואס טוט זיך..
און קאווע די חת"ס שרייבט אז היינטיגע צייטען וואס יעדער גייט מיט א קאפל איז עס א חיוב..
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 8:35 am
דורך ברעט מענינג
די האסט נאכאמאל געברענגט דעם 4ער קאפעל?!
יעצט וועל איך דיר שוין נישט אהיים שיקן! יעצט גיי אריין אין קלאס און שרייב אויף א צעטעל 500 מאל איך פלוני בן פלוני גייט קיינמאל און מיין לעבן גיין נאכאמאל מיט אזא קאפל!
די אינגעל ברענגט עס צורוק, די מנהל קוקט עס אן, און זאגט די האסט געשריבען
איך גיי
איך גיי
איך גיי
איך גיי
איך גיי?
כדי עס זאל דיר זיין גרינגער צו שרייבען! הא?!
יעצט גיי נאכאמאל אריין און קלאס און שרייב 1000 מאל איך גיי נישט אנטוהן נאכאמאל אזא קאפל קיינמאל און מיין לעבן!