בלאט 1 פון 2

הרבנית אלטא פייגא ט"ב

נשלח: מאנטאג אפריל 02, 2012 11:32 am
דורך אוהב דעת
רעב. אלטע פייגע, וואס איז דארט געווען ,ווער האט איר געשטויסען ? איז זי געווען מעוברת?

Re: אלטע פייגע ט"ב

נשלח: מאנטאג אפריל 02, 2012 11:42 am
דורך [NAMELESS]
שלום עליכם ר' אוהב - איך מיין אז דו מישסט דא צאם א קיגל. אבער אז די ווילסט רעדן פון היסטערי פארוואס לויפסטו גלייך צו די קאנטרעווערשעל זאכן. אז מ'רעדט פון א מענטש דארף מען ארומרעדען ווער ער/זי איז געוועהן, די גאנצע בייאגראפי, און אז די ווילסט אויך ארומרעדען פון מיסעריעזע חלקים פון די לעבן, אדרבא. אבער לויף נישט גלייך אהין

Re: אלטע פייגע ט"ב

נשלח: מאנטאג אפריל 02, 2012 11:45 am
דורך הניק שלי
ווער איז אלטע פייגע ט"ב?

Re: אלטע פייגע ט"ב

נשלח: מאנטאג אפריל 02, 2012 11:47 am
דורך אוהב דעת
איך מיין אז קיינער קומט נישט דא צו לערנען סתם היסטערי......

Re: אלטע פייגע ט"ב

נשלח: מאנטאג אפריל 02, 2012 12:33 pm
דורך שרייבער
רעבעצין אלטע פיגא ט"ב האט קיינער נישט געשטויסן, זי איז נישט געווען מעוברת

די מעשה פון וואס דו רעדסט איז געווען מיט הרבנית חי' רויזא ע"ה בת רבינו יואל ז"ל, נישט געשטויסן, מען האט איר אראפגעווארפן די טרעפ, פארוואס?

אה, יעצט עפנסט א קען מיט ווערעם

איך לאז עס פאר אנדערע

Re: אלטע פייגע ט"ב

נשלח: מאנטאג אפריל 02, 2012 12:35 pm
דורך בן תמליון
ווילסט דוקא וויסן? ניין זי איז נישט געווען מעוברת ביי די 40 און יא די רבנית א"פ האט איר נישט געוואלט ביי זיך אין שטוב, זי איז געווען גאנץ קלוג צו פארשטיין א טאכטער פונעם ערשטן וועט איר ווינציק מכבד זיין.

Re: אלטע פייגע ט"ב

נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 6:44 pm
דורך דולה ומשקה
וואס דארף מען דא שרייבען אין דעם אשכול?

נעגעטיוו, פאזאטיוו אדער סתם דעם אמת...?

גראדע האב איך אין באזיץ, א ווידיא ווי זי שטייט אין פארפירט פאר א גרופע מענער און פרויען אויף דער גאס, דאס איז געוועהן איידער איר פארען מיט רביה"ק מסאטמאר זי"ע קיין ארץ ישראל, ביי די שוין באקאנטע קליפס פונעם רבי האט מען דעם שטיקל ארויס געשניטען.

Re: אלטע פייגע ט"ב

נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 6:56 pm
דורך אוהב דעת
לייג ארויף

Re: אלטע פייגע ט"ב

נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 6:57 pm
דורך אברעמעל
דולה ווי ס'איז אויך משמע פון א צווייטע אשכול האסטו עפעס ווערדפולע סחורה אין דיינע ארכיוון, וועןעפענסטו אויף דיינע אוצרות?
אפשר הייבסטו אן צוביסלעך.

Re: אלטע פייגע ט"ב

נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 7:03 pm
דורך דולה ומשקה
אברעמעל האט געשריבן:דולה ווי ס'איז אויך משמע פון א צווייטע אשכול האסטו עפעס ווערדפולע סחורה אין דיינע ארכיוון, וועןעפענסטו אויף דיינע אוצרות?
אפשר הייבסטו אן צוביסלעך.


ווי דערמאנט טאקע אז איך ברויך דאס איבערבייטען צום היינטיגע טעכנילאגיע,
דערנאך פאלט מיר יעצט אן, ארויף צו שרייבען דערויף "ספעציעל פון קאווע שטיבעל" (מיטן לוגו אין וועב זייטל), אזוי אז די וואס קוקען די קליפס, בהכרח זאלען זיי דאס זעהן...
גאנץ א גוטע געדאנק.

Re: אלטע פייגע ט"ב

נשלח: מוצ"ש אפריל 28, 2012 11:58 pm
דורך יידל
דולה ומשקה האט געשריבן:
אברעמעל האט געשריבן:דולה ווי ס'איז אויך משמע פון א צווייטע אשכול האסטו עפעס ווערדפולע סחורה אין דיינע ארכיוון, וועןעפענסטו אויף דיינע אוצרות?
אפשר הייבסטו אן צוביסלעך.


ווי דערמאנט טאקע אז איך ברויך דאס איבערבייטען צום היינטיגע טעכנילאגיע,
דערנאך פאלט מיר יעצט אן, ארויף צו שרייבען דערויף "ספעציעל פון קאווע שטיבעל" (מיטן לוגו אין וועב זייטל), אזוי אז די וואס קוקען די קליפס, בהכרח זאלען זיי דאס זעהן...
גאנץ א גוטע געדאנק.

נו, דולה, פתח לנו שער צו דיינע ארכיוון...

Re: אלטע פייגע ט"ב

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 5:30 pm
דורך א איד
איך ווייס נישט וואס עס גייט געמעקט ווערן דא און וואס נישט

אבער זי איז יא געווען מעוברת, און מ'האט איר אראפגעווארפן די טרעפ.
אויב זי איז אוועק פון דעם?
אויפו פלאץ זיכער נישט, אבער עס מאכט שטארק סענס אז דאס איז געווען א גורם.

אויב מ'קען דן זיין די רעבעתן וועגן דעם מן הסתם נישט, אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו

Re: אלטע פייגע ט"ב

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 6:05 pm
דורך העלא
זי איז געווען מעוברת ביי די 49, עיו"כ תשי"ד האט זריל גליק איר אראפ געשטיפט בשליחות אלטא פייגא, כדי זי זאל נישט קענען אריינגיין צום טאטן ערב יוה"ק, י"ד חשון איז זי ליידער אוועק,


עס איז לאנגע היסטאריע וואסערע רשעות אלטא פייגא און אירע מענטשן האבן געטוהן פאר רויזא'לע און פארן הייליגן ברך משה,

Re: אלטע פייגע ט"ב

נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 2:45 pm
דורך בן תמליון
העלא האט געשריבן:זי איז געווען מעוברת ביי די 49, עיו"כ תשי"ד האט זריל גליק איר אראפ געשטיפט בשליחות אלטא פייגא, כדי זי זאל נישט קענען אריינגיין צום טאטן ערב יוה"ק, י"ד חשון איז זי ליידער אוועק,


עס איז לאנגע היסטאריע וואסערע רשעות אלטא פייגא און אירע מענטשן האבן געטוהן פאר רויזא'לע און פארן הייליגן ברך משה,


ס'קאסט נישט קיין געלט צו רעדן הבלים. כ'האב געפרעגט עטליכע מיטליעריקע פון אינווייניק יענע טעג קיינער ווייסט נישט צו זאגן זי איז געווען מעוברת. זריל גליק איז נאך דעמאלץ נישט געווען א שטוב מענטש בכלל. אברמעלע וו'ב (שפעטער גרויסער ברך משה חסיד) האט איר געגעבן א שטופ זי איז אוועק פון הארץ פראבלעם ווי איר מאמע און שוועסטער. רבנית א"פ האט זיך מיט איר נישט פארטראגן וואס ווייסטו וואס סאיז פארגעגאנגען? נאך אינדערהיים האט רויזא נישט געוואלט אנערקענען די פוילישע מיידל אלס רעבעצין נאר עפעס א שלאק קעכערין. ר׳ יואליש האט געהאלטן מיט איר פי"א.

Re: אלטע פייגע ט"ב

נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 2:56 pm
דורך שמואל הלוי
בן תמליון האט געשריבן:
העלא האט געשריבן:ר׳ יואליש האט געהאלטן מיט איר פי"א.

וואס מיינט פי"א?

Re: אלטע פייגע ט"ב

נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 2:59 pm
דורך בן תמליון
שמואל הלוי האט געשריבן:
בן תמליון האט געשריבן:
העלא האט געשריבן:ר׳ יואליש האט געהאלטן מיט איר פי"א.

וואס מיינט פי"א?[/quote

אין אנגליש שרייבט זיך FYI דארף איך עפעס אן עקוויאלאנט אין אידיש.

נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2012 1:11 am
דורך דולה ומשקה
דער צו נאמען "דרבינו יואל" צום ארגינעלע נאמען "ישיבה ומתיבתא תורה ויראה", אין אזוי אויך די נאמען צום תלמוד תורה 'ויואל משה' אויף בעדפארד עוו. דאס קומט על פי בקשתו פון די רביצין ע"ה, וואס זי האט געבעטען אז מ'זאל קובע זיין די נעמען פון די סאטמארע מוסדות. מרן הברך משה האט דאס דערמאנט ביי זיין פתיחה דרשה ה' פ' בראשית תש"ם אין די מתיבתא אויף סענדז סט.

הרבנית אלטא פיגא טייטלבוים ע"ה

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 1:21 pm
דורך boxcover
איך האב געזעהן די שיינע אשכול פונעם סאטמארער רבי זצ"ל, און כ'מיין אז די רעבעצין זיינע קומט זיך אויך א שטיקל אטענשאן... דער פראבלעם איז נאר אז איך בין נישט עפעס א שרייבער, אבער במקום שאין שרייבער...

הרבנית אלטא פיגא טייטלבוים ע"ה איז געבוירן ל' ניסן תרע"ב לפ"ק, אין דער שטאט טשענסטעכאוו, פוילן, צו איר פאטער הר"ר אביגדור שפירא, רב אין טשענסטכאוו, פון דער קאזשניצער גזע. איר מוטער איז געווען אן אייניקל פון מאור ושמש. זי איז אוועק י"א סיון תשס"א (בגיל 89) נאך אסאך קראנקע און שוואכע יאהרן אין די מאונט סיני שפיטאל אין מאנהעטן, און געהאט א ריזיגע לוויה וואס איז ארויס פון די סאטמארע שוהל אויף ראדני סטריט. זי ליגט לעבן איר מאן אין קרית יואל.

נאך וואס סאטמארער רבי האט פארלוירן זיין ערשטע ווייב הרבנית חוה (הורוביץ) ע"ה, האט ער מיט איר חתונה געהאט אין יאהר תרצ"ג, אין טשעבין. דער סאטמארער רבי איז געווען מער פון צוואנציג יאר עלטער פון איר. זיין טאכטער רויזא'לע (חיה רויזא, מזוו"ר) איז געווען נישט מער ווי צען יאר יונגער פון דער רביצין. זי האט נישט איבערגעלאזט קיין זש"ק.

זי איז געווען א פראמינענטע און איינפלוסרייכע פרוי אין סאטמאר אמעריקע, בחייו פון רבינו יואל, ווי זי האט אנגעפירט מיט פילע טעטיגקייטן, און געווען פארמישט אין אלעם אין סאטמאר. זי האט געהאט א שטארקע כאראקטער.
הערץ פרנקל האט געשריבן:עס אין היפש אומגעווענליך איך א חסידישע הויף, אז א פרוי זאל שפילען אזא פראמינירענדע ראלע

שמואל הילמאן (מחבר ספר Defenders of the Faith: Inside Ultra-Orthodox Jewry) האט געשריבן:She was the closest thing there has been to a female Hasidic rabbi


די רעבעצין פלעגט בחייה שאפן גאר גרויסע סומעס פאר צדקה, זי האט אויפגעשטעלט א הכנסת כלה פאנד, וואס האט פארטיילט א יאר שווערע צענדליגער טויזנטער פאר הכנסת כלה. (כ'האב אמאל געהערט אז עס איז נישט דא קיין משפחה אין סאטמאר וואס האט נישט הנאה געהאט פון איר הכנסת כלה פאנד).

זי פלעגט טיילן פאר יעדן ארץ ישראל איד וואס איז געקומען פאר הכנסת כלה עטליכע הונדערט דאלער, און צומאל עטליכע טויזנט דאלער. איר צדקה וחסד איז א וואונדער און א חידוש, אפילו אין די לעצטע יארן אירע פלעגט זי יעדן ערב שבועות ארום פארן און פארטיילן טויזנטער טויזנטער דאלארן פאר נויטבאדערפטיגע.

זי האט אויך אנגעפירט די לעידיס אקזילערי פון סאטמאר און געהאלפן אריינברענגן צענליגער טויזנטער דאלארן פאר די מוסדות סאטמאר, אסאך בנינים פון סאטמאר האט זי אויפגעשטעלט. אין קרית יואל איז דא א בנין וואס זי האט זעלבסט אויפגעשטעלט אהנע הילף פון קיינעם, היינט לערנט דארט די נוירסערי קינדער, און איז אויך א שמחה זאהל. זי האט געבויעט און געפירט די וועלטס-באוואוסטע ילד שעשועים קימפעט-היים, וואס האט שפעטער אפגעברעט. איר היים איז געווארן א שוהל (בית אלטא פיגא) לאחר פטירת רבינו זי"ע, אבער איז געווארען פאליטיש און איז לעצטענס (בערך צוויי-דריי יאהר צוריק) געווארן פארשפארט.

גאר-באוואוסט איבער די גאנצע כדור העולם איז איר ביקור חולים (די סאטמערע פרויען ביקור חולים) וואס זי האט אויפגעשטעלט אין תשי"ב אין מרס כהנא'ס קיך. די סאטמערע פרויען ביקור חולים (נישט צו פארטוישן מיט די מענער ביקור חולים - וואס האט קיין סאך מיט סאטמאר איינגעשטויסן) פארדינט באמת אן אשכול פאר זיך. פון אנפאנג, פלעגען די וואלונטירן זיך שלעפן מיט די באן, געברענגט עסן, געפיטערט די פאציענטן און פארברענגט צוזאמען. אין יענער צייט האבען שפיטעלער נישט געהאט קיין כשר עסן בכלל, ווער רעדט נאך פון א כשר'ע קאפעטיריע (ביקור חולים\חסד צימער). שפעטער האבען זיי אויך אויסגעברייטערט די אפעראציע צו ברענגען עסן פאר משפחות פון די חולים. פון די בראשית יאהרן, האט די סאטמערע ביקור חולים געטראגען א באזונדערע פנים. סאטמארע איז טאקע געווען באוואוסט אלץ ברייטע הערצער און גומלי חסד, אבער אויך אלץ שטארקע קנאים. אנדערש אבער מיט די ביקור חולים. זיי האבען סערווירט מיט א אויסערגעווענליכע געטריישאפט סיי וועם, אפגעזעהן פון וועלכער קאליבער יוד. אפילו האלב-פרייע (און אפשר גאנץ-פרייע) יודען ווייסען צו פארציילן די חסדים פון די סאטמערע ביקור חולים.

איר הויז איז אלץ געווען אפען פאר יעדן, מען האט דארט געקענט אייביג געקענט אריין איבערבייסן אויף גוטע קוכן און הייסע געטראנקען. לאחר פטירת רבינו, פלעגן געוויסע קומען צו איר - אפילו פון די מרחקים - פאר א ברכה.

קרעדיט: נוי יארק טיימס, וויקיפידיע אין היברו און אין אידיש.

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 1:26 pm
דורך לעמיל

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 1:27 pm
דורך boxcover
לעמיל האט געשריבן:http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=42&t=312

אאפס. קען מען צוזאמשטעלן?

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 1:32 pm
דורך boxcover
boxcover האט געשריבן:
לעמיל האט געשריבן:http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=42&t=312

אאפס. קען מען צוזאמשטעלן?

On 2nd thought, אפשר זאל מען די אנדערע אשכול אריינלייגן אין צימעס?
כ'האב ספעציעל אויסגעלאזט א יעדע נושא אדער פרט וואס בארירט שטארק פאליטיק (זעה רויזא'לע, טשענסטעכאוו, ילד שעשועים, בית אלטא פיגא אין קרית יואל און אין וויליאמסבורג אריינגערעכענט די מחלוקות און די פארמאכען).

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 1:42 pm
דורך ידען
boxcover האט געשריבן:
לעמיל האט געשריבן:http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=42&t=312

אאפס. קען מען צוזאמשטעלן?

צאמגעשטעלט.
ישר כח פאר לעמיל פאר מעלדען.

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 1:44 pm
דורך boxcover
ידען האט געשריבן:צאמגעשטעלט.
ישר כח פאר לעמיל פאר מעלדען.

שכוח ידען